בית פורומים אידישע געדאנק

די פרעכע חוצפה פון שונד בלאט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/2/2010 09:54 לינק ישיר 
די פרעכע חוצפה פון שונד בלאט

די פרעכע חוצפה, פאלשקייט און געמיינקייט פון די שרייבערלעך אין שונד בלעטל "דער בלאט" גרייכט פרישע דרגה
   יענע וואך האבן זיך די בלאט שמוציאנעס צולאזט מיט אזעלכע ליגנס און געמיינע טאקטיקן, וואס איז שוין געווען א חידוש אפילו ביי זייערע אייגענע ביליגע ליינערס, זיי ברענגען פיר דפים פונ'ם ספר פון הגאון ר' יצחק שטיין שליט"א "אבני שי"ש", נישט טראכנדיג אפילו, אז עמיצער וועט נעמען די מיה און קוקן איין בלאט ווייטער, פאלגענד איז צוויי זייטלעך פונ'ם המשך פון יענע תשובה אין אבני שיש, וואו זייער מיאוס'ער שקר און געמיינע פאלסיפיקאציע צורינט און פלאצט ווי א זייפן-בלאז, און פאטשט זיי אין פנים מיט'ן גאנצן קנאק.
   דארט ווערט קלאר, אז דער צושטעל פון די כשרות פונעם בייסאן, צום טריפה'ענעם מוסקאווי איז פשוט א געמיינער ביטערער עם-הארמטצ אדער ענדערש א בייזוויליגע פעלשונג פון געמיינסטען סארט.
   נעמליך, אלע ווייסן אז די הלכה איז, אז אן עוף דארף א מסורה, משא"כ א בהמה און חיה דארף לויט אלע פוסקים ראשונים און אחרונים וגדולי פוסקי זמננו (חוץ דער חזו"א), נישט קיין מסורה.
   פאלגענד איז די קאפיעס פון די בלעטר אין אבני שיש (וועלכע די געמיינע מזייפים האבן בכוונה נישט געברענגט), ווי עס ווערט געברנגט די תשובה פון גדולי הרבנים ובראשם הגאון פוסק הדור בעל שבט הלוי, וועלכע פסק'ענען אלע אז עס איז נישט קיין שאלה אז דער בייסאן איז כשר לכתחילה.
   אויך איז דא ווייטער א קאפי פון שאלות ותשובות שבט הלוי זעלבסט, ווי ער איז מתיר דעם בייסאן לכתחלה, און זאגט קלאר אז ס'איז אפילו נישטא קיין מקום מחמיר צו זיין, וכלשונו: "אין מקום כלל להחמיר בבהמות וחיות טהורות וכו' גם בזמן הזה", גייען די דאזיגע מזייפים און פעלשערס מיט א בלעכענעם פנים און זענען דאס מדמה צו דעם טמא'נעם אוף דורס מוסקאווי וועלכע אלע גדולי ישראל פסק'ענען אז ס'איז אסור מון התורה.
   עס וואונדערט זיך פשוט, וואס טראכטן זיי, אז דער עולם איז שון טאקע אזוי דום אז מען ווייסט נישט קיין חילוק פון טאג ביז נאכט.

דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2010 09:56 לינק ישיר 

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2010 09:58 לינק ישיר 

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2010 10:14 לינק ישיר 
די פרעכע חוצפה פון שונד "בלאט"

בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > די פרעכע חוצפה פון שונד בלאט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext