בית פורומים אידישע געדאנק

פרישע אהרונישע שקרים קעגן אנדערע הכשרים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/2/2010 07:12 לינק ישיר 
פרישע אהרונישע שקרים קעגן אנדערע הכשרים

ווי באקאנט האבן רא"ט אויסגעטראפן א "שיטה" אז יענעמס אויפטוען נעמט מען פאר זיך,

און די אייגענע פראבלעמען ווארפט מען אויף יענעם.

ווען עס האט ארויסגעבראכן די שרעקליכע קאטשקע סקאנדאל, ווען דער רב המכשיר פון משמרת למשמרת האט אנגערופן זייערע בעלי מכשירים, און זיי איינגעמאלדן אז זיי האבן א פראבלעם, האבן זיי די ערשטע זאך פרובירט דאס ארויפצעווארפן אויף מהדרין זשי ענד זשי, און גאר באשולדיגן ר' יצחק שטיין, אז ער האט גאר געוואלט שעכטן די טמא'נע מוסקאוויס, נאר "קרית יואל" האט "געראטעוועט".

עס האט נישט לאנג געדויערט און עס האט זיך ארויסגעשטעלט די ביטערע בילד אז אנשטאט צו האנדלען ווי אויפריכטיגע אידן, האט די מופקרת בית השחיטה קאמפאני, צוזאמען מיט שמואל ווידער, גאר פרובירט צו לייקענען דעם פראבלעם, און ווארפן די שמוץ אויף אנדערע, וואס דורך דעם האבן זיי גורם געווען אז אין די זעלבע צייט האבן אידן ווייטער געקויפט עופות טמאות אין די פלעצער ווי מען פארקויפט קרית יואל'ע פלייש, און דאס איז שוין געווען במזיד גמור.

אפילו שפעטער ווען עס האט זיך אנגעהויבן אויסקלארן דער בילד אז מען האנדלט יא פון די טריפה'נע קאטשקעס, האבן זיי פרובירט ווייטער מיט כל מיני ליגענטס און גניבות דעת'ן צו לייקענען די שולד און גאר באשולדיגן די דעם רב המעורר הגאון הגדול ר' יצחק שטיין שליט"א און די אנדערע רבנים המכשירים פון אנדערע כשרות ארגאניזאציע, אז יענע זענען גאר שונאים וכדומה.

עס איז איבעריג צו זאגן אז זיי האבן פאר דעם טפשות און לייכטזיניגקייט באצאלט א טייערע פרייז, ווען דער ציבור האט זיך איבערצייגט אז דער מצב דארט טויג נישט, די בעלי מכשירים האבן זיך באהאלטן אין די מייזן לעכער, און געלאזט דעם בלאט און די "בית השחיטה" פירן די זאך, און זיי האבן ליידער פרובירט נאר צו פארדרייען דעם ענין מיט זייערע פאלשע ספינס יעדע וואך עפעס פריש.

דאס האט גורם געווען אז מאסן מענטשן האבן אויפגעהערט נוצן קרית יואל'ע פלייש, דערצו האבן מענטשן אויפגעהערט עסן פלייש ביי שמחות, און עס האט זיך פארמערט חתונות און אנדערע שמחות וואס מען סערווירט נאר פיש.

ענדליך נאך פינף וואכן, ווען ס'איז ארויסגעקומען די רעזולטאטן פון די לעב, האבן זיך די בעלי מכשירים אויפגעוועקט און אריינגעלייגט די ערשטע מודעה אין זייער צייטונג, ווייטער מיט פראפעגאנדע אז זיי זענען די בעסטע און שענסטע, און דערנאך אזוי בדרך אגב צוגעשריבן אז בנוגע די קאטשקעס "כבר גלינו דעתינו שאין לאוכלו".

אבער טאמער האט מען געמיינט אז זיי האבן זיך עפעס דערלערנט פון דעם סקאנדאל, שטעלט זיך ארויס אז לא מיני' ולא מקצתי'.
זייער נארישע געוואוינהייט פון ווארפן שולד אויף אנדערע האט זיך נישט אפגעשטעלט, און איינס פון די טאקטיקן ארויסצוקריכן פון דעם טינופות, אנשטאט צו איינשטעלן א שטרענגערע השגחה, איז זיי גרינגער צו פרובירן ארויסלאזן סקאנדאלן אויף אנדערע הכשרים אז דארט טויג אויך נישט, אזוי וועט אפשר דער עולם אפמאכן, סייווי איז אלעס טריפה, לאמיך שוין עסן קרית יואל'ע טריפה, אזוי ארבעט זייער מהלך המחשבה.

איינס פון זייערע פרישע ספינס, איז קעגן די מארוויד בית השחיטה וועלכע געפינט זיך אין מאנטריאל, און האט אויף זיך די השגחה פון די התאחדות הרבנים, או יו. עם. קעי. נאך פארשידענע לאקאלע קהלה השגחות, אזוי ווי די סאטמאר'ע בוטשערס פארקויפן אויך פלייש פון מאנטריאל, און ס'האט זייער א גוטן נאמען, און ס'איז דא מענטשן וואס שווערן זיך אז די עופות זענען בעסערע קוואליטעט, איז דאס לצנינים בעיניהם פון די מופקרת בית השחיטה, האבן זיי יעצט געזוכט פרישע געבעקסן אויף מארוויד.

די ערשטע מעשה איז געווען א פאשקעוויל אז פאריגע וואך האט מען געשאכטן טוירקיס מיט פגומ'דיגע מעסערס, און דער באטור'ער האט געהייסן נישט נוצן, אבער ר' הלל וויינבערגער האט געזאגן (כלשון הספין) יאכלו ענוים וישבעו!
איבעריג צו זאגן אז דאס איז שקר וכזב, און זעט אויס אז מיטן באטור'ער רב ווילן זיי יעצט לעבן גוט, האט מען געלייגט די שמוץ אויף ר' הלל וויינבערגער.

נאך אפאר טעג האט מען אויסגעטראפן א צווייטע מעשה אז אין מארוויד האט מען אמאל האט אויך געשאכטן מוסקאווי, הגם דארט שעכט מען שוין נישט עטליכע יאר קיין קאטשקעס בכלל. און זיי האבן געזאגט אז מען האט ארויסגעווארפן עפעס א אהרונישן שוחט זאלדאן פארן פארציילן די מעשה, שפעטער האבן זיי זעט אויס באשלאסן אז מען האט אים נישט ארויסגעווארפן ווייל קרית יואל האט געסטראשעט התאחדות.

איבעריג צו זאגן אז במשך די קומענדיגע וואכן וועלן זיי זוכן מיט אלע מיטלען אויסצוטרעפן שערוריות אויף אנדערע כשרות ארגאניזאציע, און ספעציעל אויף אנדערע בתי שחיטה, אבער דער עולם דארף געדענקען אז דאס אלעס איז נאר מיטלען זיך צו ריינוואשן פון די שרעקליכע נאכלעסיגע האנדלונג איבער די קאטשקעס, ווי זיי האבן פארלוירן זייער נאמנות.

און עס איז זיי אסאך גרינגער צו באשמוצן יענעם, ווי איידער צו פאררעכטן זייערע אייגענע פראבלעמען...

זיי וועלן זיך שלאגן מיט משמרת למשמרת
זיי וועלן זיך שלאגן מיט התאחדות
זיי וועלן זיך שלאגן מיט'ן שארמארשער רב
זיי וועלן אפילו לאזן דעם אייגענעם פעיראל דיין מבוזה ווערן.

אבער מאכן ארדענונג אין די בית השחיטה המופקרת דאס נישט,

לאמיר פארשטיין א זאך, דער אהרונישער שוחט וואס האט פאלש עדות געזאגט אין קרית יואל לטובת הפארטיי, פארוואס קען ער ווייטער בלייבן א שוחט, אויב קען א שוחט זאגן ליגענט, און מכשיל זיין את הרבים במזיד, ווייל אזוי קומט בעסער אויס פאר די פארטיי, פארוואס קען ער ווייטער בלייבן א שוחט.
וויאזוי קען מען אננעמען די ווערטער פון א אהרונישן שוחט, ביי וועמען ליגענט זאגן איז נישט קיין פראבלעם לטובת הפארטיי, פארוואס ווען מופקרת האט געשריבן אין זייער ערשטע צעטל אז זיי האבן שוחטים "נאמנים" וואס זאגן קלאר אז ס'איז נישט געווען מאסקאווי, ווען עס האט זיך קלאר ארויסגעשטעלט אז די אהרונישע שוחטים זענען געווען ליגנערס, 
פארוואס ציט מען נישט קיין מסקנות????
קען מען זיך ווייטער אויף זיי פארלאזן???
קען מען זיי גלייבן אויב מארגן וועלן זיי קומען עפעס פארציילן???

די בעלי מכשירים וועלכע זענען דורכגעפאלן און נישט געטאן זייער אויפגאבע,
ווייל זיי האבן געמוזט פאלגן די באפעלן וואס די פארטיי האט אויף זיי ארויפגעצווינגען קעגן זייער ווילן.
און זיי האבן געמוזט מיטארבעטן מיט שמואל ווידער'ס ליגענטס, 
פארוואס קענען זיי ווייטער בלייבן אויף זייערע פאזיציעס, קען מען זיך פארלאזן אז זיי וועלן ווייטער האנדלען ריכטיג???

דער ביטערער תירוץ איז, אז די בית השחיטה המופקרת אין קרית יואל האט אן הויפט אויפגאבע צו בויען דעם כבוד פון די פארטיי!
די צווייטע אויפגאבע כשרות.
און ווען ס'וועט זיך מאכן א סתירה צווישן כשרות און כבוד הפארטיי, וועט כבוד הפארטיי גובר זיין, און "יעדער" וועט מיטארבעטן, די בעלי בתים, שוחטים, משגיחים, דיינים, צוזאמען מיט די בלאט שרייבערס בעקערס און ספינערס.

און טאקע פארדעם אליין, טאר מען זייער פלייש נישט נעמען אין מויל אריין...




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2010 08:23 לינק ישיר 

עס איז צי ערווארטן אז יעצט נאך וואס די מסה הקודש איז אבגעשטיפט געווארן צו סיון וועט די שפין וועבער שמואל ווידער און זיינע געהילפן האבן מער צייט צי ספינענן בעסערע ספינס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 16:18 לינק ישיר 

פארשטייצעך,              אוי ! ווי ריכטיג און אמת האסטו געשריבן !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 17:48 לינק ישיר 

פארשטייצעך האט מער געשריבן א "מציאות און ריאליטעט" ווי "ריכטיג"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 19:42 לינק ישיר 

בא לקלל ונמצא מברך.


פון דער אהרונישן ליגנט מעשה זעט מען דעם מורא'דיגן חילוק פון די בית השחיטה מארוויד (וכדומה, וואס באלאנגט נישט צו א פארטיי), און די פארטייאישע בית השחיטה המופקרת פון קרית יואל.

דער אהרונישער שוחט זאלדאן, האט געוואלט העלפן זיין פארטיי, האט ער מיטגעארבעט מיט ראט און שמואל ווידער, צו זוכן כאטש עפעס וואס טויג נישט, די אהרונים האבן געוואלט ער זאל זאגן אז מארוויד שעכט אויך מאסקאווי, אבער אזוי ווי מארוויד שעכט שוין לאנג נישט קיין קאטשקעס, און עס געפינט זיך נישט אויפן מארקעט, אדער און קיין שום פריזער, קיין איין פעקל מארוויד קאטשקעס פון יארן צוריק, האבן זיי נעבעך גארנישט געקענט טאן, חוץ זאגן אז אמאל האט מען געשאכטן מאסקאווי.

אבער וואס מען זעט פון די מעשה, אז דער זאלדאן, כאטש ער לטובת זיין פארטייאישע פאליטיק געארבעט קעגן די אינטערעסן פון זיין בית השחיטה, קענען די בעלי בתים פון מארוויד אים נישט אויפזאגן אפילו זיי ווילן, ווייל ער באקומט נישט פון זיי באצאלט, און אפילו ר' הלל וויינבערגער שליט"א דער רב המכשיר פון התאחדות האט אים אויך נישט געקענט אויפזאגן, דאס מיינט אז א שוחט דארף נישט מורא האבן צו דערציילן אויב חלילה עס מאכט זיך א פראבלעם וואס מען זאל וועלן פארדעקן, דאס איז גוטע נייעס פאר די קונים.

משא"כ אין קרית יואל, ווי אלע שוחטים ארבעטן דירעקט פאר'ן בעל הבית, און אויב עס מאכט זיך סיי וועלכע פראבלעם קען זיי דער בעל הבית אויפזאגן, ארויסווארפן די קינדער, האבן טאקע די שוחטים א גרויסן פחד, 

אזוי ווי מען האט טאקע יעצט געזען ביי די מופקרת קאטשקע סקאנדאל, אז די שוחטים האבן געזאגט פאלש עדות, לטובת די בית השחיטה און די פארטייאישע אינטערעסן, פאר שרעק פון זייערע בעלי בתים.
דאס מיינט אז מען קען א שוחט פון קרית יואל נישט געטרויען.

דאס איז זיכער, אז אויב חס ושלום עס וואלט זיך געמאכט א ערנסטע כשרות פראבלעם, ביי סיי וועלכע אנדערע אחריות'דיגע כשרות ארגאניזאציע, און עס וואלט געווען נוגע למעשה, אז עס זאל ליגן חלילה נישט כשר'ע מאכלים אויף די שעלף'ס, איז זיכער אז זיי וואלטן ארויסגעשטעלט "לאפרושי מאיסורא" צעטלעך, און נישט פארלייקענט אזוי ווי קרית יואל, וואס האט געלאזט זייערע קאסטומערס עסן וואכן לאנג עופות טמאים, כדי נישט צו פארשעמען די פארטיי...






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2010 20:49 לינק ישיר 

קוקט וואס די מופקרת בית השחיטה שרייבט:



שטעלט זיך די פראגע, 
וויאזוי קען טאקע זיין, אז די שובי"ם שלנו וועלכע זענען מוחזקים ליראי שמים מרבים, האבן פאלש עדות געזאגט?

נאר דער תירוץ איז ליידער זייער ביטער, 
ערשטנס, ווייל לכבוד הפארטיי זענען די אהרונישע שוחטים גרייט פאלש עדות צו זאגן!
צווייטנס, ווייל זיי זענען משועבד צו זייערע בעלי בתים, פון וועמען זיי באקומען דעם פעיראל.
און פון גרויס פחד, אז מען הייסט פאלש עדות זאגן, וועט מען פאלש עדות זאגן.


און פארדעם און פארדעם אליין, טאר מען זייער פלייש נישט נעמען אין מויל אריין...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2010 02:23 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2010 02:24 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > פרישע אהרונישע שקרים קעגן אנדערע הכשרים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext