בית פורומים אידישע געדאנק

ר' בנציון לאוב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/2/2010 19:06 לינק ישיר 

דיןתורה כתב:
אין דער וואס זענען אים מבזה, אין אוואדי דער האט געמאכט די פאני קאלס שפילן זיך מיט פייער



אין וואס טוט זיך מיט די וואס מאכן פאני קאללס צום שארמעשער רב, פארן חטא פון האלטן אנדערש פון כ"ק הגאון הקדוש לויב?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2010 19:09 לינק ישיר 

אין לגופו של ענין
כ'האב אויסגעהערט די דרשה פין ר' בנציון אין כ'הער נישט קיין איין ווארט ווי ער רעדט קעגן שארמאשער רב
ס''ה איז ער מחזק די דעת תורה פינעם קרית יואלע'ר דיין - (
וועלכע איז אטאמטיש די פארקערטע פין שארמאשער רב)

אויב הייסט דאס אטאקירט, דאן קומט אויס אז שארמאשער רב וועלכע האט געשריבן א בריוו אז ער מעג יא זיין מסדר קדוישין, געשריבן א פאשקעוויל קעגן דעם קרית יואל'ער דיין - דער דיין וועם דער רבי ז''ל האט אויפגענועמן (אין איז פאקטיש די איינציגסטע דיין וועם די רבי ז''ל האט אויפגנומען, אלע אנדערע האט ער נישט מער ווי געגבן זיין הסכמה פאר קהל, משא''כ דא האט דער געהייסן מ'זאל אים דווקא אויפנעמן)

אדרבה הערט אליין'ס אויס די גאנצע דרשה אויף 718-506-9041




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2010 19:40 לינק ישיר 

די פארשטייסט טאקע נישט דעם חיליק? דאן קימט דיר שטארקע שלעק... לויט דיר פארוואס האט דער דברי יואל זצ''ל פארפירט אקעגן די הולכי לבחירות הטמיאות?, פארוואס שרייט מען שבת פאר די פושעים? זייערע דיינים לאזן פארן שבת, דער חיליק איז זייר פשוט, ווען קלויזנבורגער רבי האט גיהאלטן אז מארוקאנער אתרוגים זענען פסול, האבן די קלויזנבורגע חסידים נישט גיניצט די מארוקאנער אתרוגים, אין ווען דער קלויזנבורגער האט גיהאלטן אז שבת אן א עירוב מעג מען גיין מיט די אלטע פלעסטיגס אופן שטריימל, זענען די קלויזנבורגע חסידים טאקע גיגאנגען מיט דעם, כאטשיג אלע רבנים האבן גיהאלטן אז סאיז אסור צי גיין מיט דעם אבער קיינער האט זיי נישט נאכגישריגן מחללי' מות יומת, ווען וויזניץ מאנסי איז שבת ביי שלש סעודות שוין גיפארן מיט די קארס כאטשיג אין סאטמאר איז נאך גיווען יום ממש אין מען האט נאך גידאווענט מנחה, אבער וויזניץ האט גיטין ווי זייער רבי האט גיפאסקעט, אין קיינער האט זיי נישט נאך גישריגן מחללי' מות יומת, אבער מסדר קידישין צי זיין בלי רשות המרה דאתרא איז נישט תלוי אין א חסידות, אויב טיט מען דאס איז פינקט ווי דער מחלל שבת אין ארץ ישראל ווי מען שרייט שבת אין מען איז מחוייב מוחה צי זיין, אין די וואס ווילן זאגן אז דער שארמאשער איז מתיר אין סאיז נאר א מחלוקה פין רבנים, איז דער ענטפער אז שלמה גורן וואס האט נאך גיקענט אזוי פיל לערנער ווי דער שארמאשער האט אויך מטהר גיווען ממזרים...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2010 20:24 לינק ישיר 

דיינע ווילדע אטאקעס זענען זייער פאסיג פאר דיין חסידות, צום ענין, שארמאשער רב האלט אז ר' אהרן האט נישט קיין הלכה פון א מרא דאתרא, פיריאד, מעג ער אזוי האלטן אפילו ר' געציל אין רב לויב האלטן אנדערש? מעג איך (וואס אלע הלכה שאלות איז שארמאשער רב מיין דיין, אין רב לויב'ס נאמען הערשט געהערט צום ערשטן מאל די וואך זינטאג) אים פאלגן?

דער תירץ איז הא לן והא להו, ווען פאר ר' אהרענען קומט גוט אויס, זאל יעדער פאלגן זיין דיין, אין ווען עס קומט אים נישט גוט אויס, זאל מען יא נאכשרייען, ווארפן פאשקעווילן, אנספרעיען די גאנצע שטאט, אין מאכן פאויני קאללס.

תוקן על ידי שלעק ב- 11/02/2010 20:26:30




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2010 20:48 לינק ישיר 

איך האב געפרעגט א שאלה וואס יעדער וואס איז אביסל פאראינטערסירט אין די סאטמארע פאליטיק פרעגט (חוץ איינער וואס איז אליינס א סאטמארער סאטמארער חסיד)

איך האב אפגעפרעגט מיין שאלה און זיך געשטעלט און די זייט, עס האבן זיך אויפגעבויעט באלד 40 תגובות, זה בכה וזה בכה.

איך גיי נישט אויסשמועסן אלעס וואס האט מיר געמאכט שמייכלען אין דעם אשכול (לדוגמא, דער אהרויני דין_תורה פראבירט זיך צו קויפן אימון, ריקט ער אריין פארן צווייטן אהרויני גערעכטער1 אז "איך קען נישט מעסטן די גאונות פון דעם דיין אדער יענער דיין... אבער אין זעלבן תגובה לייגט ער צו "אזוי פיל קען איך יא זאגן אז ער איז גרעסער פון אסאך עלטערע פון אים"...)

סך הכל שטעלט זיך ארויס אזוי: קודם די פאקטן

דער ר' בנציון איז א טאָטער פון 34 יאר אלט!
ער איז קיינמאל קיין דיין אין סאטמאר נישט געווען (איך רעדט פון פאר די מחלוקה) ער איז אויפגענומען געווארן דורך די אהרוינים הערשט נאך די ספליט
ווען סאטמאר איז געווען גאנץ האט מען נישט אנערקענט אין די "גדלות" זיינעם
ער האט א גוטע רעפיוטאציע אלס א גרויסער עסקן און רעדנער

דאס זענען פאקטן וואס אלע ביידע צדדים זענען איינשטימיג!

יעצט צוריק צו מיין שאלה.

אבער הפעם וועל איך פרעגן די שאלה אביסל אנדערש צוליב דעם וואס איך האב שוין אביסל געהערט דא וועגן דעם ר' בנציון.

2 שאלות:

1   איז ער די גרעסטע ת"ח צווישן אלע אהרוינישע דיינים?
2   איז ער די עלטסטע פון צווישן אלע אהרוינישע דיינים?

אויב איז די תירוץ אויף ביידע קשיות "ניין" און ער באקומט נישט לכה"פ "איין" "יא" דאן איז ער (און צוגאב צו זיין תורה, עבודה, וגמ"ח. פארשטייט זיך לשיטת הארוינים) א פראסטער מחוצף אדער א ווילדער אינג!

איר קענט זיך ווייטער טענה'ן צו ער איז יא צו נישט א ת"ח, צו ער איז יא צו נישט ראוי צו זיין א דיין, וכו'

אויפן מענטש אליינס האב איך שוין גענוג אינפארמאציע און איך פארשטיי שוין פארוואס מען האט פון אים נישט געהערט ביז היינט, בסך הכל איז ער 34 יאר קוים וואס ער מאכט בר מצוה, אויפגענומען דורך די אהרוינים נאכן ספליט...

יעצט בלייבט נאר מיין צווייטע שאלה און דאס איז סיי אויף אים און סיי אויף די אהרוינים.

אויף אים פרעג איך, אויב איז דא עלטערע דיינים פון דיר, אויב איז צווישן די דיינים דא גרעסערע תלמודי חכמים ווי דיר, פארוואס ביסטו א קופץ בראש?

אויף די אהרוינים פרעג איך, פארוואס האט איר נישט געקנט טרעפן איינער פון ענקערע עלטערע דיינים צו טון די הייליגע ארבעט, פארוואס דווקא א ראצער?


תוקן על ידי נפל ב- 11/02/2010 20:51:23




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2010 21:26 לינק ישיר 

נייפל ווי אלט איז ר' חיים דוד כ''ץ גיווען וען מען האט עם אויפגינימען אלץ דיין?, פארוואס איז ער גיווען דער הדיוט קופץ בראש פארן הייליגן בירך משה ביי די קראצמעך ביימעלעך אין שערי חמלה? פארוואס האט ער דאס נישט גילאזט פאר ר' ישראל חיים מנשה וואס איז אויך דארט גיווען מיט עם?, למעשה צי איז רבי בנציון דער גרעסטער תלמיד חכם פין די אהרונישע דיינים,? איז דער ענטפער ניין!, רבי געציל בערקאוויטש שליט''א איז דער גרעסטער תלמיד חכם!!! אבער ער איז אסאך א גרעסערער תלמיד חכם פין סיי וועלעכן זאלי דיין, דאס איז זיכער, אין אזוי אלטן אלע רבנים וואס קענען עם, ובמיוחד דער בית הגדול שבירושלים,אין זאג מיר, ביי די וויפל יאר מעג מען אנהייבן צי זיין א מחוצף? דער שארמאשער מיטן טשאדער זענען שוין מחוצפים 25 יאר וואס דאן זענען זיי ביידע נאך גיווען ווייניגער פין 34 יאר, זייט ווען האט דער עידש ציטין מיט חיצפה? אין בכלל ווי איז זיין חיצפה? ווייל ער האט נאכגיזאגט א פסק דין פינעם הייליגן דברי יואל?, האט ער דען עפעס ערוועינט דעם נאמען פין שארמאשער? ער האט נאר גיזאגט א פסק הלכה אין דער שארמאשער שרייט אז ער מיינט עם! וויאזוי גייט עס?  דער שיכור זאל ארויס פין זאל!!! שרייט דער חכם ציריק פארוואס ריפסטי מיך שיכור!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2010 22:06 לינק ישיר 

גערעכטער, פארשטיי איין קליינע נקודה, ווילאנג די ביסט א אהרויני ביסטו נישט דער באגלייבטער קובע וואס קען זאגן אז די אהרויני דיין לאוב איז א גרעסערער ת"ח ווי די זאלי דיינים...

מיין שאלה בלייבט ווייטער אומפארענטפערט, ווי נעמט זיך א 34 יעריגער וואס האט קוים ארויסגענומען די הוראה (עס זענען דא וואס זאגן אז ער האט נאך עד היום הזה נישט קיין סמיכה) זיך אויפשטעלן רעדן חוצפה אין די צייט וואס זיין אייגענע פארטיי האט דיינים וואס זענען "עלטער און גרעסערע ת"ח" ווי אים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2010 22:31 לינק ישיר 

רבי בנציון שליט''א האט זיך אופגישטעלט רעדן אין זאגן זיין חוות דעת ווייל ער האלט אזוי, ער איז ביי אלע טויזענטער מענטשן וואס האבן זיך דארט באטייליגט אנגינימען אלץ א מוסמך, די זאגסט אז ער האט נישט קיין סמיכה, אפשר זאגסטי מיר פין וועם דער שארמאשער, טשאדער, אין ר משה בער האט סמיכה?, אז ביסט נישט ציפרידן פין דער דברי יואלס פסק שרייב דאס ארויס, אבער וואס האט דאס ציטין מיטן עידש, עובדי' יוסף פסק איז דיר יא גיט? ער איז דאך שוין א עלטערער מורה הוראה, דאס וואס איר האקט אזוי אויף רבי בנציון צייגט לאר אז ער איז א בר הכי, דער רבי בנציון פסקעט מער שאלות אין א יאר ווי ר' ישראל מנשה אין 10 יאר, ער איז היינט ציטאג פין די פארנימענסטע אין אנגינימענסטע דיינים, סי שמעקט דיר נישט? דאן שעלט עם נאך אביסל!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2010 22:56 לינק ישיר 

איך בין געוועזן ביים גענעראל פארזאמלונג, איך האב אויסגעהערט אלע דרשות, קיינער האט בכלל נישט אדרעסירט דעם הלכהדיגן חלק פונם ענין, די מחלוקה להלכה איז דא צו דער ר' אהרן איז מרא דאתרא ע"פ תורה, דער שארמאשער רב האלט אז נישט, קומט א יונגער מחוצף (לשיטתי) וואס האלט א דרשה וואס דער הייליגער בעל ויואל משה האט געהאלטן לגבי איינער וואס איז א מרא דאתרא ע"פ הלכה, אין ער  דערמאנט גארנישט וועגן די אצם דיון ווער עס איז א הלכהדיגער מרא דאתרא, היש לך חצוף יותר מזה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2010 23:22 לינק ישיר 

שלעק איך בין אויך גיווען ביי די פארזאמלונג אין קיינער איז נישט מחילק אז דער רבי שליט''א איז מרה דאתרא אפילו דער שארמאשער מיט זיין פאני בית דין האט אויך נישט גישריבן אז רבינו שליט''א איז נישט מרה דרתרא ער האט נאר גישריבן דעם תירוץ אז דאס איז אויזער די שטעטל, (האלוואי הייבט דער שארמאשער אן מיט די היידפארק טענה אז ער איז נישט מרה דאתרא, ער האט אויף דעם נישט קיין גאטס, ווייל אלע רבנים אין די וועלט האבן אנגינימען אז ער איז דער מרה דאתרא) אויף דעם האט רבי געציל געזאגאגט אז לפי פסקו פונעם דברי יואל איז אסור אפילו אויזער דע שטעטל ווי באלד סאיז אין גלילות, לויט רבי געציל איז דעם דברי יואלס פסק מחייב יעדן, אין לויטן שארמאשער איז עס עם נישט מחייב, דאס איז דע גאנצע מחלוקה, דע מרה דאתרא אישא איז נאר א היידפארק ערפינדונג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/2/2010 01:51 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:
שלעק איך בין אויך גיווען ביי די פארזאמלונג אין קיינער איז נישט מחילק אז דער רבי שליט''א איז מרה דאתרא (שקר נומער 1) אפילו דער שארמאשער מיט זיין פאני בית דין האט אויך נישט גישריבן אז רבינו שליט''א איז נישט מרה דרתרא (שקר נומער 2) ער האט נאר גישריבן דעם תירוץ אז דאס איז אויזער די שטעטל, (האלוואי הייבט דער שארמאשער אן מיט די היידפארק טענה אז ער איז נישט מרה דאתרא, ער האט אויף דעם נישט קיין גאטס, ווייל אלע רבנים אין די וועלט(שקר נומער 3 אדרבה ווייז מיר איין רב אויסער ענקערע פעיראלל דיינים כלשונכם וואס האבן אזוי אנגענומען להכה?) האבן אנגינימען אז ער איז דער מרה דאתרא) אויף דעם האט רבי געציל געזאגאגט אז לפי פסקו פונעם דברי יואל איז אסור אפילו אויזער דע שטעטל ווי באלד סאיז אין גלילות, לויט רבי געציל איז דעם דברי יואלס פסק מחייב יעדן, אין לויטן שארמאשער איז עס עם נישט מחייב, דאס איז דע גאנצע מחלוקה, דע מרה דאתרא אישא איז נאר א היידפארק ערפינדונג.


דא איז טייטש א שקרן, צו מכחיש זיין שמש בצהרים זענט איר וועלט בארימט, ממילא וועל איך דיר ניטאמאל ענטפערן, גיי פרעג שארמאשער רב וואס ער האלט צו ר' אהרן איז הלכהדיג מרא דאתרא, כוועל עס דיר גרינגער מאכן ברענג מיר איין מענטש וואס איז נישט אויף ענקער פעיראלל וואס האלט אז ר' אהרן האט א הלכה ווי א מרא דאתרא ווי דער פאל וואס דער הייליגער בעל ויואל משה רעדט, איינס!


תוקן על ידי שלעק ב- 12/02/2010 01:52:57




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/2/2010 03:40 לינק ישיר 

אזוי גייט עס ביי די ארוינים מען נעמט א ראצער מען בלאזט אים אויף אלס מעכטיגע תלמיד חכם און דערנאך זאל קיינער חלילה נישט קומען זאגען א מיינונג קעגן אים

אנדערש ווי אלע אונזערע רבנים וואס זיי זענען אלע יארן געווען אנערקענט ביי אלע סאטמארע אידן ארוינים און זאלוינים צוגלייך ביז ווען זיי האבן נישט מסכים געווען אז שמואל ווידער זאל זיין זייער מיינונג זאגער זענען זיי פלוצלינג געווארן פסול.... די זאכן איז פשוט און יעדער ווייסט דאס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/2/2010 16:38 לינק ישיר 

אזוי! רבי בנציון לויב איז גיווארן א ראצער ווייל ער זאגט נאך א פסק פין בעל דברי יואל ואס שמעקטא נישט פאר די פורצי גדר, אופאיינמאל איז ער א הדיוט קופץ בראש, פארוואס? ווייל ער איז נאר 34 יאר אין סע זענען דא עלטערע רבנים פין עם, וכאן הבן שואל, איז נישט דיין רבי א ראצערל א הדיוט קופץ בראש? איז נישטא עלטערע פין עם, איך פארשטיי אז די ווילסט נישט רבי אהרן, ווייל עם קענסטי נישט פירן ביי די נאז, אזוי ווי דער בירך משה איז אויך נאר גיווארן ענקער רבי ווען איר האט מיט עם גיקענט טין וואס איר ווילט, ווען ער האט שוין נעבעך נישט גיוויסט בין ימינו לשמולו דעמאלץ איז ער גיווארן א צדיק, דעמאלץ איז ער ענק גיט גיווארן, וועגן דען וויל דער שארמאשער פינקטליך וויסן ווען דאס איז גיווען, פאר ער האט גיזאגט ווערעמיגע קינדער צי דערנאך, אה קיי, אבער ר' ליפאלע, פארוואס נעמט איר נישט דעם הייליגן זענטער פאר רבי?, ער איז דאך עלטער, א עם ארץ איז ער דאך פינקט ווי ענקער רבי, סא פארוואס איז ער ענק נישט גיט?,  פארוואס דארף דעם הדיוט קופץ בראש זיך אריין שטיפן די נאז ווען סאיז דא עלטערע פין עם?.

אין צי שלעק זאג איך, קיק אראן אין דעם געשריבענעם חוות דעת פין די דריי פורצי גדר שראבן זיי קלאר אז מען קען דארט מסדר קידישן זיין ווייל סאיז אינדרויסן פין שטעטל, זיי שראבן נישט אז ער איז נישט מרה דאתרא, איך דארף נישט פרעגן דעם שארמאשער ער האט דאס גישריבן אין יעדער זעט וואס ער האט גישריבן, אדרבה זאל ער שראבן אז ער איז נישט מרה דאתרא, זאל די ועלט זען וואס פאר א פורץ גדר מיר האבן, קודם איז דער בירך משה גיווען א... נאכדעם איז די תורה נישט קיין תורה, ואלה המשפטים איז שוין נישט אקטועל, אזוי איז מען בועט בתורת משה, מען גייט אין ערכעות, אין מע שרייבט אז רבי דוד עקשטיין איז גאר דער מסור, אזא פנים האבן ענק,

לאמיר זען ווען א רב בישראל אויזער די פאר מחוצפים זאלן קימען דארט מסדר קידישן זיין בלי רשות רבינו שליט''א, רבי געציל שליט''א האט נישט גיזאגט זיין חוות דעת פאר בועטי בתורת משה, פאר אזעלעכע וואס פאלגן נישט די תורה וואס פאלגן נישט דעם שולחן ערוך, פאר זיי האט רבי געציל נישט גירעט, ער האט געזאגט זיין חוות דעת פאר די רבנים ודיינים פין די ועלט, פאר ווינער רב פאר תולדות אהרן רבי פאר טאשער רבי פאר סוקולענער רבי פאר ספינקא רבי וכו' לאמיר זען צי זיי וועלן אנפייפן דעם מרה דאתרא צי זיי וועלן עם פאלגן. אין ענקערע שטותים מאכט נאר שטארקער רבי געצילס פסק דין וחוות דעת.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/2/2010 16:55 לינק ישיר 

נישט ר' געציל אין נישט ר' בנציון האבן געזאגט וואס די שרייבסט !!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/2/2010 17:02 לינק ישיר 

שרייב וועלעכן פארט האבן זיי נישט גיזאגט!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ר' בנציון לאוב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.