| נשלח ב-16/2/2010 19:28 |
|
| |
דאס איז איין פשט, דער צוויטער פשט איז, אז דער רא"ט וואס חלשט פאר סידור קידושין ווי א קינד פאר א שטיקל פאפקארן, האט איינגעמאלדן פאר ר' געציל אז דאסמאל טאמער גייט ער נישט רעדען ווי עס דארף צו זיין, וועט ער האבן אזא סוף גענוי ווי די אנדערע סאטמערע דיינים וואס האבן אים נישט צופרידן געשטעלט, ווער עס האט אמאל חתונה געמאכט אין קרית יואל, אין ער האט געהאט איינעם וואס ער האט געוואלט מכבד מיט סידור קדושין, אין האט געפרעגט רשות פונעם רא"ט, וועט קענען עדות זאגן דערוף.
תוקן על ידי שלעק ב- 16/02/2010 20:05:58
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2010 19:49 |
|
| |
ס'נישט קיין 2 פשטים, מר אמר חדא ומר אמר חדא, ולא פליגי, איך רעד פון ר' געציל און די רעדסט פון דעם אהרן, אהרן איז טאקע א בייבי אבער ר' געציל איז א צדיק
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2010 20:04 |
|
| |
סאיז לכעורה יא צוויי פשטים, ווייל איך האלט אז ר' געציל האט יא אזוי געפסקעט נאר ווייל מען האט אים געצווינגען, נישט ווייל ער האלט אז די הלכה איז באמת אזוי, איך האב שוין אסאך גערעדט מיט אים אין די פארגאנגענע יארן דערוועגן, נאך פאר די גאנצע היעט איז ארויסגעקומען, דאס אז ער איז א ערליכער יוד קריג איך נישט מיט דיר, נאר דאס אז ער האט אזוי געפסקענט ווייל אזועי האלט ער להלכה, מיט דעם בין איך מחולק, כאפסט וואס איך מיין?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2010 20:09 |
|
| |
זייט איך בין גיווארן א זאלי קיק איך שוין דע וועלט מיט אדערע אויגן, דאס מיינט צי זאגן איך בין פיינעלי עכט העפי, איך קען שוין קאם ווארטן אופן חיבור על התורה ואגדות הש''ס פין רבינו שליט''א דער הייליגער דברי זלמן שליט''א, אוי סארי ויואל זלמן שליט''א, ווי ער פרעגט אין יעדע סדרה צענדליגע דיוקים אין קשיות, קשיות פין חת''ם סופר, ישמח משה, ייטב לב, קדושת יו''ט, גיוואלדיגע דיוקים ידועים, אין מיט זיין גיוואלדיגער כח התורה ווערט אלעס אזוי קלאר פארענטפערט מיט צוויי ווערטער, ווי ער שרייבט קלאר אז אלעס קען פארענטפערט ווערן מיט די וערטער "חלה דעקלעך" אין גארנישט איז מער נישט שווער, פארפאלן, דאס הייסט עכט כח התורא. אוי ווי גליגליך אין ציפרידן איך בין צי זיין א זאלי.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2010 20:27 |
|
| |
פונקט יעצט האט מען זיך דערמאנט איהם צווינגען? נאך 10 יאר פון סאך קריטישערע געלעגנהייטן? פונקט אויף א זאך וואס יעדער ארויני האט לכתחלה געהאלטן אז מ'גייט גארנישט אויפטון?
ממילא תיובתא ד'צווייטע פשט תיובתא
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2010 20:34 |
|
| |
אז דו ווילסט וויסן דעם אמת, 1) די סידור קידושין איז פאר רא"ט דאס וויכטיגסטע זאך, זאכן וואס ער האט ביז יעצט זיך צוריק געהאלטן פון טון טוט ער יעצט יא, איקלאדינג טעראר, אין יא, אינקלאדינג צווינגן ר' געציל. 2) ער מאכט נישט די חשבון אז עס איז א פארלורענע קאמף, ער גייט מיטן קאפ אין וואנט.
סאיז בכלל נישט תיובתא
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2010 20:49 |
|
| |
| שלעק כתב: |  |
די סידור קידושין איז פאר רא"ט דאס וויכטיגסטע זאך, |
|
מהיכי תיתי? יא, איך שטעל מיך פאר אז ס'באדערט איהם,
אבער 'דאס וויכטיגסטע'? נאך 10 יאר פון א בלוטיגע מחלוקה זאל פונקט דאס זיין די וויכטיגסטע?
ס'האט קיין שום סברא.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2010 20:51 |
|
| |
סאיז דא איין זאך פון אים וואס האט יא א סברה?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2010 21:02 |
|
| |
קען זיין אז נישט, אבער דיין פשט אז ר' אהרן האט אים געצוונגען איז דאך בלויז א "השערה", ממילא זאכן וואס זענען בלויז "השערות" מוז כאטשיק זיין אינטערגעשטיצט מיט א שטיקל סברה, אנדערש איז עס אין לדבר סוף.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/2/2010 00:04 |
|
| |
סקאט, דיין פשט איז דאך אויך נאר א השערה, גראדע זעה איך יא א שטארקע סברה פארוואס מען האט אים יא געצווינגן, ווייל טאמער איז אמת אז עס האט מיך פאליטיק גארנישט נאר ער האלט אזוי ע"פ הלכה, וואלט ער זיך באגעניגט מיטן איסור בכתב, אזוי ווי אלע רבנים אינדערהיים האבן געטון ווען עס איז געטון געווארן א ענליכע זאך, אין קען זיין אז דעמאלטס וואלט איך מודה געוועהן צו דיר.
אבער וויבאלד ער האט אויפגעטרעטן ביי א גענעראל פארזאמלונג וואס יעדער בעל שכל וועט מודה זיין אז עס איז גארנישט ווערט, ווייל ווער עס פאלגט ר' געציל'ס פסקים וועט דאך נישט טון אזא זאך, אין עס איז גענוג וואס ער לאזט הערן זיין מיינונג בכתב, אין די מענטשן וואס מאכן יא דארט חתונה וועט דאך אוודאי נישט העלפן אפילו צען גענעראל פארזאמלונגען, סוי וואס איז געוועזן דער פשט פון מאכן א גענעראל פארזאמלונג, דאס איז די סיבה פארוואס איך האלט אז עפעס אן אנדערע סיבה ליגט אינטער דעם.
תוקן על ידי שלעק ב- 17/02/2010 00:11:53
|
|
|
|
| נשלח ב-17/2/2010 18:01 |
|
| |
וואס פונקטליך איז אין מיין פשט א 'השערה'?
דאס אז ר' געציל האט קיינמאל נישט ביז היינט געגעבן קיין שום חתימה איבער סיי וועלעכער ענין וואס האט א שייכות מיט די די מחלוקה איז א 'השערה' אדער א 'פאקט'?
דאס אז דער בלאט האט געשריבן אין זייער עדיטאריעל, נאך איידער די חתונה און פאר ר' געציל'ס דרשה אז זיי ווייסן קלאר אז ס'גייען זיין טויזנטער סידור קידושין'ס בלי רשות המרא דאתרא איז א 'השערה' אדער א 'פאקט'?
דאס אז יעצט נאך 10 יאר פון די מחלוקה וואס דער טיילונג איז שוין לאנג פארזיגלט און א סידור קידושין גייט קיינמאל נישט צוריק דרייען די זייגער און אפהאלטן די זאלויניס און בני יואל פון זיך ווייטער בויען אין מאנרא, איז א 'השערה' אדער א 'פאקט'?
די איינציגע השערה וואס איז געבליבן איז אז ר' געציל איז א צדיק פון א איד.
וואספארא מין סברה איז דאס אז וויבאלד ער האט געזאגט א דרשה ברבים ממילא איז עס געצווינגען, ווי דאס געהערט געווארן? מעשים בכל יום אז רבנים ואדמורים האבן שטענדיג געהאלטן דרשות בעניני הדת, א מין גערעדעכטס?
היינט זעה איך אז ס'שוין ארויסגעקומען א בריוו פון די וומ"ב דיינים אויף פארקערט, מערק איך טאקע א שטארקע חילוק צווישן די 2 בריוון וואס טוט שטארק אינטער שטיצן מיין אנאליז, בעת וואס ר' געציל שרייבט נישט און רעדט נישט קיין איין ווארט איבער די מחלוקה פון ר' זלמן לייב און ר' אהרן, ער שרייבט בלויז דער ענין פון מסדר קידושין בלי רשות המרא דאתרא, דער חרם דר"ת, וכו', זענען די וומ"ב דיינים דארט ווייטער ביזי ווי געווענליך מיט די מחלוקה חאזעריי, אז דער ברך משה האט געשריבן אז ער איז מועל בשליחות, וכו'
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 17/02/2010 18:02:58
 |
|
|
|
|
|