בית פורומים כל העולם כולו

כ"ק אדמו"ר מהרי"י שליט"א צוגאסט אין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/2/2010 04:29 לינק ישיר 
כ"ק אדמו"ר מהרי"י שליט"א צוגאסט אין קרית יואל

גרויס פרייד הערשט ביי קרית יואל'ער אידן צו האבן א גרויסן גאסט אין שטאט אויף צוויי טעג היינט מיטוואך און דאנערשטאג.

אזוי ווי אלע רבנים וואס זענען פארנומען מיטן כלל, מיזן פון צייט צו צייט אוועק פארן זיך אפרוען אויף עטליכע טעג
, ווי רביה"ק פלעגט פארן קיין בעל הארבער, שערן ספרינגס וכדו', אביו בעל ברך משה פלעגט פארן קיין פלארידע, אחיו הגדול מהר"א פארט קיין פאלם ספרינגס, אזוי אויך פארט מהרי"י אויף וואקאציע, אבער ער האט זיך איינגעפירט אז ער פארט נישט אוועק אויף ווייטע פרעמדע מקומות נאר ער פארט ארויס אין דימאונטענס צו זיין קעמפ, מחנה דברי יואל, און יעדן טאג קומען צו פארן עטליכע אידן פון ק"י צו משלים זיין צו מנין.

אזוי אויך היי יאר איז ער ארויסגעפארן פאריגע וואך מיטן פלאן דארטן צו זיין אויף צוויי וואכן, אבער אזוי ווי עס האט היינט אויסגעבראכן די שניי בליזארט
, און עס איז שווער צו פארן פון ק"י משלים צו זיין מנין, האט ער באשלאסן ארויסצוקומען אויף די קומענדיגע טעג אויף ק"י, ביז שבת ווען ער וועט אהיים פארן לביתו נאווה קודש.

היינט אינדערפרי איז פארגעקומען די תפילות שחרית ברוב עם הדרת מלך אין ביהמ"ד הגדול "ויואל משה" דקהל יטב לב, און דערנאך איז ער צוגעפארן באזוכן אינעם נייעם בנין פון מוסדות ויואל משה, ווי מען פארענדיגט יעצט די נייע 26 קלאסן, און אזוי אויך די חתונה זאל
.

אכסניה בבית ראש הקהל הרה"ח ר' מענדל שווימער שליט"א

 



תוקן על ידי נוטראלער ב- 11/02/2010 04:33:28




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/2/2010 05:30 לינק ישיר 

נוטראלער כתב:

היינט אינדערפרי איז פארגעקומען די תפילות שחרית ברוב עם הדרת מלך


בילדער ביטע...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2010 06:46 לינק ישיר 

FiveBoro כתב:

בילדער ביטע...



ער איז נישט די פיקטשער רבי




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/2/2010 08:34 לינק ישיר 

נוטראלער כתב:

באזוכן אינעם נייעם בנין פון מוסדות ויואל משה, ווי מען פארענדיגט יעצט די נייע 26 קלאסן, און אזוי אויך די חתונה זאל.




וועט די נייער חתונה זאל אויך פארעכענט אין די גלילות פון קרית יואל....
דער וואס וועט חתונה מאכען דארט איז אויך פסולע סידור קדושין....
וועט מען אויך ארויף לייגען זייערע נעמען אויף די נייער האט-ליין משמרת הדת ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2010 23:47 לינק ישיר 

נוטראלער כתב:

גרויס פרייד הערשט ביי קרית יואל'ער אידן צו האבן א גרויסן גאסט אין שטאט אויף צוויי טעג היינט מיטוואך און דאנערשטאג.

אזוי ווי אלע רבנים וואס זענען פארנומען מיטן כלל, מיזן פון צייט צו צייט אוועק פארן זיך אפרוען אויף עטליכע טעג
, ווי רביה"ק פלעגט פארן קיין בעל הארבער, שערן ספרינגס וכדו', אביו בעל ברך משה פלעגט פארן קיין פלארידע, אחיו הגדול מהר"א פארט קיין פאלם ספרינגס, אזוי אויך פארט מהרי"י אויף וואקאציע, אבער ער האט זיך איינגעפירט אז ער פארט נישט אוועק אויף ווייטע פרעמדע מקומות נאר ער פארט ארויס אין דימאונטענס צו זיין קעמפ, מחנה דברי יואל, און יעדן טאג קומען צו פארן עטליכע אידן פון ק"י צו משלים זיין צו מנין.

אזוי אויך היי יאר איז ער ארויסגעפארן פאריגע וואך מיטן פלאן דארטן צו זיין אויף צוויי וואכן, אבער אזוי ווי עס האט היינט אויסגעבראכן די שניי בליזארט
, און עס איז שווער צו פארן פון ק"י משלים צו זיין מנין, האט ער באשלאסן ארויסצוקומען אויף די קומענדיגע טעג אויף ק"י, ביז שבת ווען ער וועט אהיים פארן לביתו נאווה קודש.

היינט אינדערפרי איז פארגעקומען די תפילות שחרית ברוב עם הדרת מלך אין ביהמ"ד הגדול "ויואל משה" דקהל יטב לב, און דערנאך איז ער צוגעפארן באזוכן אינעם נייעם בנין פון מוסדות ויואל משה, ווי מען פארענדיגט יעצט די נייע 26 קלאסן, און אזוי אויך די חתונה זאל
.

אכסניה בבית ראש הקהל הרה"ח ר' מענדל שווימער שליט"א

 



תוקן על ידי נוטראלער ב- 11/02/2010 04:33:28




יו כ'קען מיר נישט סטאפן צו פרייען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2010 23:51 לינק ישיר 

SatmarBum כתב:

וועט די נייער חתונה זאל אויך פארעכענט אין די גלילות פון קרית יואל....
דער וואס וועט חתונה מאכען דארט איז אויך פסולע סידור קדושין....
וועט מען אויך ארויף לייגען זייערע נעמען אויף די נייער האט-ליין משמרת הדת ?

יא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/2/2010 00:03 לינק ישיר 

איז דאס אנשטאט די נסיעה קיין ארץ ישראל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/2/2010 02:05 לינק ישיר 

צו קענען משתתף זיין ביי די מנינים תהילם פאר די שוועגירען...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > כ"ק אדמו"ר מהרי"י שליט"א צוגאסט אין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext