|
|
| נשלח ב-11/2/2010 03:33 |
|
| |
מר. דיןתורה אנטשולדיגט פאר די מיספארשטענדעניש - איינער האט דא געפרעגט, זינט ווען איז א משפיע אין אן אקטיווער פאר באר יצחק זיך מורה היתר צו מבזה זיין גאון מפורסם בתורה וביראה, הצדיק משארמאש הרב ב"צ איז א תלמיד שלא שימש כל צרכו און ער פאסט זיך זייער גוט אריין ביי די ארונים וואס זייער עגל האט געטוהן די זעלבע זאכן אין זיינע יארן. איך האפ אז די ביסט א ערנסטער ליינער וועליך דיר זאגן ווער הגה"צ משארמאש איז. מיין פאלגענדע תגובה איז נאר פאר די ערענסטע ליינער
אבער קענעדיג ר' יואליש פין די נאנט - נישט דורך בני יואל נאר דורכ'ן העלפן א געוויסע מוסד אין ארה''ב וועלכע נעמט נישט קיין געלט פין צווייפלהאפטיגע גאסרטע מקורות פיל פאר א פליכט זיך אנצונעמן פאר זיין כבוד התורה אין וועלכע כ'בין ב''ה היבש באקאנט איך פארשטיי אז די סיבה פארוואס צד מהר"א רייסט אפ אזוי שטארק אראפ איז ציליב פאר'ן האבן די חוצפה צו האלטן אנדערש ווי די פארטיי אין ווי פארשטענדליך האט צד מהר"א געהאט ווייניג נחת פין אים אלע יארן ספעציעל פין די סידור קידושין
די מציאות אבער לאמיר לייגען זיין צד אין די מחלוקה אין א זייט - לאמיר זאגען אז ער באלאנגט דארט ציליב סיי וועלכע סיבה (די זעלבע סיבה וואס איר פארענטפערט פארוואס אזעלכע יודן ווי הצדיק ר' זלמן לייב פיליפ, ר' ישראל חיים מנשה פר"מ, ר' מאיר יודא טענענבוים, הגאון הגדול ר' יחזקאל ראטה, הגאון גאב''ד קאשוי וכו' כו' ולהבחל''ח הג''ר רמ"א פריינד אין הג''רא לייטנער ז''ל הצדיק ר' לייב גליק כו' באלאנגען דארט)
דער איד אין 'פאקטיש' א עובד ד', פין וואס מ'קען ווייניג טרעפן אין היינטיגען דור נישט מסיח דעת פינעם אויבערשטען פאר קיין מיניט א חוץ זיין זעלטן שטארקע התמדה אין גאונות אין מדת אמת איז ער זעלטענער ירא שמים, אין עניו לייגט אראפ א פשוט'ע דאווענען מיט אזא דערהויבענקייט. ארבעט ער מיט מסירות נפש מיט עסקנות פאר סיי וועלכע דבר שבקדושה בפרט פאר די מוסדות אין קר"י וועלכע פירן זיך על טהרת הקודש - אדרבה פרעגט אייך נאך ביי אזעלכע מוסדות ווי בני יואל, ויא"מ, וכדו' ער שאפט יערליך שווערע סכומים פאר וועד למען חינוך הטהור, רוב מנהלים פין מוסדות על טהרת הקודש אין אסאך אקטיווע עסקנים אין חברי הנהלת העדה היראים האבען זיך שוין געוואנדען צו אים פאר הילף ''אין ער בעט אין באקומט גארנישט דערפאר''
איך ווייס אז אסאך וועלן לייקענען מיינע ווערטער, אבער פאר די ערנסטע זאג איך: יותר ממה שקראתי לפנים כתוב כאן
אדרבה פרעגט זיינע נאנטע אפי' וועלכע באלאנגען צו צד מהר"א אפי' זיינע שוואגער כו' (פארשטייט זיך אז איר וועט רעדן צו א קרוב זיין'ס וואס באלאנגט צו מהר"א אין ביי יענעם איז די פארטיי וויכטיגער ווי די אמת וועט ער אים אראפרייסען מיט שקרים אבער רוב זענען ערנסטע יונגעלייט) וואס פאר יוד מ'רעדט דא. (פאר עטליכע יאר ציריק האט איינער פין די אנהענגער ביי צד מהר"א ובתוכם דער מעיאר און מאיר הירש ועוד שטארק געארבעט ער זאל צוריקומען , אין אסאך חסידי מהר"א האבען זיך שוין געפרייט האפענדיג אז זיי באקומען דעם 'באמבע' פין צד מהרז"ל, ווייל ר' יואליש זיכט נישט קיין פאליטיקס נאר דעם שולחן ערוך,)
ער איז פאקטיש ממש א קאנאן אין אלע רחניות'דיגע הינזיכטן, הערטס נאר אמאל א טעיפ פין א שיעור וואס ער גיבט סיי אין הלכה אין סיי אין השקפה.
ער האט טאקע נישט קיין איין חיסרון: ער איז זקן בשנים אבער ער איז א זקן בחכמה ובתורה ויר''ש ומידות.
(אין פאר דיר FIVE BORO, און הרב ב"צ לאוב אין די אנדערע שרייבער, זאלסט וויסען אז די מחיוב מפייס צו זיין כבוד תורתו, והוי זהיר בגחלתן.)
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 03:58 |
|
| |
זיבעלע  און נאכאמאל 
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 04:04 |
|
| |
דין תורה, ווען נישט וואס די שרייבסט נישט די ווארט ר' בנציון וואלט איך געמיינט אז די רעדסט פון שארמארשער רב שליט"א, און אז דער ר' בנציון האט די חוצפה צו רעדן אויף אזא איד ווי די האסט דערמאנט אויבן ספעציעל אז דער איד איז מיט א היבש ביסל עלטער פון אים) איז דאס שוין מעיד ווער ר' בנציון איז.
תוקן על ידי סאטמארפלעק ב- 11/02/2010 04:08:31
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 04:07 |
|
| |
אינטערעסאנט איז ווען איך האב אנגעהויבן שרייבן האט נאך זיבעלע געהאלטן אימיטן שרייבן די זעלבע זאך, זעס אויס אז מיר אלע קענען דעם שארמאשער רב זייער גוט, אבער ווער איז דער ר' בנציון? כ'האב קיינמאל פון עלטערע סאטמארע אידן נישט געהערט זיין נאמען.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 04:10 |
|
| |
נא ער האט גוט געלערנט ביי זיין רבי, ער האט דאך אקוראט געטהון די זעלבע זאך מיט הצדיק מקאשוי זללה"ה שארמאשער רב איז א פורץ גדר ווייל ער האט אנאנדערער דעת תורה מהעסקן הדגול לטובת באר יצחק שליט"א
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 04:48 |
|
| |
אה! די בני זואל/זאליס האבן זיך גינימען איבער הרה''צ רבי בנציון לויב שליט''א, ביודעי ומכירי קאמינא, איך קען דעם רבי בניציון לויב פין די נאנט, אין לאמיך אייך זאגן, אין הערטס מיך גיט צי, אין דערנאך קענט איר אנהייבן צי שעלטן, אין סע וועט אייך גארנישט העלפן, רבי בנציון לויב איז א גרעסערער תלמיד חכם פין ר' זלמן לייב פיליפ, אגרעסער חכם פין ר' שלמה לייב וויינבערגער, א גרעסער ירא שמים אין עובד השם פין ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן, אין ער פאקט איין דעם שארמאשער אין זיין קליינעם טעשל, דער בית דין הגדול שבירושלים ובראשם דער גאב''ד רבי יצחק טובי' שליט''א שטעלן זיך אויף מלא קומתם ווען ער קימט אריין צי זיי, ער איז א גאון עצום אין תורה, א גאון עצום אין יראת שמים, א גאון עצום אין עבדות השם אין א גאון עצום אין עסקנית, יא יא, טשעפעט מיט עם, שעלטס עם, ווייל איר רייסט דאך אראפ אלע ערליכע אידן, אין ער איז זיכער נישט קיין אויסנאם, יעצט ציריק צי די קללות.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 04:49 |
|
| |
יא איך קען גראדע ר' בן ציון זייער גוט, גראדע רעד דין תורה און דע פאל נישט קיין נארישקייטן,
אידן האבן אלס געוויסט און ווייסן און וועלען וויסן, אז מען דארף אינטער וואקסן אביסל און נעמען שימש אויף יעדע זאך פון עלטערע, אז איינער וויל טון און הנהגה, האט ער געדארפט האבן אביסל צי געזען פון עלטערע פון עם, ווי אזוי מען איז זיך נוהג, די זעלע מיט עסקנות א.א.וו. ער איז באמת א וואוילע אינגערמאן און א עובד ד' נאר ער פארפעלט צוויי יסודות און חסרון ידועה 1) שיפלת עצמו 2) די גדלת פון די פריעדיגע, און דאס קומט פאר איין סיבה, ווייל ער איז א דורך געגאנגען די ישיבה בקברו, ווי מען האט אויסגעלערנט 1) גדלות עצמו 2) און שיפלת אויף די פריעדיגע,
HE IS MISING THE MAIN PART
ער האט געטון א זאך, וואס אויב וואלט ער געווען א חכם המכיר את מקומו וואלט ער נישט דארט געשטאנען זינטאג אויפדערנאכט, ער וואלט אויסגעווארט נאך 20 יאר,
תוקן על ידי זמן_כפרה ב- 11/02/2010 04:52:40
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 04:50 |
|
| |
דיןתורה כתוב: איך פארשטיי אז די סיבה פארוואס צד מהרז''ל רייסט אפ אזוי שטארק אראפ איז ציליב די דרשה וועלכע ער האט געהאלטען ביים גענעראל פארזאמלונג אין ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל פאר אין נאך קרית יואל'ער דיין אין ווי פארשטענדליך האט צד מהרז''ל געהאט ווייניג נחת פין די גאנצע אסיפה ספעציעל פין די 2 דרשות
קענסט אפשר מער דעטאלירן פארוואס עס איז אזוי פארשטענדליך א) פארוואס נאר דע צוויי דרשות, מעיאר ווידער איז א גאר גרויסע עסקן פאר יודן און פאר מוסדות אין ארה"ק, וואלט דאך זיך געפאסט אז פאר אלע דריי רעדנערס ב) אז פאר דיין רעבען אליין האבן דע אלע דרשות געגעבן אסאך נחת פאר זיינע קעגנערס, טא פארוואזשע פאר זיינע יוצר משרתים ואשר משרתיו האבן זיי ווייניג נחת ג) אז דער תשובה בכתב פון האדיר בעל אג"ד האט נישט אויפגעטאהן, פארוואס זאל א דרשה א קראץ טוהן. ד) קומט אויס לכאורה אז אויב הגב"ץ וועט ארויסקומען מיט א איסור בני יואל וועט אפשר דאס זיין דע לעצטע שטרוי און זיי וועלן זיך פארשליסן - אדער עכ"פ אויב דער דיין וועט פארליינען דעם איסור
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 04:54 |
|
| |
כ'כאפ שוין, דער שארמאשער רב איז ביי אונז גרויס ווייל אונזערע עלטערן און תלמידי חכמים האבן געזאגט אזוי, אבער רבי בנציון? אה אז איז שוין גאר גרויס אויף אים זאגט שוין עדות גערעכטער1 און דין תורה פון היידפארק. בני אהרונים, אפילו ס'זאל ווען זיין אמת אז דער אומבאקאנטער ר' בנציון איז די גרעסטע תלמיד חכם אויף דער וועלט, אבער זיין אויפפירערשאפט זאגט שוין ווער ער איז, הא קערס וויפיל ער קען, די בר אילן סידי קען בעסער לערנען פון אים.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 05:39 |
|
| |
כ'קען מוסיף זיין איין זאך, איך ווייס קראנט מ'איז אויך געווען ביי הרה"ג ר'ישראל דוד הארפענעס שליט"א בעטן ער זאל ארויסקומען קעגן די סידור קידושין ער האט נישט געוואלט ארויסקומען קעגן שארמאשער רב, מ'קען עס פרעגן זיין חשובען שווער,
ווידעראום הרב לאוב האט נישט געצעגרט, די שאלה איז, ווער איז דא געווען דער חכם און ווער דער חסר דעה.........?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 06:23 |
|
| |
איך וועל זאגען די משל פון דבנער מגיד
איינער איז געקומען בארגען א לאמפ פון א שכן,
עס קומט ביים צירוק געבען ברענגט ער עם צירוק די געבארגטע לאמפ בנוסף נאך א קליינע לאמפ,
פרעגט ער עם וואס איז דאס? ענטפערט ער עם אז בשעת דיין לאמפ איז געווען ביי מיר האט דאס געבארען למזל טוב נאך א לאמפ און איך געב דיר צירוק דיינס א זאך,
פארשטייט זיך ער האט זיך זייער געפרייט,
א פאר טאג שפעטער קומט נאכאמאל דער שכן און ער וויל בארגן נאכאמאל יעצט איז דאס עפעס א טייערע טאפ,
דער בארגער פרייד זיך שוין, אילי וועט יעצט געבארן ווערן נאך אזא טייערע טאפ,
אבער צום באדאערען קומט ער ציריק ביים זמן הפרעון און זאגט עם וואס זאל איך טון דער טאפ איז געשטארבן,
און דער בארגער נעמט זיך מאכן קולות א טאפ קען נישט שטארבן גנב,
און ער טענה'ט ווייטער אז א לאמפ קען געבארען האסטו יא פארשטאנען, נאר אז א טאפ קען שטארבן פארשטייסטו נישט?
לעניניו וואס ווינדערט איר זיך אזוי אז איינער ווערט א שר התורה איבער נאכט, א רבים משכימם לפתחו ועוד ועוד,
אויב האט דער ארוני פארשטאנען אז גרויסע רבנים און גוטע פריינט פאר סאטמאר וואס זענען געשטאנען לימין קדשו פון רבין בכל עת ועונה, זענען איבער נאכט געווארן שונאים אויף למפרע 50 יאר און אויפן פלאץ פארקויפט מעשיות ווי זיי האבן שטענדיג מצער געווען דעם רבין,
טא אויב פארשטייט איר אז א טאפ קען געבארן פארוואס זאל עס נישט קענען שטארבן?
תוקן על ידי זמן_כפרה ב- 11/02/2010 06:28:31
תוקן על ידי זמן_כפרה ב- 11/02/2010 06:29:32
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 18:04 |
|
| |
| סעננדר כתב: |  | כ'קען מוסיף זיין איין זאך, איך ווייס קראנט מ'איז אויך געווען ביי הרה"ג ר'ישראל דוד הארפענעס שליט"א בעטן ער זאל ארויסקומען קעגן די סידור קידושין ער האט נישט געוואלט ארויסקומען קעגן שארמאשער רב, מ'קען עס פרעגן זיין חשובען שווער,
ווידעראום הרב לאוב האט נישט געצעגרט,
די שאלה איז, ווער איז דא געווען דער חכם און ווער דער חסר דעה.........?
|
|
כא כא כא... איך האב גיפרעגט רבי ישראל דוד הארפענעס שווער וואס זיין איידעם זאגט וועגן שארמאשער רב ענטפערט ער אז צוויי בני יואלניקעס זענעם גיקימען צי רבי ישראל דוד ער זאל ארויס פארן אויף קרית יואל מחזק זיין דעם שארמאשער אזוי ווי דער גרויסער אין קליינער ר' זלמן לייבעלעך האבן גיטין האט ער גיענטפערו קלאר אין דייטליך כהאי לישנה אז ער וויל נישט מחזק זיין א מרבה ממזרים בישראל, אין יעדער ווייסט אז רבי ישראל דוד איז טאקע נישט גיפארן צים שארמאשער. אין יעדער קען פרעגן זין חשובן שווער וועגן די מעשה, וועט איר נאך הערן נאך א בארג סטאטעיטמענטס וועגן דעם שארמאשער.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 18:57 |
|
| |
פין תיבה אישית
זיי שרייבען דארט אז זיי ווייסען נישט ווער הגה''צ ר' בנציון איז
פליצלונג ווייסען זיי שוין נישט.. ווען זיי האבען אים געמאכט פאני קאללס ביי די פרשה ווען באקאנטע בעלי מחלוקת האבען געפירט א מערכה (בשמו פין הר''ר דוד שמידל) קעגן הגאון ר' אליקום שלעזינגער אין די חברי וועד להצלת בתי עלמין די רבנים פין לאנדאן. אין איינער (א פשוט'ע שקרן) האט ארויסגעלאזט א שם אז רב''צ איז געווען דער וואס האט ערלעדיגט ביי די גדולי הרבנים זאלען נישט גיין צו די מושב ליצים אין מאריאט באלל רום, וואס פאר א טעראר ער איז דעמאלטס דורך, צווישען אנדערע - ער האלט אויף ביז זיך אין שטוב א בחור פין פרעמדע שטוב (אויך פאר זיין גיטסקייט) אין מ'האט אים געהאלטען אין איין רופן אז דער בחור האט געכאפט א ביטערע עקסידענט אין קווינס לעבן די סאטמאר (וויי פאר אזא סאטאמר...) ישיבה, אין רב''צ מיט זיין אשת חיל וועלכע האבען א שטארקע אחריות פאר דעם בחור האבען געפילט ווי א פערזענליכע טראגעדיע ר''ל, זיי האבען גערופן אלע הצלה'ס פין די געגנט צו געוואר ווערן וועלכע שפיטול מ'האט אים געפירט, ביז זיי האבען ענדליך אפגעטעמט אז אז ס'נישט מער ווי א פאני קאל. עס איז דעמאלטס געגאנגען א חשוב'ער עסקן אין געטרעיסט די קאל, אין נישט מער נישט ווייניגער ''נפתלי בלומענפעלד'' פין קווינס הייבט אויף דער טעלעפאן, אין וווען יענער האט אים פארגעהאלטען פאר אזעלכע אימווערידגע רשעות אין אלע אנדערע פאני קאלס, האט ער זיך פארענטפרט אז די טעלעפאן סיסטעם אין ישיבה איז איין גרויסע סיסטעם אין ער קען נישט נעמען אחריות פין וועלכע טעלעפאן מ'האט גערופן, ווייל ס'שטייט אייביג א אנדערע נומבער אויף די קאלער איידי (אדער יא אדער נישט...)
אין פליצלונג ווייסען זיי נישט ווער רב''צ איז
ווער געדענקט דען נישט ווער ער האט אויפגעטרעטן אלס אורח הכבוד פאריאר ביים מעמד חינוך הטהור דורך די עדה החרדית אין ירושלים, במעמעד רבבות אלפי ישראל וואס דעמאלטס האבען קעגנער פראבירט צו פירן א מערכה מ'זאל אים נישט רופן, למעשה האט ער האט געהאלעטן א מעכטיגע דרשה וועלכע האט בצויבערט די אלפי בני ירושלים.
פליצלונג ווייסען זיי נישט ווער רב''צ איז.....
נפל פרעג נאר דיין שוואגער....
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 19:03 |
|
| |
| גערעכטער1 כתב: |  | אה! די בני זואל/זאליס האבן זיך גינימען איבער הרה''צ רבי בנציון לויב שליט''א, ביודעי ומכירי קאמינא, איך קען דעם רבי בניציון לויב פין די נאנט, אין לאמיך אייך זאגן, אין הערטס מיך גיט צי, אין דערנאך קענט איר אנהייבן צי שעלטן, אין סע וועט אייך גארנישט העלפן, רבי בנציון לויב איז א גרעסערער תלמיד חכם פין ר' זלמן לייב פיליפ, אגרעסער חכם פין ר' שלמה לייב וויינבערגער, א גרעסער ירא שמים אין עובד השם פין ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן, אין ער פאקט איין דעם שארמאשער אין זיין קליינעם טעשל, דער בית דין הגדול שבירושלים ובראשם דער גאב''ד רבי יצחק טובי' שליט''א שטעלן זיך אויף מלא קומתם ווען ער קימט אריין צי זיי, ער איז א גאון עצום אין תורה, א גאון עצום אין יראת שמים, א גאון עצום אין עבדות השם אין א גאון עצום אין עסקנית, יא יא, טשעפעט מיט עם, שעלטס עם, ווייל איר רייסט דאך אראפ אלע ערליכע אידן, אין ער איז זיכער נישט קיין אויסנאם, יעצט ציריק צי די קללות. |
|
גערעכטער כ'האב נישט פארהערט די רבנים וועמען די רעכנס אויס איך כ'קען עס נישט באשטעטיגן
אבער דאס איז אמת אז ירושלים'ער רב האט פאר אים א זעלטנע הערצה ער איז פאקטיש א גאון וואס קען איינפאקען א גרויסע פראצענט 'עלטערע תלמידי חכמים'
אין דער וואס זענען אים מבזה, אין אוואדי דער האט געמאכט די פאני קאלס שפילן זיך מיט פייער
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2010 19:04 |
|
| |
איין זאך פארשטיי איך נישט, האט נישט ר' אהרן געהאלטן א דרשה ביי די ערוב פרשה אז מען טאר נישט שרייען אויף יענעם, יעדער זאל טון וואס זיין רב הייסט? וואס איז ראנג אז שאמאשער רב האלט אנדערש פון לויב? ער טאר נישט? איז דא ערגעץ א הלכה אין שלחן ערוך אז איין דיין טאר נישט האלטן אנדערש פון א צווייטן?
|
|
|
|
|