|
|
| נשלח ב-11/2/2010 20:10 |
|
| |
עס ווערט געזוכט א וואלונטיר וואס זאל איבערטייטשן די אויבנדערמאנטע ווערטער פון קעי-דשעי-איין-צוויי-דריי-פיר, וואס דער עולם אין אלגעמיין פארשטייט נישט קיין איין ווארט, וגם אני בתוכם.
קעי דשעי, אויב איז די רעדע בלויז פון האבן "די לעצטע ווארט", דאן איז גענוג אז דו ענטפערסט אין קורצן: חלה דעקל!
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 20:23 |
|
| |
פארשטייצעך. איך האב דראדע נישט געברענגט די בריוון צו ווייזן אז זיי רופן אים מרא דאתרא (די רויטע ליינס זענען געקומען פון דארט וואו איך האב געקאפיט די בילדער פון), הגם דאס איז אויך זייער א שטארקע זאך און דיין תירוץ דערויף אז זיי האבן אזוי געשריבן ווייל ער האט זיך אזוי גערופן אי זייער א נארישער תירוץ. אבער איך שיהי' איז די אישו דא געווען פון וואו איך ווייס אז די בני יואל זענען געווען די פארפירער און בלוט-צאפער. און דאס האב איך געוואלט ווייזן וואס די גדולי ישראל האבן געהאלטן.
בנוגע וואס דו זאגסט וועגן עקסטערע קהילה אזוי ווי אין וומ"ס, שתי תשובות בדבר. ערשטנס, אין וומ"ס האט מען צוערשט גערופן צו די"ת און עטס האטס מסרב געווען. נו, איז נישטא קיין אנדערע ברירה נאר זיך אפצוטיילן און אוועקנעמען די נאמען קיט"ל, משא"כ אין קרית יואל, האט איר פרובירט צו רופן צו דין תורה? חלומסטו דען אז דו האסט עפעס א טענה עפ"י תורה? אז יא, אדרבה! לאמיר זעהן, שיק א הזמנה פון א בי"ד כשר! ווארט נישט, שיק שוין. ווייל ווילאנג דו שרייבסט נאר אויף היידפארק זעהט עס אויס ווי דו ביסט א לוזער. שנית, אין וומ"ס איז נישטא קיין מרא דאתרא, איז די אפטיילונג גענצליך אנדערש. פונקט ווי פאפא מעג דארט האבן א קהילה, מעגן אויך זיבן סאטמאר'ס האבן קהילות דארט. משא"כ אין קרית יואל, דאס האט דער דבר"י געבויעט, און עס איז זיינס, און דער הייליגער ברך משה האט עס גע'ירש'נט און ער האט - מיט די חתימה (לישר שאת) פון די ז' טובי העיר - ממנה געווען זיין זוהן אלס רב אין שטאט (ווען ער איז געווען געזונט). טא אויב האלט איינער אז דער ברך משה אדער זיין זוהן זענען נעלויגן, ברויך ער פארלאזן דעם שטאט און זיך זוכן א פלאץ פאר ערליכע(?) אידן. אבער אין דעם שטאט עפענען א קהילה? און נאך נוצן דאס אלס תירוץ אויף ווייטערדיגע שקצערייען? דאס אליין איז טאקע דער עוולה! די גאנצע עקזיסטענץ פון א קהילה אין קרית יואל איז נגד התורה! ממילא נוץ דאס נישט אלס א תירוץ, ווייל דאס מאכט די קשיא גרעסער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 21:38 |
|
| |
אויף די עצם רבנות פון ראט אין קרית יואל זענען געווען אסאך מערערים תיכף ומיד, וועלכע האבן פארלאנגט וואלן. און וועגן דעם האט מען אים נאר געמאכט אלס מסייע, ס'איז דעמאלט ארויסגעקומען א קונטרס וואס האט מסביר געווען אז ס'איז דא א הלכה אז אן אלטער רב מעג נעמען א מסייע אן דארפן דורכגיין וואלן. ער האט פונקציאנירט אלס שליח פון ברך משה, און דער ברך משה האט שפעטער געגעבן רשות אויך פאר רבינו שליט"א צו עפענען מוסדות און מסדר קידושין צו זיין.
און וויליאמסבורג האט דער ברך משה ממנה געווען זיין זון מהרי"י שליט"א, אלס רב הקהלה, און לגבי די קהלה איז ער דער מרא דאתרא, אבער ראט קען נאר הלכות מרא דאתרא אין קרית יואל, אין וויליאמסבורג האט ער געעפנט א אייגענע קהלה מיטן נאמען קהל יטב לב, זיך צו קריגן מיטן מרא דאתרא, און טראץ דעם איסור פון די דיינים פון די קהלה ובראשם הגאון האדיר דער ראב"ד שליט"א הגריח"מ פר"מ שליט"א, וועלכער איז פערצופאל אויך דער רבו מובהק פון ראט, האט ער זיך אריינגעפיפן, און געמאכט אין בלאט פון זיין רבי'ן און די אנדערע דיינים כל מיני ביליגע ליצנות וואס איך וויל אפילו נישט נאכשרייבן.
קרית יואל האט רביה"ק זי"ע געבויט, און לאחר פטירתו האט מען אויפגענומען דעם ברך משה זי"ע פאר ממלא מקומו, און ער האט געגעבן רשות בחייו פאר ביידע פון זיינע קינדער צו עפענען מוסדות און מסדר קידושין זיין.
לאחר פטירת הברך משה זי"ע עקסזיסטירט אין קרית יואל צוויי קהלות אונטערן נאמען "קהל יטב לב". איין קהלה שרייט אז רא"ט איז מרא דאתרא, און איין קהלה שרייט אז מהרי"י שליט"א איז מרא דאתרא. הגאון ר' געציל בערקאוויטש שליט"א דומ"ץ קרית יואל, זאגט אז רא"ט איז מרא דאתרא הגאון ר' ארי' ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ קרית יואל, זאגט אז מהרי"י איז מרא דאתרא עס איז קלאר אז מען דארף נעמען רשות פונעם מרא דאתרא, די שאלה איז נאר ווער איז מרא דאתרא?
דער גאון וצדיק שארמארשער רב שליט"א האט גע'פסק'ט אז מהרי"י שליט"א איז מרא דאתרא, און ער האט טאקע פון אים גענומען רשות מסדר קידושין צו זיין.
באלד וועל איך ממשיך זיין ווייטער..
תוקן על ידי פארשטייצעך ב- 11/02/2010 21:42:17
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 22:05 |
|
| |
פאר דו ביסט ממשיך, ס'איז נאך דא צופיל ביז אהער צו רעדן..
בנוגע די מערערים ווען מ'האט אים אויפגענומען, כזעה האסט שוין נאכגעלאזט פונעם שקר אז "רוב שטעטל" זענען געווען קעגן די התמנות. האב איך גוט פארשטאנען? אויב יא, דאן איז ער געווארן מרא דאתרא. אויב נישט, פארלאנג איך א באווייז אויף די בלעטל היסטארי וואס איר האט באשאפן.
בנוגע דעם ברך משה צו ער האט געגעבן רשות פאר ביידע זוהן צו מסדר קידושין זיין. על כגון דא נאמר: "זיי אים נישט מסביר דיין תשובה, ווייל ער פארשטייט עס אליינס סאך בעסער ווי דו קענסט אים עס מסביר זיין". איך און דו ווייסן אין וואסערע מצב דער הייליגער ברך משה זי"ע איז דאן געווען, און אויך וייס מיר ביידע אז בריוון האבן זיך געגליטשט פון הונטער די הענט, און קיינער האט נישטאמאל געזעהן פאר וויכטיג צו מברר זיין צו דאס איז טאקע כתי"ק, ווייל לו יהא אז יא, איז דאס נישט מדעתו. אני כשלעצמי, קלער איך ניטאמאל אז ער האט די בריוון געשריבן.
און בנוגע וומ"ס, איר האט געקריגן א הזמנה לדין תורה פון א בי"ד כשר, און מ'ווארט נאך היינט אז איר זאלט זיך שטעלן צו א זבל"א. אן אריינגיין צו איר זענט געווארן מסרבין לדין און פארלוירן די חזקת כשרות ביי כלל ישראל, אלנפאלס קענסטו קיין טענות נישט האבן אז זיי האבן געעפנט א אייגענע קיט"ל, ווארום עפ"י תורה זענען זיי קיט"ל און אלע ענקערע בנינים זענען ביי ענק בגניבה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 22:07 |
|
| |
אויב דער ברך משה איז געווען מרא דאתרא ביז זיין פטירה, איז אינגאנצן אירעלעווענט צי בשנת תשמ"ה האט רוב קרית יואל געוואלט ר' אהרן צו נישט, ווייל דער רעדע איז דאך דאן נישט געווען צו אויפנעמען ר' אהרן אלס מרא דאתרא, נאר א מסייע וואס אויף דעם ברויך מען נישט קיין וואלן, אזוי זאגסטו דאך
הערשט בשנת תשס"ו נאכן פטירה פונעם ברך משה איז נולד געווארן דער שאלה ווער איז דער נייער מרא דאתרא ר' אהרן צו ר' זלמן לייב, יעצט מ'זאל גיין בתורת רוב, דארף מען זעהן ווער עס האט געהאט דער רוב בשנת תשס"ו נישט למפרע תשמ"ה, און די מציאות הדבר איז אז זייט תשנ"ט איז שוין צענליגע מאל געווען א רעפערענדום אויף ר' אהרן'ס הנהגה און האט שטענדיג געהאט א קלארע רוב. צווישן 500-1200 שטימען.
דאס מיינט רוב שטאט וויל ר' אהרן ואחרי רבים להטות. ס'פשוט נישט קיין יושר אז רז"ל וואס רעפרעזענטירט דער מיעוט זאל זיך ארויפצווינגן אויף רוב תושבי קר"י.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 22:22 |
|
| |
סקאט
ווילידש וואלן איז קיין ראי', להלכה זיכער נישט!
זאג די אליינס פארוואס! (אויב ווייסטו נישט וועל איך דיר אויסזאגן)
אויף ר' אהרן'ס הנהגה אין קרית יואל איז קיינמאל נישט געווען קיין הלכה'דיגע וואלן.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 22:26 |
|
| |
| FiveBoro כתב: |  | אויב האלט איינער אז דער ברך משה אדער זיין זוהן זענען נעלויגן, ברויך ער פארלאזן דעם שטאט און זיך זוכן א פלאץ פאר ערליכע(?) אידן. אבער אין דעם שטאט עפענען א קהילה? און נאך נוצן דאס אלס תירוץ אויף ווייטערדיגע שקצערייען? דאס אליין איז טאקע דער עוולה! די גאנצע עקזיסטענץ פון א קהילה אין קרית יואל איז נגד התורה! ממילא נוץ דאס נישט אלס א תירוץ, ווייל דאס מאכט די קשיא גרעסער. |
|
דער ברך משה אליין האט געשריבן "לבני אהרן" אז ער האט מועל בשליחות געווען, ווייל ער איז געגאנגען בערכאות של עכו"ם. ממילא איז קלאר אז זענען דא ערליכע אידן ותלמידי חכמים, וועלכע האלטן אז דער ראט איז נישט ראוי צו זיין א רב בישראל, און זיי האבן מורא אז ער וועט אוועקפירן זייערע קינדער מדרך הקבלה, ומדרך רבותינו, מעגן און דארפן טאן אלעס וואס ס'איז ביכולתם זיך פון זיי אפצוטיילן.
און ניין! מיר דארפן נישט אוועקפארן פון קרית יואל, נאר דא אין קרית יואל עפענען אייגענע ערליכע קהלות. אזוי איז געווען אין דערהיים אין אונגארן, ווען מען האט געעפנט ארטאדאקסישע קהלות, כאטש די נעלאגישע ראבינערס האבן נישט מסכים געווען, אזוי איז געווען אין עטליכע שטעטלעך בהסכמת רביה"ק זי"ע, ווען געוויסע רבנים זענען פארכאפט געווארן אין ציונות וכדומה, האבן די ערליכע אידן געעפנט אייגענע קהלות, און דער רב האט פאר זיי מסדר קידושין געווען אן רשות פון דעם נעלאגישן (אדער אפילו ארטאדאקסישן) מרא דאתרא.
עס איז קלאר אין די ספרי שו"ת אז אויב די אפגעטיילטע קהלה האט נישט קיין שום שייכות מיט די אנדערע קהלה זענען זיי נישט אונטערגעווארפן תחת מרותם כי הוא זה. און עס קען זיין צוויי קהלות אין איין שטאט, אזוי איז געווען אינדערהיים אין אסאך שטעט.
ביי אונז אין קרית יואל עקזיסטירט עקסטערע קהלות לכל דבר, בית מדרש, בית חינוך, בית השחיטה, בית עלמין, בית אופה. ממילא איז קלאר אז דער מרא דאתרא פון קהל יטב לב (רא"ט) קען נישט ארויפצווינגען זייער מרא דאתרא אויף אנדערע קהלות.
דאס וואס מען האט מתקן געווען אז א מרא דאתרא דארף מסדר קידושין זיין, איז לכתחילה געווען כדי דער רב זאל האבן דערפון פרנסה, אויך ווערט געברענגט אז איינער וואס קען נישט בטיב גיטין זאל נישט מסדר קידושין זייין. וואס ביי אונזער פאל איז דאס נישט שייך, ווייל רא"ט האט א גוטן געהאלט פון זיין קהלה, און דערצו האט ער דעם סקול דיסטריקט פאר פרנסה בריווח... און די קהלה פון קהל יטב לב (מהרי"י) אדער קהל בני יואל, זענען נאך צו סיי וועלכע צייט אזעלכע ערליכע אידן ווי ראט'ס קהלה, און זיי שטייען על המשמר עס זאל חלילה נישט פארקומען קיין הפקרות. ווער רעדט נאך פון דעם רב מובהק וגדול בתורה, הגאון הגדול משארמאש שליט"א, וואס יראתו קודמת לחכמתו, וואס יעדער פארשטייט דאך אליין אז יעדע חופה וקידושין וועט ווערן דורכגעפירט מיט גרויס ערנסטקייט און אחריות, היעלה על הדעת אז איינער זאל קענען אויף אזא קידושין מוציא לעז זיין חלילה? עס ווערט קלאר געברענגט אין די פריערדיגע פוסקים אז מען דארף בכלל נישט חושש זיין אויף די אנדערע קהלה.
המשך וועט באלד קומען....
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 22:27 |
|
| |
| FiveBoro כתב: |  | 2) לו יהא אז די תושבים דארפן אין אויפנעמען, האב איך דיר גרויסע נייעס, ס'איז שוין געווען עטליכע מאל משך די לעצטע פאר יאר א "רעפערענדום" איבער די רבנות!.. ביי די ווילידש וואלן איז נישט געווען "קיין איין" נישט-הייסע-ארוני וואס האט געוועהלט פאר די ארונים. (מ'קען דא מער מאריך זיין אויב סעט זיין א פארלאנג). און יעדעס מאל האבן די ארונים געווינען מיט לערך 1000 שטימען. (יא! געפעלשטע!.. לוזערס)
און איך האב דיר נייעס. איך בין אויסדרוקליך גרייט צו מאכן וואלן אויף די רבנות אין קרית יואל! נאר, איך און דו ווייסן זייער קלאר אז גארנישט גייט זיך נישט טוישן. אויב איר וועט פארלירן וועט איר "גארנישט" גורע זיין ]ון וואס איר טוט היינט. (הכסטנס מיט אנדערע תירוצים) זיי מודה.
|
|
נפל, דו ביסט אויך מודה אז גארנישט וועט זיך נישט טוישן? טא פארוואס מאכן בחירות??
ווער עס האט די רוב, דאס קענסטו דאך זעהן ביי די ווילידש וואלן. ולא עוד, ווען עס וואלט געווען וואלן אויף רבנות וואלט "יעדער" ארוני געשטימט, און די חילוק וואלט געווען "גאר" גרויס. (אפגעזעהן אז ווען מגיבט ווען נישט קיין נעמען פאר וועם צו וועהלן, זאל ג-ט באהיטן וויאזוי ענקער צד וועט וועהלן.. איינער פאר מארגנשטערן איינער פאר שטויבער איינער פאר ראזנפעלד איינער פאר וואלדמאן איינער פאר טענעבוים וכו' וכו', לאמיר נישט פארקריכן).
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 22:32 |
|
| |
די קהלה פון בני יואל האט נאך א שטארקע הלכה'דיגע טענה, אז מיט דעם וואס מען האט זיי אויסגעשלאסן פון די קהלה, און צוגענעומען אלע רעכטן פון די קהלה, אפילו אויף לאחר מאה ועשרים. מיט דעם האט רא"ט מרצונו הטוב אפגעזאגט זיין מרא דאתרא'שאפט, און פונקט ווי ער איז נישט צוגעבינדן צו זיי (וכלשונו: איך בין זיי גארנישט שולדיג), האבן זיי אויך נישט קיין שום התחייבות צו אים....
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 22:33 |
|
| |
פארשטייצעך:
בנוגע די בריוון פונעם ברך משה האב איך שוין געענטפערט, פאר דו שרייבסט עס נאכאמאל, פרעג מיך אפ.
בנוגע די נעלויגן, עס איז לגמרי נישט דומה צו אונגארן. אונזער שטאט איז נישט א שטאט וואס איז געוועהן האוואוינט פון אלעמאל מיט אידן און נישט-אידן. דער שטאט האט רביה"ק זי"ע געבויט. און זיין יורש איז געווען דער ברך משה ז"ל. און איינער וואס עס געפעלט אים נישט די הנהגה פונעם ברך משה, דארף עפ"י הלכה פארלאזן דעם שטאט. און אזוי איז געווען די מיינונג פון די פריערדיגע צדיקים ווי אויבן דערמאנט. אלזא, די "קהילה" וואס איר האט איז זעלבסט א מציאות נגד התורה. און דאס זעלביגע איז היינט ביים היינטיגן מרא דאתרא וועלכער איז געשטעלט געווארן אויף דעם שטאט דורך זיין טאטן דער פריערדיגער מרא דאתרא.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 22:41 |
|
| |
| פארשטייצעך כתב: |  | דער ברך משה אליין האט געשריבן "לבני אהרן" אז ער האט מועל בשליחות געווען,
|
|
פון וואנעט ווייסטו האסט געזעהן איהם שרייבן? איז טאקע אויף דעם בריוו געבויט דיין גאנצער היתר? לו יצויר איך ווייז דיר אויף קלאר אז דער בריוו האט קיין שום נאמנות און תוקף להלכה וועסטו דאן מודה זיין אז ר"א איז מרא דאתרא.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 22:41 |
|
| |
אפשר איז רבינו שליט"א שטאטס רב אין וויליאמסבורג און קיינער קען נישט מסדר קידושין זיין אין די גאנצע שטאט והגלילות און זיין רשות, ווייל ביי די לעצטע פאליטישע וואלן האט ער געווינען א רוב?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 22:45 |
|
| |
האסט געטראכט פארן שרייבן? אדער געשאסן ווי א קינד?!
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 22:45 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | דער ברך משה אליין האט געשריבן "לבני אהרן" אז ער האט מועל בשליחות געווען,
פון וואנעט ווייסטו האסט געזעהן איהם שרייבן? איז טאקע אויף דעם בריוו געבויט דיין גאנצער היתר? לו יצויר איך ווייז דיר אויף קלאר אז דער בריוו האט קיין שום נאמנות און תוקף להלכה וועסטו דאן מודה זיין אז ר"א איז מרא דאתרא. |
|
סקאט, פונט פארקערט, דער דין איז המוציא מחברו עליו הראי', ברענג מיר א ראי' אז דער ברך משה האט אויפגענומען דעם ר' אהרענען פאר מרא דאתרא, אדער אז ער האט אים איבערגעגעבן דעם סידור קדושין.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 22:47 |
|
| |
סקאט אונזער מיינונג אויף רא"ט, איז געבויט אויף אסאך שטארקערע זאכן ווי אויף דעם בריוו פון ברך משה. עס איז דא אסאך גרויסע צדיקים און פוסקים וואס האבן זיך אויסגעדוקט זייער שארף קעגן רא"ט אז ער טאר נישט זיין קיין רב בישראל.
אבער וואס מען זעט יא פון דעם בריוו פון ברך משה אז ער גיט קלאר רשות פאר זיין זון מהרי"י שליט"א, דער היינטיגער מרא דאתרא פון קרית יואל, אז ער זאל מסדר קידושין זיין אין די שטאט, נאך בחייו.
|
|
|
|
|