בית פורומים אידישע געדאנק

הגה"צ מאנטריאל'ער דיין: דעת קדשו פון רבינו בעל ברך משה וועגן סידור קידושין!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/2/2010 20:02 לינק ישיר 
הגה"צ מאנטריאל'ער דיין: דעת קדשו פון רבינו בעל ברך משה וועגן סידור קידושין!

עדות הגה"צ דומ"ץ סאטמאר מאנטריאל שליט"א בנוגע סידור קידושין אין קרית יואל.

פאר צוויי וואכן האט הגה"צ ר' משה מנחם טירנויער שליט"א דומ"ץ מאנטרעאל חתונה
געמאכט אן אייניקל , ווי הגה"צ אב"ד שארמאש איז געווען א פעטער, דער דיין האט מכבד געווען שארמאשער רב מיט אויסטערלישע קרבות, ער האט געטאנצען מיט אים
אליין א לענגערע צייט, און גערעדט מיט אים פריוואט מחזק געווען באופן בולט, דאס איז געווען בלויז איין טאג נאכדעם וואס דער שארמשאשער רב האט מסדר קידושין
געווען אין גלילות קרית יואל.

ווען אונזער ר' אהרן האט געהערט דערפון האט ער געשיקט שלוחים, צוויי תלמידים פון מאנטרעאלער
דיין שליט"א, און פארגעהאלטן אז היות ער איז דאך יא א חסיד געווען פון טאטען ווייסט ער דאך זיין אמת'ער
מיינונג אז דער רבי האט געהאלטן אז מסדר קידושין זיין מעג זיין נאר דער מרא דאתרא און ער איז דאך דער מרא דאתרא און ער פרעגט היתכן ער איז מחזק דעם שארמאשער רב.

דער דיין האט געענפערט פאר די תלמידים אז ער האט באקומען הוראה מפורשת פון רבי'ן דער ברך משה אויף דעם ענין און אלס חסיד פון רבי'ן וועט ער טאקע נישט כובש זיין עדותו אויב מען וועט אים פרעגן.

ער האט ממשיך געווען מיט די מעשה ווען ער איז געווען מיטן רבי'ן בשעת די נסיעה אלול תש"ס אויף מקומות הקדושים, און דערנאך קיין לאנדאן אויף שבת, וואס דער
תכלית איז געווען די נייע ישיבה וואס מען האט דעמאלס אויפגעבויט, דער רבי האט פארציילט פאר'ן דיין זיין עונג און נחת וואס ער האט פון די ישיבה וואס ער איז מיט זיי אין קעמפ, ער האט פארציילט פאר'ן דיין אז ער שפירט אז דאס געט אים חיות, און ער האט געוואלדיג הנאה אז ער דאנקט דעם רבוש"ע אז ער האט זוכה געווען אין
די יארן אויפצושטעלן אזא שיינע ישיבה וואס איז א נייחא לנשמתו הטהורה דער פעטער ז"ל. דעריבער שפירט ער א חוב זיך אנשטרענגן און ארויספארן נאך געלט פאר דעם מקום.

מענין לענין האט דער רבי גערעדט פון דעם אז ס'איז געווען אזאלכע וואס זענען נישט צופרידן דערפון, (כוונתו אויפן קרית יואל'ער רב) אבער איך זאג אדרבה קנאת סופרים תרבה חכמה, אפשר וועט יענע ישיבה אויך לערנען אביסל מדות טובות מיט דרך ארץ.

האט דער דיין געפרעגט אויב דער רבי האלט נישט אז דאס קען ברענגן מחלוקת, אויב למשל די תלמידים פון די ישיבה וועלן אנהויבן חתונה האבן, און זיי וועלן בעטן דער וויליאמסבורגער רב זאל מסדר קידושין זיין, אפילו אין קרית יואל, האט דער רבי ז"ל געענפערט אדרבה ואדרבה ,זאל ער טאקע מסדר קידושין זיין , איז דען ר' אהרן דער איינציגער וואס קען מסדר קידושין זיין, האט דער דיין געזאגט איך מיין אבער אין קרית יואל אפשר וועלן תלמידים חתונה האבן אין קרית יואל, האט
דער רבי געזאגט איך פארשטיי וואס די מיינסט, און אודאי זאל ער גיין מסדר
קידושין זיין זיינע תלמידים.

דערנאך האט זיך דער רבי אפגערעדט מיט ווייטאג פארוואס דער קרית יואל'ער רב איז נישט מיטגעקומען מיט אים אויף די נסיעה, איך האב מורא אז זיינע מענטשען זענען אים שלעכט מייעץ.

דער דיין האט געזאגט פאר זיינע תלמידים, שלוחי ר' אהרן, עטץ ווייסט דאך אז איך האב נישט מורא צו זאגן מיין מיינונג, עטץ געדענקטס דאך ווען איך בין געווען דער איינציגער וואס
האט געזאגט מיין מיינונג ברבים איבער דעם סקול דיסטריקט אפילו די ווינטן האבן געבלאזן אנדערש, און אפילו דער קרית יואלער דיין האט געזוכט צו געפעלן פאר די קעגנערס און האט נישט געוואלט האלטן קיין דרשות ברבים, האב איך מיך נישט
געשראקן, איך וועל מיך נישט שרעקן זאגן מיין עדות ברבים.

און ער האט געבעטן די תלמידים זאלן זאגן פאר זייער רבי אז ער זאל נישט אנהויבן קיין מערכה ווייל עס וועט אים נישט ברענגען קיין כבוד.

וואס אונזער רבי אהרן האט אויף האט אויף דעם צו ענפערן ווייסט דאך יעדער איינער..
זאג שמואל'ן (ווידער) זאל מסדר זיין דעם משה מנחם מיט זיין שחיטה אין מאנטריאל.
בת היענה בתפארתו!

דער נעקסטער טאג אויף הייד פארק: מארוויד שחט טריפה'נע טורקיס, באטורער רב נעמט אראפ השגחה..

נעקסטע וואך:
מארוויד שחט מיט א סכין פגימה, אלעס איז נבילה..

א וואך דערויף:
מארוויד שחט צעהן יאר מאסקאווי קאטשקעס..

שמואל עס וועט דיר גארנישט העלפן, דער דיין וועט זיך נישט ברעכן פון זאגן דעם אמת'ער דעת קודשו פון רבין, האסט אוודאי געמיינט אז דו וועסט קענען שרייבן אין בלאט דברות קדשו פון דיין אלס עדות נאמנה וועגן דעם סידור קידושין, נו נו! ער האט דיר געגעבן צו טועם זיין דערפון!!!




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 20:10 לינק ישיר 
נאכן שמיסען מיטן רבין




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 20:21 לינק ישיר 

איך מיין אז יעדעס ווארט איז איבעריג פאר אינז תלמידים פינעם רבי'ן פאר אינז איז געניג די בריוו פין רבי'ן אז ער געט רשות ווען ר' געציל וויל זיך קריגן מיטן רבי'ן (איך ווייס נישט וועם ר' געציל האט געמיינט מיט די ווערטער מרא דאתרה) איז ער גארנישט מיט נישט




ביי דע וועי א אינטערסאנטע זאך די רבי שרייבט נישט אויף ר' אהרן די טיטל "ר'" ער שרייבט פלען אהרן קען זיין אז דער מנהל וועט ארויס נעמען די בריוו( איך מיין נישט גארנישט נאר ס'קימט דאך שוין אדר)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2010 00:27 לינק ישיר 

איך ווייס נישט אויב די מעשה איז אמת, 

אבער איך וואלט מיך נישט פארלאזט אויף א אינטערנעט מעשה, וואס איינער באלאנד האט פארציילט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2010 18:41 לינק ישיר 

וויי וויניג דו פארלאזט דיך אויף א היידפאר'ק שרייבער באלאנד, נאך וויניגער פארלאזן זיך נאמאלע מענטשן אויפן בלאט, וואס אלע זיינע אינפארמעישן נעמען זיי פון די היידפארק שרייבער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > הגה"צ מאנטריאל'ער דיין: דעת קדשו פון רבינו בעל ברך משה וועגן סידור קידושין!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext