בית פורומים אידישע געדאנק

אויפגעדעקט: דראמאטישע פאפאראציע איבער ב"ב בוררות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/2/2010 19:39 לינק ישיר 
אויפגעדעקט: דראמאטישע פאפאראציע איבער ב"ב בוררות

 

נעכטן ביינאכט כ"ט שבט איז פארגעקומען די יערליכע דינער (מגבית השנתי ) פון די ארטיגע "מרכז המוסדות", וועלכע איז ברייט באקאנט און די לעצטע יארן אלס א פארזאמלונג פון פאליטיק ווי די פארשידענע רעדנער, אנגעהויבן פונעם אזויגערופענער זעלבסט געקרוינטער "ראש הישיבה" ר' חיים הערש מייזליש און די אנדערע חברי ההנהלה, און די אנדערע פארשידענע רעדענער'ס, שמועסן אויס זייערע פאליטיק אנאליזן בשער בת רבים.

נעכטן ביינאכט מוצש"ק אינעם "גראנד האל" זאל, איז ווידער דער דינער פארוואנדאלט געווארן פאר א פאליטיק האליעראציע.

דער "ראעש יעשיווע" הרב מייזליש האט געלאזט הערן דראמאאטישע סטעטימענט'ס, "אז די מוסדות מיט ר' משה חיים ווייס האבן שוין אונטערגעשריבן און די פארגאנגענהייט שטרי בירורין,  און דער צווייטער צד האלט נישט ביים אונטערשרייבן בוררות, און זיי זענען מסרבים".

אויך האט ער פארשפראכן אז ביז א האלבע יאר וועט זיין אין בני ברק א גרויסער שינוי און דער צווייטער צד וועט ליידן א פארלוסט בכמה ענינים.


ר' ברוך אילאוויטש (דער נו"נ פון די מרכז המוסדות מיט'ן ירושלימ'ער רב) האט נישט געוואלט זאגן בפה מלא אז זיי האבן שוין אונטערגעשריבן בוררות, ווייל עס איז נישט מער ווי א שקר גס., ער האט אבער געלאזט הערן, אז מ'האלט שוין ביים אונטערשרייבן בוררות, און די צווייטע צד וויל נישט.

און האט דערביי ארומגערעדט די השתלשלות הענינים פון דעם סכסוך פונעם שטאנדפונקט פון די אהרונים.

נאך ווען ער האט געענדיגט רעדן, האט עם ר' משה חיים ווייס אנגעזידעלט מיט א טוץ פון קריטיק, פארוואס ער האט נישט געזאגט בפה מלא אז ער האט שוין אונטערגעשריבן בוררות, "אז די קענסט נישט רעדן וואס נעמסטו זיך עס אונטער" האט עם ר' נשה חיים פארגעהאלטן.



אבער איצט איז אויפגעדעקט געווארן דעם זיוף הנורא, וועלכע איז געטאן געווארן דורך אלע ביידע אויבערדערמאנטע פערזאנען. די באנדיטן האבן אריינגעשיקט פאר'ן ירושלימ'ער רב א אומקלארע אונטערגעשריבענע "שטר בוררות" וואס מ'קען כמעט נישט ליינען, און דערמיט האבן זיי געוואלט פארפירן דעם ירושלימ'ער רב מיט פאלשע אינפארמאציע ווי זיי האבן שוין אונטערגעשריבן שטרי בירורין, און די צווייטע צד נישט.


למעשה האבן זיי אבער געמיינט אז דער ירושלימ'ער רב וועט נישט ליינען זייער שטר, אבער עס שטעלט זיך אויף די האר פון קאפ זעענדיג וואספארא ליצים זיי זענען, ווען דער גאנצער שטר וואס עס האט אגב נישט קיין דאטום, איז א שטר פון פאר דריי יאר צוריק, פון יאר תשס"ז, ווי זיי שרייבן אונטער אז זיי גייען בוררות ביי די דריי פאלגענדע רבנים: ר' נפתלי נוסבוים, ר' יעקב כהן, ר' נתנאל לינדער, א הרכב פון בוררות, וועלכע עס איז שוין גע'פסלט געווארן מיט דריי יאר צוריק, און די צייט וואס דער הרכב הבוררות המוסכם פון דעם לעצטן חודש באשטייט פון א בי"ד של חמש, און גאר אנדערע רבנים אינגאנצן.


און מיט דעם פאלשן שטר האבן זיי געוואלט פארפירן דעם ירושלימ'ער רב מיט אידן תמימי לב, כאילו ווי זיי האבן שוין אונטערגעשריבן שטרי בירורין, אבער די דראמאטישע פאפאראציע איז אנטדעקט געווארן געציילטע טעג נאכן עס האבן אריינגעשיקט פאר'ן ירושלימ'ער רב.

איצט בייסן זיך די באנדיטן זייערע נעגל, איבער דעם זיוף זייערע וועלכע עס אנטדעקט געווארן.



תוקן על ידי סוג ב- 14/02/2010 19:40:44




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 02:21 לינק ישיר 


דאס שרייבט יונה און כל החולם כולו


באמבע! גאב"ד ירושלים היינט דעיד ליין

באמבע!

פאריגע וואך האט כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א געהאט א מיטונג מיט די הנהלת העדה, ווי ער האט מיט ווייטונג ארויסגעברענגט אז די הולכי לבג"ץ די זאליס פייפן זיך אריין אין אים, און מאכן מיט אים פורים, נאכן ארבעטן אזוי ביטער שווער צוזאם שטעלן די בי"ד 5 רבנים מיט די שלישים ובראשם רבי נפתלי פרענקל שליט"א, און דערוויייל איז שוין דורך 8 וואכן דערפון אין די זאליס האלטן נישט ביים אונטער שרייבן.

ער האט געזאגט מיט צער אז די שרעקליכע חילול ה' והרמת יד מיט די הליכה לבג"ץ וואס די זאליס האלטן אן, לאזט אים נישט מנוחה, און דאס איז די הויפט זאך וואס שטייט אים על הפרק.

דעריבער האט ער איבערגעבען זיין באשלוס פאר די הנהלת העדה אז ער גיט צייט פאר די זאליס ביז היינט זינטאג תצוה אז זייי זאלן אונטער שרייבען די שטרי בירורין צעטיל וואס ער האט צוזאם געשטעלט, און טאמער נישט האט ער נישט קיין ברירה און ער וועט ארויס קומען היינט זינטאג מיט גאר א שארפע פסק ומחאה קעגן די זאליס אויף זייער מסרב זיין לדין, והליכה לבג"ץ, ער האט אויך געזאגט אז ער האט שוין די פולע הסכמה פון אלע חברי הבדי"ץ און זיי וועלען אויך אונטער שרייבען די פסק ומחאה.

די הנהלת העדה האט געפרעגט צו די שמועות אז רז"ל האט געקענסעלט צו קומען קיין ירושלים איז צוליב דעם וואס דער גאב"ד האט געווארענט אז קודם דארף מען אונטער שרייבען שטרי בירורין.

מרן הגאב"ד שליט"א האט באשטעטיגט פאר די הנהלת העדה אז ער האט פרעזנדליך געזאגט פאר ר' חיים הערש אז ער זאל איבער געבען פאר זיין טאטען רז"ל אז ער האט נישט וואס צו קומען קיין א"י פאר ער שרייבט אונטער שטרי בירורין, ווייל ער גייט אים נישט אויפנעמען, און ער וועט נישט לאזן אז קיינער פון די חברי הבדי"צ זאל אים אויפנעמען, און די עדה וועט אים נישט מאכן קיין שום קבלת פנים, און מרן גאב"ד שליט"א האט אויסגעפירט אז מען האט אים אויסגעשפילט אז מען האט געקענסעלט די נסיעה כדי נישט אונטער שרייבן שטרי בירורין, ממילא האט ער נישט קיין ברירה און ער גיט דעם דעיד ליין ביז זינטאג תצוה.

פאריגע וואך מיטוואך האט כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א ענדליך געכאפט רז"ל, ווי ער האט אים גאר שארף געזאגט אז ער וויל שוין פון גארנישט הערן, און ביז זינטאג אז די זאליס שרייבן נישט אונטער די שטרי בירורין וואס ער האט פאר געשריבען, דעמאלס וועט ער ארויס קומען מיט זייער א שארפע פסק ומחאה גדולה קעגן אים פרעזענדליך און זיין גאנצע בארד וואס קלאגט אין בג"ץ.

רז"ל האט זיך פרובירט ארויס צו דרייען, אז קודם זאלן די אהרונים אריין לאזן דעם מסור וואלערשטיין אין די מוסדות און נאכדעם וועט ער אונטער שרייבען, אבער דער גאב"ד שליט"א האט זיך נישט געלאזט אין אים שארף געזאגט אז עס איז מער נישט דא קיין שום תנאים, אז ביז זינטאג איז נישט דא קיין חתימה אויף שטרי בירורין, וועט ער ארויס קומען גאר שארף, וואס וועט אים זייער נישט שמעקן!

איצט שטייט יעדער געשפאנט און ווארט ווי אזוי היינט וועט אדורך גיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 02:25 לינק ישיר 

דער יונה וויל נישט רעדן פונעם פאלשן שטר בוררות וואס זיי האבן אריינגעשיקט צום צווייטן זייט, מיט פאלשע נעמען, נישט וועלענדיג אונטערשרייבן אויף דעם נייעם שטר, ביז נאך איצט זונטאג אווענט.

אז מ'קען נישט רעדן פון זיך רעדט מען פון יענעם.



האט איר דעם פאלשן שטר




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 02:53 לינק ישיר 

מי שנכנס אדר מרבין בשמחה


תוקן על ידי יוסף90 ב- 22/02/2010 02:55:06




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 02:55 לינק ישיר 

איצט איז געקומען די שפאנדענדע מעלדונג, אז רז"ל האט זיך איינגעבעטן ביים ירושלימ'ער רב אז ער זאל ווארטן ביז מאנטאג נאכט, ווייל זונטאג איז נישט אפן קיין סטאר'ס, און ער דארף קויפן א פענע צו אונטערשרייבן, און דער ירושלימ'ער האט מסכים געווען, און פארלענגערט דעם דעד-ליין אויף ביז מאנטאג נאכט.


תוקן על ידי סוג ב- 22/02/2010 02:57:21




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 20:35 לינק ישיר 

ביז געציילטע שעה'ן גייט ר' יונה ווידער ברעכען דעם אטעם

זייט געשפאנט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 21:47 לינק ישיר 

מיין אנאליז באזירט אויף אינפארמאציע:


די זאלי'ס האבן שוין אונטערגעשריבן שטרי בירורין די פארגאנגענע וואך, גענוי ווער עס האט אונטעגעשריבן ווייס איך נאכנישט, און די גאנצע מו"מ איבער דעם אונטערשרייבן דא אויף הייד פארק איז נישט מער ווי א שפיל.


אבער ווי אזוי עס זאל נאר נישט זיין האט סאטמאר געהאט א שטארקער געווינס דערמיט וואס די זאלי'ס האבן אונטעגעשריבן שטרי בירורין, ווייל אויב דער סכסוך גייט און די"ת, וועלן די זאליס גארנישט באקומען, און אויב עס וואלט אנגעקומען אין געריכט האבן זיי געהאט זייער גוטע שאנסן.


פון צווייטן זייט קענען די זאלי'ס אויך פייערן געווינס אז זיי האבן מצליח געווען ארויסנעמען די בני ברק'ער בתי דינים פונעם פיקטשער, וואס האבן שטארק שייכות מיט די ארטיגע קהלה, און זיי האבן עס אריינגעפירט ביי רבנים און בוררים וואס וואוינען נישט אין ארץ ישראל, וועלכע זענען פרעמד אינעם ענין.

איך האב נאכנישט געזעהן דעם שטר בוררין, איך האב אבער געהערט אז היינט אדער מארגן גייט די הנהלת המוסדות אין בני ברק אונטערשרייבן דערויף, מיט געוויסע תנאים און באדינגונגען, וואס איך ווייס נישט די איינצעלהייטן.






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 21:55 לינק ישיר 

איז וואס געווארן האבן די אהרונים שוין אונטערגעשריבן בוררות אדער נישט?





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 22:54 לינק ישיר 

שעהר כתב:
מיין אנאליז באזירט אויף אינפארמאציע:


אבער ווי אזוי עס זאל נאר נישט זיין האט סאטמאר געהאט א שטארקער געווינס דערמיט וואס די זאלי'ס האבן אונטעגעשריבן שטרי בירורין, ווייל אויב דער סכסוך גייט און די"ת, וועלן די זאליס גארנישט באקומען, און אויב עס וואלט אנגעקומען אין געריכט האבן זיי געהאט זייער גוטע שאנסן.

די מיינסט צי זאגען גארנישט באקימען אדער אלעס פארלירען....ווייל די זאליס האבען יעצט אלעס אין בני ברק...מיסטער חלה דעקעל...ביטע זיי מסביר דיינע ווערטער...
אדאנק.









דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/2/2010 23:43 לינק ישיר 

מען ברויך אפמאכן ביי געמיינזאמע ענפער, איינער זאגט אז בני ברק האט שוין אונטערגעשריבן חדשים צוריק א צווייטער זאגט אז זיי גייען אינטערשרייבן בקרוב,

אילאוויטש זאגט דרשות אז זיי האבן אינטערגעשריבן ר' יונה פארציילט אז דער גאב"ד האט געמאכט א דעדליין אויף זונטאג נאכט, קומט שעהר און זאגט אז די בני ברק'ער גייען אינטערשרייבן מיט תנאים וואס מען ווייסט נאך נישט יעצט, אלזא שמיסט אייך אפ צוזאמען א מהלך,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2010 02:47 לינק ישיר 

איצט באקומען אינפארמעישאן אז יצחק ראזענבערג לייגט דרוק אויף די אהרונים און בני ברק, אז זיי פאדערן אז מ'זאל אריינשלעפן אויך ירושלים אינערהאלב דעם בוררות.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2010 02:49 לינק ישיר 

אויך איז איצט שוין קלאר אז די אהרונים וואס שרייען יומם ולילה בוררות, האבן נאך נישט אונטערגעשריבן שטרי בירורין, און שלעפן ארום צייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2010 22:40 לינק ישיר 



אפדעיט:

עס איז באלד גענוי ווי איך האב געשריבן נעכטן, ווי פאלגענד:

"איך האב נאכנישט געזעהן דעם שטר בוררין, איך האב אבער געהערט אז היינט אדער מארגן גייט די הנהלת המוסדות אין בני ברק אונטערשרייבן דערויף, מיט געוויסע תנאים און באדינגונגען, וואס איך ווייס נישט די איינצעלהייטן".


איצט אלט עס, אז די מוסדות האט שוין אונטערגעשריבן אויף דעם שטר הבוררות מיטן דאטום פון ח' לחודש אדר, ווען די זאלי'ס האבן אונטערגעשריבן אויף זייער שטר ד' לחודש אדר.

די מוסדות האט פארלאנגט - און מיט רעכט - אז דער פירער פונעם צווייטן צד, רז"ל זעלבסט זאל אויך אונטערשרייבן, מיט אלע באורד מעמבר'ס דעם שטר, און נישט נאר איינצעלע. און אויך זאל מען באהאנדלען ביי דעם בוררות אלע רכושים פון די קארפארעישאנס, אויך אזעלכע וואס געפונען זיך אין ירושלים און עס ווערט גענוצט דורך די זאלי מוסדות פון ירושלים.

אויך איז פארלאנגט געווארן נאך געוויסע באדיגונגען וואס איך ווייס נישט גענוי אירע איינצעלהייטן.


אבער מער ווייניגער זענען דאס די פאקטן.


איצט איז נאר געבליבן צו זעהן וואס די זאלי'ס גייען ענטפערן.




תוקן על ידי שעהר ב- 23/02/2010 22:53:43




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2010 23:05 לינק ישיר 

אויב איז דא פאראן איינער וואס מיינט אז "שעהר" איז א חסיד (ארוני), וויל איך אים אויפמערקזאם מאכן אויף זייין טעות.

--
צוריק צום ענין..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/2/2010 23:15 לינק ישיר 

אה!

יצא המרצע מן השק !


די אהרונים זענען מודה קלאר און דייטליך אז סאטמאר האט אונטערגעשריבן שטרי בירורין בעפאר די אהרונים, און אז די אהרונים זענען די וואס האלטן אפ די בוררות.

און אלע פלאפלערייען איבער דעד-ליין איז נישט מער ווי נישטגעשטויגענע נארישקייטן


"ישר כח "שעהר" !


תוקן על ידי yuchw ב- 23/02/2010 23:18:18




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2010 15:36 לינק ישיר 


נעכטן איז אנגעקומען א בריוו צו די זאלי'ס פון דעם אדוואקאט פון די מוסדות, ווי ער נעמט די מאסקע פון די זאלי'ס, און דעקט אויף זייער ליצנות שטר בוררות, וואס זיי האבן אריינגעשיקט פארן ירושלימ'ער רב.


ווי איך הער פון אונטער די קוליסן קען גאר מעגליך זיין אז דער בריוו פון דעם לויער וועט אריינגיין די וואך אין "בלאט" באגלייט מיט א זאפטיגע ארטיקל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אויפגעדעקט: דראמאטישע פאפאראציע איבער ב"ב בוררות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext