|
|
| נשלח ב-11/2/2010 22:47 |
|
| |
סקאט, ברענגסט אויך ארויס א גוטע פוינט.
מ'האלט מיר דא שוין ביי זיבן בלעטער טענות, יעדע פאר שעה טוישט זיך עס צו א צווייטן ריכטונג מיט א צווייטע טענה.
איך וואלט געוואלט יעצט הערן "איין" טענה, וואס "דאס" איז דער היתר! אזוי וויט און אזוי קלאר אז אויב [חלילה..] איינער גייט קענען איבערצייגן אז "דאס" איז נישט אמת, גייט דער זאלי מודה זיין אז די סידור קידושין איז אסור.
תוקן על ידי fiveboro ב- 11/02/2010 22:49:30
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 22:52 |
|
| |
אפשר איז גאר דער פאפער רב מרא דאתרא, ווייל זיין קהלה האט אויך אינדערסירט דער זעלבער אנטי ר' אהרן קאנדידאט און געוואנען, אדער מעגליך ווינער רב, צעהלימער רב, שאפראנער רב, קלויזענבורגער, נייטרער רב, אדער אפשר להבדיל וויטא לאפעז...ווייל זיינע כעלערעס האבן אויך מיטגעשטימט מיט דעם קאנדידאט.
לצנות אין א זייט, אין וומ"ס איז נישט שייך דער ענין פון מרא דאתרא, ווייל ס'אלס געווען א גרויסער שטאט מיט צענליגע קרייזן וקהילות, מיט להבדיל גוים, דער סאטמארער רבי אליין בעל דברי יואל האט קלאר נישט געוואלט זיין קיין מרא דאתרא אין וומ"ב, פארדעם האט ער געגרינדעט קרית יואל ווי ער וועט זיך קענען פירן זיין אייגן ווערטשאפט לויט זיין אייגן געשמאק אין אנדערע ווערטער 'א מרא דאתרא' כפי עדותו פון ר"ג בערקאוויטש.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 22:52 |
|
| |
ווען מיר וועלן פארלאנגען אז רא"ט טאר נישט מסדר קידושין זיין אין קרית יואל, אן רשות פון מהרי"י דער היינטיגער מרא דאתרא, וועלן מיר דאס דארפן אויפווייזן. אבער ווילאנג רא"ט וויל ארויפצווינגען זיין רבנות אויף אנדערע קהלות, וועלכע האבן אייגענע רבנים, און ער וויל פון זיי צונעמען זייערע רעכטן, דארף ער אויפווייזן אויף יעדע טענה עקסטער פארוואס דאס איז נישט ריכטיג.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 22:59 |
|
| |
נישט דאס איז טייטש "המוציא מחבירו עליו הראי'", ווען צוויי יודן שלאגן זיך אויף א חפץ, און ראובן האט עס יעצט, און שמעון טענה'ט אז ער דארף האלב, איז שמעון א מוציא. טראץ וואס ראובן טענהט אז ס'איז "נאר" זיינס און שמעון טענהט אז ס'איז ביידענס.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 23:00 |
|
| |
עס זענען פארהאן 2 שטארקע יסודיות'דיגע נקודות וואס די אהרוינים פראבירן מיט אלע כוחות צו באגראבן, זיי זענען גרייט אויף אלעם אבי נישט צו רעדן פון דעם!
1 ר' אהרן האט אין זיין לעבן נישט מוכתר געווארן מיט "וואלן" און מיט א "כתב רבנות", אזוי ווי עס פאדערט זיך כדאי צו באקומען די אויסשליסליכע כח אויף סידור קידושין! וויפיל מאל מען האט געבעטן פון די אהרוינים זיי זאלן צייגן דעם "כתב רבנות" איז צאל-לויז, וויפיל מאל די אהרוינים האבן מצליח געווען דאס צו ווייזן איז אויך צאל-לויז! (די חילוק איז נאר, אז געבעטן צו זען האט מען שוין טויזענטער מאל, און מצליח געווען צו ווייסן האבן 0 מאל)!!!! א פאשקעוויל\צעטל\קול קורא\צייטונג מאכט נאך נישט א מענטש פאר רב מיט דעם וואס מען באטיטלט אים רב!
נומער 2 איז נאך שטערקער פון נומער 1, ווייל אפילו אויב מיר וועלן יא זאגן אז ר' אהרן האט א רוב אין קהל יטב לב ד'סאטמאר (בארנאדא [איך ווייס נישט וואס דאס מיינט, איך האב געזען אז אזוי רופט מען דאס דא])... ליינט ווייטער נומער 2
2 די הלכה לגבי וואלן פאר רבנות איז נוגע לגבי "די קהלה" און נישט "די שטאט". דהיינו, דער רב וואס האט באקומען רוב שטימעס ווערט טאקע רב אין די קהלה, און אויך באקומט ער די אויסשליסליכע כח אויף סידור קידושין "אין שטאט"! אבער, דאס איז נאר אויב אין די שטאט איז דא 1 קהלה, אויב איז דא 2 קהלות קען זיך יעדע קהלה מאכן שבת פאר זיך!
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 23:02 |
|
| |
| שלעק כתב: |  | | דער ברך משה אליין האט געשריבן "לבני אהרן" אז ער האט מועל בשליחות געווען,
פון וואנעט ווייסטו האסט געזעהן איהם שרייבן? איז טאקע אויף דעם בריוו געבויט דיין גאנצער היתר? לו יצויר איך ווייז דיר אויף קלאר אז דער בריוו האט קיין שום נאמנות און תוקף להלכה וועסטו דאן מודה זיין אז ר"א איז מרא דאתרא.
סקאט, פונט פארקערט, דער דין איז המוציא מחברו עליו הראי', ברענג מיר א ראי' אז דער ברך משה האט אויפגענומען דעם ר' אהרענען פאר מרא דאתרא, אדער אז ער האט אים איבערגעגעבן דעם סידור קדושין.
|
|
דא איז נישט שייך קיין מוציא מחברו, ווייל ר' אהרן איז מוחזק, ער איז פאר 25 יאר געווען דער איינציגער וואס האט פארפיגט מיט אלע פונקציעס וואס א מרא דאתרא טוט, קיינער אויסער איהם האט זיך קיינמאל דערקלערט אלס מרא דאתרא, פלוצילינג ויהי היום איין שיינעם פרימארגן וועקן ענק זיך אויף אז ר' אהרן איז קיינמאל קיין מרא דאתרא געווען, אין ענק ערקלערן זיך א נייער קאנדידאט וואס האט קיינמאל קאנדידירט ביז יעצט קיינמאל געוואוינט דארט, עטס זעהטס נישט וואסערע לצנות חלה דעקליזם דאס איז?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 23:03 |
|
| |
בארא, המוציא מחבירו איז לכאורה נישט שייך דא, ווייל די זאלן האבן געהערט פאר מהר"א, עס איז נישט געווען מעגליך פאר א צווייטן מסדר קידושין צו זיין ווייל די זאל איז מהר"א'ס, נישט וועגן מרא דאתרא.
אויב ווילסטו יענעם אפהאלטן פון מסדר קידושין זיין אין זיין זאל, דארפסטו דאס אויפווייזן, נישט יענער.
אפילו ווען די וועסט אויפווייזן אז ער איז יא רב, וועט דאס אויך ווייניג הלעפן צוליב ווי ערווענט אין מיין פריערדיגע תגובה.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 23:05 |
|
| |
| נפל כתב: |  | עס זענען פארהאן 2 שטארקע יסודיות'דיגע נקודות וואס די אהרוינים פראבירן מיט אלע כוחות צו באגראבן, זיי זענען גרייט אויף אלעם אבי נישט צו רעדן פון דעם!
1 ר' אהרן האט אין זיין לעבן נישט מוכתר געווארן מיט "וואלן" און מיט א "כתב רבנות", אזוי ווי עס פאדערט זיך כדאי צו באקומען די אויסשליסליכע כח אויף סידור קידושין! וויפיל מאל מען האט געבעטן פון די אהרוינים זיי זאלן צייגן דעם "כתב רבנות" איז צאל-לויז, וויפיל מאל די אהרוינים האבן מצליח געווען דאס צו ווייזן איז אויך צאל-לויז! (די חילוק איז נאר, אז געבעטן צו זען האט מען שוין טויזענטער מאל, און מצליח געווען צו ווייסן האבן 0 מאל)!!!! א פאשקעוויל\צעטל\קול קורא\צייטונג מאכט נאך נישט א מענטש פאר רב מיט דעם וואס מען באטיטלט אים רב!
נומער 2 איז נאך שטערקער פון נומער 1, ווייל אפילו אויב מיר וועלן יא זאגן אז ר' אהרן האט א רוב אין קהל יטב לב ד'סאטמאר (בארנאדא [איך ווייס נישט וואס דאס מיינט, איך האב געזען אז אזוי רופט מען דאס דא])... ליינט ווייטער נומער 2
2 די הלכה לגבי וואלן פאר רבנות איז נוגע לגבי "די קהלה" און נישט "די שטאט". דהיינו, דער רב וואס האט באקומען רוב שטימעס ווערט טאקע רב אין די קהלה, און אויך באקומט ער די אויסשליסליכע כח אויף סידור קידושין "אין שטאט"! אבער, דאס איז נאר אויב אין די שטאט איז דא 1 קהלה, אויב איז דא 2 קהלות קען זיך יעדע קהלה מאכן שבת פאר זיך! |
|
סקאט, איך האב שוין געשריבן פריער, ר' אהרן איז געווען דער איינציגסטער אין קרית יואל וואס האט פארמאגט א חתונה זאל! די לעצטע 25 יאר, דעריבער איז דאס גענץ א קנאפע "חזקה"...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 23:07 |
|
| |
נפל, איך האב שוין געענטפערט אויף אלע דיינע טענות! איך וועעס אפירזוכן און עס פעיסטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 23:11 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | אפשר איז גאר דער פאפער רב מרא דאתרא, ווייל זיין קהלה האט אויך אינדערסירט דער זעלבער אנטי ר' אהרן קאנדידאט און געוואנען, אדער מעגליך ווינער רב, צעהלימער רב, שאפראנער רב, קלויזענבורגער, נייטרער רב, אדער אפשר להבדיל וויטא לאפעז...ווייל זיינע כעלערעס האבן אויך מיטגעשטימט מיט דעם קאנדידאט.
|
|
טאקע אויף דעם תירוץ האב איך געווארט, און דאס האב איך געמיינט מיט מיין פראגע. און דאס איז געווען אין באצוג צו די פראגע פון די ווילידזש וואלן אין קרית יואל.
וויליאמסבורג האט עטליכע קהלות מיט רבנים, און אז ס'איז געווען וואלן איבער א פאליטישן ענין מאכט דאס נאכנישט רבינו שליט"א פאר שטאטס רב. אין קרית יואל זענען היינט דא עטליכע קהלות מיט רבנים, און מיט דעם וואס ר' אהרן'ס קאנדידאטן האבן אנגעצויגן א רוב ווערט ער נאכנישט שטאטס רב.
אמת אז קרית יואל האט רביה"ק זי"ע געבויעט, און לאחר פטירתו האט מען אויפגענומען דעם ברך משה זי"ע אלס זיין ממלא מקום, ובימים ההם איז אין קרית יואל געווען נאר איין קהלה,
בשנת תשמ"ה ווען דער ברך משה האט ממנה געווען רא"ט אלס זיין שליח אין קרית יואל איז נאך אויך געווען נאר איין קהלה, במשך השנים האבן ראט בידים מאבד געווען דאס וואס ער האט באקומען פון פאטער, און מיט זיינע מעשים אויפגעבויט די קהלה בני יואל.
נאך שפעטער האט ער זיך צוקריגט מיטן פאטער אליין וועלכע האט געמאכט א צווייטן זון אלס שליח, אזוי אז היינט צו טאגס איז נישט שייך צו זאגן אז רא"ט איז געווארן דער נייער מרא דאתרא.
אינדערהיים אין אייראפע זענען געווען אסאך שטעט מיט צוויי קהלות, און יעדע קהלה האט געהאט זייער אייגענעם רב וואס האט דארט מסדר קידושין געווען.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 23:14 |
|
| |
| נפל כתב: |  | נומער 2 איז נאך שטערקער פון נומער 1, ווייל אפילו אויב מיר וועלן יא זאגן אז ר' אהרן האט א רוב אין קהל יטב לב ד'סאטמאר (בארנאדא [איך ווייס נישט וואס דאס מיינט, איך האב געזען אז אזוי רופט מען דאס דא])... ליינט ווייטער נומער 2
2 די הלכה לגבי וואלן פאר רבנות איז נוגע לגבי "די קהלה" און נישט "די שטאט". דהיינו, דער רב וואס האט באקומען רוב שטימעס ווערט טאקע רב אין די קהלה, און אויך באקומט ער די אויסשליסליכע כח אויף סידור קידושין "אין שטאט"! אבער, דאס איז נאר אויב אין די שטאט איז דא 1 קהלה, אויב איז דא 2 קהלות קען זיך יעדע קהלה מאכן שבת פאר זיך! |
|
לחזור לענין ראשון... (איינער געדענקט נאך?..)
ווען אין סקווער גייען אויפשטיין א באנדע מוסרים, און זיך גרינדן אין סקווער א אייגענע קהילה "קהל בני דוד", (די סקווערע גייען עס רופן "בני ויזתא"...) און זיי גייען טענה'ן אז דער יעצטיגער סקווערער איז א מסור/שייגעץ/נואף/ממזר/נבילות וטריפות וגו', גייט די סקווערע רבי האבן דארט א דין מרא דאתרא? "יא" אדער "ניין" און "פארוואס".
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 23:16 |
|
| |
דער געוועזענער מרא דאתרא פון קרית יואל, דער ברך משה זי"ע האט אויך געוואוינט אין וויליאמסבורג...
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 23:17 |
|
| |
מיט וועם רעד איך דא? מיט א קווינס בחור אדער מיט א כיתה ז' אינגל?! פארשטייצעך, דו האסט א שוואכע קאפ? אדער דו מאכסט דיך?!.
מ'האט גערעדט צו רוב שטאט וויל אים אלס רב, און מ'האט געברענגט א ראי' פון די וווילדש וואלן, האסטו געברענגט א ראי' אויף וומ"ס פון די סיטי וואלן, האט ער דיר געענטפערט אז די וואס דו רופסט "רוב" זענען געווען א צוזאמשטעל פון אסאך קהילות. איז וואס ענטפערסטו?? אז אין קרית יואל איז די "מיעוט" צוטיילט אין אסאך קהיולת?? אידעך זיכער גוט??
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 23:22 |
|
| |
פיוו-בארא לאמיר דיר ענטפערן די פראגע וועגן סקווער, מיט די האפענונג אז עס וועט קיינמאל נישט פאסירן...
אויב חלילה אן אור אייניקל פון סקווערע וועט זיין אין די רייע צו ווערן רבי, און ער וועט זיך נישט פירן על פי דרך המסורה פון סקווירא, און עס וועלן זיך צוזאמען נעמען פינף הונדערט ערליכע אידן אין שיכון סקווירא, נישט באמעס וואס ווילן אראפווארפן פון זיך דעם עול תורה ומצוות, נאר ערליכע אידן ובראשם וועלן זיין תלמידי חכמים מופלגים ועובדי ה', און לאמיר זאגן אז זיי וועלן אפילו האבן עטליכע דיינים פון די עקזיסטירנדע קהלה וואס וועלן מיט זיי מיטשטיין. און זיי וועלן גרינדן אן אייגענע פולשטענדיגע קהלה, און האבן אייגענע רבנים.
איז קלאר אז יענער אדמו"ר פון די גרעסערע קהלה וועט מער נישט זיין מרא דאתרא!
פארשטייט זיך אז דאס איז נאר א הלכתא למשיחא, און מיר אלע וועלן בקרוב דערלעבן משיח'ן, און מיר וואונטשן דעם סקווערער קינדער און אייניקלעך ערליכע אידן.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 23:23 |
|
| |
אין קר"י אקוראט די זעלבע גרופע מענטשן וואס שטימען אין די ווילעדש וואלן, וואלטן געשטימט אין א מרא דאתרא וואלן, דאס מיינט ס'קען נישט זיין קיין בעסערע סעמפל ווי די וואלן
ווייטער אין וומ"ב, זענען די קאנסיל וואלן א געמישאכטס פון כלערעיי גרופעס עלעמענטן וואס מעגליך בלויז א פיפטל דערפין זענען ריינע סאטמארע חסידי ר"א ורז"ל, ממילא פון די וומ"ב וואלן קען מען לעולם גארנישט ארויסנעמען קאנקריט לגבי די סאטמארע פאליטיק.
|
|
|
|
|