וועט איר דאך אוואדאי פרעגן, פון ווי ווייס איך אז ער האט נישט די מהרש"ג, ווייל הער אויס די דרשה ביי די גענעראל פארזאמלונג אין די ביהמ"ד 7 גארפילד, ווי ער האט דארט אויפגעטרעטן מיט א דרשה, בתוך הדברים זאגט ער דארט אז ער האט נאכגעזוכט אין אלע שו"ת, און נישט געטראפן קיין היתר צו מסדר קידושין זיין אין ק"י, אנעם רשות פון מהר"א,
איך בין חלולה נישט חושד רג"ב אז ער זאל זאגן ליגענט, איי וואס טוט זיך מיט די מהרש"ג, ע"כ מיז איך זאגן אז ער האט דאס נישט, ממילא לויפט און קויפט שו"ת מהרש"ג חלק ה', און טראגט דאס פאר א מתנה פאר הרה"ג רג"ב.
לערנט גיט אדורך קודם תשובה סימן ס"ח ווי ער איז מבאר אז א קהילה וואס האט מחלוקת מעג מען זיך צוטיילן, אויב מען קען נישט לעבן בשלום אינאיינעם, [וואס אזוי איז דאך די מצב אין ק"י, נישט קיין חילוק ווער עס איז שולדיג, צוטיילן מעג מען זיך], נאכדעם לערנט אדורך סימן ס"ט, אז א קהילה וואס איז צוטיילט געווארן בהיתר (ווי דערמאנט אין סימן ס"ח, ווען מען מעג זיך צוטיילן), מעג מען אליין מאכן סידור קידושין. מערקט אן זיין אינטעסאנטען לשון "שהכריזו הבי"ד שאינן קידושין, זה וודאי דבר בטל הוא, ואי אפשר להאמין כזאת על ת"ח.
[נ.ב. אויך איז אינטערסאנט אדורך צו לערנען סימן ס"ז, ווי ער פסק'נט אז אייגענע מוסדות קומען פאר "כולל שומרי החומות", ווי עס זעהט אויס האט מהר"א אויך נישט דעם מהרש"ג ווייל ווען יא וואלט ער עס דערמאנט ביי זיין דרשה, (חוץ אויב ער קען נישט די אלע ספרים פון זיין ספרים שראנק)]
נשלח ב-12/2/2010 04:35
א מחלוקה פון א מאסקירטער נוטראלער ניק מיט הגאון הגדול ר' געציל בערקאוויטש שליט"א
וואס האט סמיכה פון רביה"ק והטהור זי"ע - סאיז נישט אינטערעסאנט זיך צו טענהן
איך לערן ניטאמאל דורך דעם תשובה
אז דער דיין האט געפסקנט קענען מיר זיך נישט מחולק זיין
איין זאך זעי איך דא אז די זאליס מיט בני יואל האבן נישט קיין מנוחה זיי זוכן כל מיני אופנים צו בארוהיגן זייער געוויסן וואס פייניגט זיי און לאזט זיי נישט במנוחה - עי' ערך הרב מארגנשטערן ציק קליפ ווי דער חכימא דיהודאי פרעגט "וועלכעס יאער איזעס געוועזן פאר מ"ה אדער נאך מ"ה - פאר די הכתרה צו נאך די הכתרה
לשיטת דעם נוטראלער ניק האט ער דאך צו זיין דיספאזיציע דעם מהרש"ג נאר וואדען די ביקעס האבן נישט קיין מנוחה דאס געוויסן פייניגט זיי
עד כאן ס'נישטא וואס צו ארגומענטירן . פינטל שעבפינטל
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 12/02/2010 05:39:53
נשלח ב-14/2/2010 07:23
קודם דער מסור יוסף וואלדמאן, נאכדעם א אינטערנעט שרייבער. נישט קיין ווינדער אז נארמאלע מענטשען פאנגען זיך אן אפצישאקלען פון די ווילדע מחלוקת אנטקעגן הגה"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מרא דאתרא דקרית יואל והגלילות יצ"ו. מען בעט די פירער פון די כת המסרבים לדין זאלען ארויס שטעלען עפעס בעסערע קאנדידאטען צי פירען אזא האקעלע מערכה, איינצירעדען די קעלבלעך דארף מען עפעס מער ווי נער'שע ליצנות אין חוצפה ועזות אז הגה"ץ דומ"ץ שליט"א גייט מיט שיפע טאשען ברייטע ביבער היט, אין נעמט שוחד ח"ו , פליצלונג נאך צענדליגע יארען, -ווען די דיין שליט"א האט געפסקענט אז די עירוב אין וויליאמסבורג איז אסור אדער פסק'ענט צענדליגער איסורי כריתות איז ער אויך געווען אינטערגעקויפט(כלשונם רח"ל)-
נשלח ב-14/2/2010 09:39
געהערט דעם שבת פון א חשובע איד
עז איז מיר ענדערש צו זיין אין איין "גהינם" מיטן מהרש"ג, ווי איידער אין איין "גן עדן" מיט ר' געציל
נשלח ב-14/2/2010 10:38
(איך האב ביז יעצט נישט געוואלט עס שרייבן, ווייל איך האב געוואלט פאר שרייבן דאס אדורך רעדן מיט א ת"ח, יעצט נאכן דאס אדורך רעדן קען איך שוין שרייבן)
2) שפעטער האט מען געמאכט א פרישע תקנה אז אין יעדע קהילה זאל מען "נאר" קענען נעמען די "אייגענע" רב, וואס דער עיקר תקנה איז געווען געבויעט וועגן געלט, וואס דאס איז געווען פון די אפיצעלע געהאלט וואס דער רב האט באקומען, און אזוי אויך א שטאט וואס האט נאר "איין" קהילה (וואס דעמאלט ווערט דער רב אנגערופן "מרה דאתרא") קען מען נאר אים נעמען, אגער מיט זיין רשות א צווייטן.
3) די זעלבע הלכה גייט אויך אן ביי א שוחט, אז מען טאר נישט עסן קיין פלייש וואס איז גע'שחט'ן געווארן אין א קהילה אנעם רשות פונען שוחט.
4) ווען א קהילה וויל זיך צוטיילן, און נעמען אן עקסטערן שוחט, און רב, איז געווען אונדערהיים גרויסע מחלוקת (עיין סיגוט, מונקאטש - בעלזא, ואכמ"ל
5) ביי די מחלוקה פון סיגוט איז ארויסגעקומען א ספר מלחמת מצוה, ווי עס איז באשריבן אלע דאקומענטן און טענה'ס וואס איז געווען דעמאלט, און ווער עס איז מעיין אין די טענה'ס האוסרים וועט זעהן אז דאס איז נישט שייך דא, ווייל בעיקר איז עס געבויעט אז די אלע מענטשן וואס האבן זיך אפגעיילט זענען נישט געווען ארויסגעווארפן פון די ערשטע קהילה, און אזוי אויך האבן די מענטשן נישט געהאט קיין הלכה טענה'ס אויף די ערשטע קהילה.
6) ביי די מחלוקה פון מונקאטש - בעלזא, וואס דארטן זענען שוין יא די בעלזא געווען ארויס געווארפן, איז דא א תשובת מהרש"ג איבער דעם ענין ווי ער איז מברר אז טאמער עס איז געווען מחלוקת און מען קען זיך אפטיילן און דורך דעם וועט זיין שלום, ווייל מען וועט מער נישט זיין געבונדן צי די ערשטע קהילה, איז מותר זיך אפצוטיילן.
7) אזוי אויך איז פארהאן א תשובה אין מהרש"ג אז א קהילה וואס האט זיך אפגעטיילט בהיתר (ווי שוין פריער דערמאנט ווען עס איז מותר) דארף שוין מער נישט זיין געבינדן צום אלטן קהילה, און מען מעג האבן אן אייגענע שוחט, און כ"ש זיין מסדר קידושין אנעם רשות פונעם רב פון די אלטע קהילה, "און אפי' דער בי"ד רופט אויס אז דער קידושין אין פסול, איז עס א דבר בטל"
8) לענינינו, דאס איז זיכער אז מען האט זיך געמעגט אפטיילן (עיין אות 6), און אויב אזוי איז זיכער אז מען קען מסדר קידושין זיין אליין אן רשות.
9) בנוגע די בריוו וואס רביה"ק האט געשריבן איז געווען א פלאץ ווי עס איז נישט געווען קיין עקסטערע קהילה, נאר פשוט איינער האט געברענגט א אנדערע מסדר קידושין, און דאס איז אויך געווען ביים כנסת יחזקאל.
10) דאס חוץ וואס מען קען דן זיין צו ער איז אפי' מרא דאתרא, און צו דא איז די הלכה פון גלילות, ווייל די הלכה פון גלילות איז געווען ווען דאס האט באלאנגט צום שטאט, זיי האבן נישט געהאט קיין אייגענע ת"ת, מקוה, ביהמ"ד, וכדו' וואס דא איז דאך יא דא. ועוד. ועוד.
ותפילה לקל בורא עולם שילמדו תועים בינה
נשלח ב-14/2/2010 19:34
סך הכל האט דא אונזער נוטראלער גענומען א שטעלונג אין די מונקאטשע מחלוקה דער מהרש"ג (כבודו במקומו מונח) איז געווען א שטארקער קעגנער קעגן מנחת אלעזר מאיזה סיבה שיהי' דער בריוו צו ר' שאול בראך איז משמע אז עס איז די זעלבע רעדע וואס דער מנחת אלעזר דערמאנט אין די תשובות, עס איז נאר גענוג צו דערמאנען, איך האב אמאל געזען א קונטרס וואס מען האט ארויסגעגעבן קעגן מנחת אלעזר באזונדערע בריוון פון איבער הנודערט רבנים (אן קיין גוזמא) און ממש רובם ככולם לא נשאר זכר לא נשאר זכר להם, מען ווייסט אפילו נישט אז זיי האבן אמאל עקזעסטירט נו יעצט מיין איך מען זאל םפרעגן שאול פערלשטיין, צו מען נעמט אן ווי דעם מהרש"ג אדער ווי דעם מנחת אלעזר
נשלח ב-14/2/2010 21:01
חלילה וחס!!! איך וויל מיר נישט אריינמישן אין קיין אלטע מחלוקתף נאר איך האב אראפגעברענגט וואס עס איז שוין ממילא געדריקט. איך האב נישט געוואלט רעדן דערפון, אבער ההכרח לא יגונה, ווי באקאנט האט רביה"ק אויך געשריבן א בריוו צו מנחת אלעזר, דער בריוו איז געווען צוגעשריבן צום תשובת מהרש"ג, נאר מפני כבודו פונעם מנחת אלעזר גיבט מען דאס נישט ארויס, איך האב עס געזעהן, ווי ער באצוט זיך צו די ווערטער פונעם מהרש"ג חוץ מזה איז באקאנט אז גרויסע לייבן האבן מסדר קידושין געווען דארטן אין מונקאטש, ואין כאן מקום להאריך, תן לחכם ויחכם עוד
נשלח ב-14/2/2010 22:55
די טענעהסט דאך אז דער דיין ווייסט נישט פון דעם תשובה און די זוכסט א נדבן אזש די רעדסט זיך גאר איין און שרייבסט מיט פאטאס ווי כאילו די האסט געכאפט דעם דיין ממש מיט זיך טועה זיין בדבר משנה
לאמיר דיך פרעגן ערנסט גערעדט - די ביסט דאך א נוטראלער די האסטאך נישט קיין נגיעות צו קיינעם נישט
1) האלסטו באמת אז דער דיין ווייסט נישט פונעם מהרש"ג ביסטו אויפן קאפ געפאלן?? פארוואס פרעגסטו עם נישט דירעקט דיין אויפשטורעמדיגן וועלטס קאשע? לויט מיין עקספיריענס מיטן דיין ענטפערט ער פאר יעדן נארמאלער מענטש וואס פרעגט צו דע זאך
2) ווי איך זעי שרייבסטו מיט אן איבערגענומענעם התפעלות פון הר' יואל מארגנשטערן (לבית שילדקרויט) ממש די שטוינסט פון זיין גאונות ירא"ש צדקות התמדה און פון זיין חכמה - אויב איז דאס טאקע וואהר די אלע זאכן וואס די און אנדערע בני יואל אין זאליס שרייבן סיי אויף עהם און סיי אויף דעם טשאדער אז זיי זענען פון די גרעסטע קאנאנען אינעם סאטמארן קרייז - איז שטעלצעך א פראגע פאר וואס האט רביה"ק מ'סאטמאר זצ"ל נישט אויפגענומען קיין איינע פון די נעמען דיינע פאר קיין דיין אין קרית יואל פארוואס האט ער אויסדערוועילט דעם היינטיגן דיין ר' געצלען? סידאך דא סאך גרעסערע קאנאנען??
איך ווארט נישט אויף קיין תירוץ ווייל סיניטא!!
נשלח ב-14/2/2010 23:18
א. דער בריעוו פון בעל דברי יואל גייט נישט צום דעם בעל מנחת אלעזר, נאר צום בעל שו"ת מהרש"ג ב. דער בריעוו פון בעל מהרש"ג רעד דארט נישט פין קיין סידור קידושין, נאר פון ניצען די נאמען נעאלאגען ביי קהלה שנתפרדה. ג. ר' יחזקאל מייזעלס געט איבער בשם אביו ר' נתן יוסף, אז דער רבי האט איהם אמאל בתוך הדברים געזאגט, אז ער האט חרטה אויף די בריעוו, היינט זעהט ער איין אז דער מונקאטשער רב איז געווען גערכעט ביי יענע פרשה (אינטרעסאנט צו די טענענבוימ'ס ברענגען דאס אויכעט אראפ אין די זכרונות פון רנ"י אין זייער שונד-בלאט הירוס הדת)
נשלח ב-14/2/2010 23:23
קען איינער אהערברענגען דעם בריוו דא??
נשלח ב-14/2/2010 23:27
וויפיל מענטשן האבן בכלל געוואוסט ביז פאריגע וואך אז ס'איז דא אזא מענטש ווי דער מהרש"ג?
נשלח ב-15/2/2010 00:46
נוטראלער כתב:
נאכדעם לערנט אדורך סימן ס"ט, אז א קהילה וואס איז צוטיילט געווארן בהיתר (ווי דערמאנט אין סימן ס"ח, ווען מען מעג זיך צוטיילן), מעג מען אליין מאכן סידור קידושין. מערקט אן זיין אינטעסאנטען לשון "שהכריזו הבי"ד שאינן קידושין, זה וודאי דבר בטל הוא, ואי אפשר להאמין כזאת על ת"ח.
נוטראלארער
כ'גיי נישט אריינגיין אין אפענטפרן דיינע דברי חוצפה וטפשות קעגן דעם גרויסען גאון בתורה ויראה, ''דער ''איינציגסטער'' דיין וועם רביה''ק האט אליין'ס אויפגענומען אלס דיין אין זיין הייליגע קהילה.
כ'וויל נאר אנמערקען, דאס איז נישט קיין קהילה וואס איז 'ציטיילט' געווארען בהיתר, ווי די שרייבסט.
דא איז א באנדע מהרסים האבען געפענט אייגענע מוסדות פאר א מיעוט בעלי מחלוקת, אין זענען שארף 'ג'אסר'ט געווארען דורך די גדולי הדור בימים ההם בראשות הגאון האדיר בעל מנחת יצחק גאב''ד ירושלים ובית דינו, וכ''ק אדמו''ר בעל ברך משה זצ''ל (יא, אויך האט ר' ישראל חיים מנשה ג'אסר'ט די באנדע.....)
די זעלבע רעכענן זיך יעצט מיט די תורה הקדושה וויפיל זיי האבען זיך דעמאלטס גערעכנט.
יא! אין די הייליגסטע טאג פין א איד, האבען נישט קיין בעסערע דאגות ווי נקמה נעמען אין זייער שונא.
פין אזעלכע מענטשן רעדט מען דא, ליידער!
נשלח ב-15/2/2010 02:09
איי איי נוטראלער האסטו געמאכט א טשולנט
עס איז דא איין בריוו וואס דער רבי ז"ל האט געשיקט צום מנחת אלעזר וואס איז טאקע נישט אנגעקומען צו אים צוליב..., אבער געדרוקט איז עס אין שו"ת דברי יואל סי' א', אויב רעדסטו פון א צווייטן בריוו וואס לפי דבריך איז דער רבי דארט מתיר מסדר קידושין צו זיין (זייער נישט מסתבר ווער עס קען דעם מהלך פון רבין) פארוואס האט מען עס נישט געדרוקט? אויב מפני כבודו פון מנח"א וואס דו זאגסט, דרוק עס אן א נאמען, סך הכל האט דאך עס עפעס א פסק הלכה פון רבין, און וואס האט עס דער געלער נישט געדרוקט אין טב"ל, נאר קוקט אויס דיין "שוואגער" האט גע'חלומ'ט.
איך ווייס נישט פון וועלכע לייבן דו רעדסט וואס האבן מסדר קידושין געווען אין מונקאטש, דער הייליגער בעלזער רב מהרי"ד האט "געוואלט" און נישט עספיעט, כידוע המעשה מר' יצחק שטערנהעלל, דער הייליגער קאשויער רב ווען ער האט מסדר קידושין אין א דארף האט מען איבערגעמאכט די קידושין נאכדעם, וואס אגב זאלסטו וויסן אז מצד דעם מלכות איז געווען גוט שווער זיך צו קריגן מיט די רבנות פון מנחת אלעזר ווייל ער איז געווען אנערקענט מצד המלוכה.
און אגב, דו ווייסט אז אזעלכע לייבן ווי דער בעלזער רב מהר"א און דער טשעבינער רב האבן מתיר געווען די בחירות, ווי קומט דאס די רבי האט זיך נישט גערעכנט מיט זיי?, דער טשעבינער רב איז נאך געווען דעם רבין ז"ל מסדר קידושין.
ולסיום הענין, צייג מיר א ערליך אייניקל פון א משפחה וואס מען האט מסדר קידושין שלא ברשות המרא דאתרא???
****
אדמיראל, הזהר בלשונך, מען האט געוואוסט, דער רבי ז"ל בעל ברך משה האט גענומען ביי אים סמיכה, נאר ווי געזאגט וכו'
מיט אריבער 200 קליינע קהילות, וואס יעדער פון די 200 שרייט אז ער איזדי עכטע, למשל טורנא, ברעסלאו,טאהש,תו''א, סאסמאנס, ענגל,באדישול,אייזיק גליק, אוןנאך אוןן נאך, נישט אלע האבן אפי' מנין,
נאך מער די קרעשמע פארטריבענע זענען גאסערט געווארן די דיצדיקי הדור, און עס איז נישט פארהאן קיין איין רב עד היום הזה, וואס האט מתירגעווען די קרעשמע פארטריבענע,
בכלל רעד מען דא פון א באנדע וואס האבן גארנישט צו טאן מיט מענטשליכע ציוויליזאציזע, האס אנגעגעסנע מענטשען, וואס זענען פארנימען א גאנצען טאג שעלטען, און זיך עסן, און טראמפייטערען, זאגן נישט וואס זיי מיינען, און מיינען נישט וואס זיי זאגען, האבן נישט צוטאן מיטן באשעפער און זיין תורה, זיי ווערן געפירט דירוך א באנדע שטויבערישע לייצים, און פארווייטאגטע וואלדמאנ'ס, עס איז אפי' נישט שייך אנצוריפען, די באגעבונדען, בשם קהלה,
עס איז מאדנע צו זען וואו די זאליס פארסמאקווען זיך און א תשיבות מהרש''ג, און אויף די הייליגע תורה טרעטען זיי בשאט נפש!
לייצים!
נשלח ב-16/2/2010 19:03
איך האב אזוי אריינגעטראכט, און געקומען צו דער החלטה אז דער ר' געציל איז ממש א צדיק פון א איד, די אנדערע סאטמארע דיינים קענען זיך לערנען פון איהם, איך מיין נישט ח"ו צו דערנידערן די אנדערע דיינים, נאר פשוט ס'א בחינה פון מכל מלמדי השכלתי, און דעם פונקט קען מען זיך אפלערענען פון איהם.
דער ר' געציל איז ידוע האט זייט די אהרוני/זלוני סאטמארע מחלוקה, נישט געגעבן קיין איין איינציגע חתימה איבער סיי וועלעכער ענין וואס האט א שייכות צו די מחלוקה, ער האט זיך געהאלטן זויבער ווי א זייף, ער האט געהאט אומצאליגע געלעגנהייטן צו באמת ארויסהעלפן די ארויניס ביי אסאך מער קריטישע ווענדפונקטן ווי דער סידור קידושין, אבער האט זיך אלס געהאלטן פעסט צו שטיין ווייט ווייט פון מחלוקת,
יעצט ביי די סידור קידושין מעשה , האלט מען זיכער שוין לאנג נישט אין געפערליכע ווענדפונקט פון די מחלוקה , די טיילונג איז שוין כתב וחתום, די זאלוינס אין בני יואל בויען אין זיך אין קרית יואל, צו מיט סידור קידושין צו אן, די גאנצע זאך בלויז א מאראלישע זאך, דאס מיינט אז אויב וואלט ר' געציל טאקע געמיינט פארטיי, וואלט ער זיך געדארפט לאזן הערן סאך פריער, ביי מצבים וואס וואלט געקענט עפעס טוישן למעשה, נישט יעצט 10 יאר שפעטער ווען די טיילונג איז פארזיגעלט אין א סידור קידושין גייט גארנישט טוישן למעשה.
נאך מער, אויב עטס האטס געליינט דער בלאט אפאר וואכן צוריק ווען זיי האבן געשריבן זייער ערשטער עדיטאריעל וועגן דעם סיכסוך נאך איידער דער ערשטער בני יואל חתונה, און איידער ר' געציל האט געהאלטן זיין דרשה, איז דער גאנצער הילוך פון יענעם עדיטאריעל געווען אז אפי' זאלן זיין טויזענעטער מענטשן וואס וועלן מסדר קידושין זיין שלא ברשות המרא דאתרא, נעמט עס נישט אוועק פונעם חומר הדבר, דאס מיינט קלאר אז דער בלאט (און איך גלייב אז יעדער ארוני) האט לכתחלה קלאר געהאלטן אז זיי גייען קיינמאל נישט קענען מונע זיין דער סידור קידושין, וואלט דאך יעדער רעכטדענקער מענטש ווען געקלערט, אלס פארטיי אין פאליטיק אויס איז ממש סועסייד זיך צו שטעלן אויף אזא זאך, פארוואס בידים זיך אליינס אנמאכן א דורכפאל, אלס פאלטיק אויס וואלט מען געקענט זאגן, אז היות ס'איז א וואדבערי איז אלעס פיין, און זיך מער נישט וויסענדיג מאכן,
אלא מאי מוז זיין אז דער ר' געציל איז א איד וואס קוקט נישט אויף קיין פארטיי און פאליטיק, ווען ער האלט בשיטה אז מ'טיט אזאך נגד התורה וועט ער לאזן הערן חוות דעתו, אפי' ער הארגעט אוועק זיין פארטיי דערמיט.