בית פורומים אידישע געדאנק

ר' געציל: כהאב נישט געוויסט פון דער מהרש"ג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/2/2010 18:45 לינק ישיר 

אפשר איז גאר מעגליך אז טאקע ביז מען האט נישט אויפגענומען הרה"ג ר' ארי' אלס זומ"ץ קרית יואל, האט ר' געציל גארנישט אונטערגעשריבן, אבער ווען ער האט געשפירט אז מען מיינט אים האט ער שוין נישט קין ברירה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/2/2010 19:44 לינק ישיר 

אפשר דאס אפשר יענס, מ'טרייט בדוחק צו אויפקומען מיט קריאזע השערות, געצווינגען, ראזענפעלד, וכו'

איז טאקע נישטא קיין שום מעגליכקייט אז אפשר מיינט ער עס ריין לשם שמים, ללא חשש פוליטיק ומחלוקת ח"ו? איז דאס טאקע אינגאנצן אויסגעשלאסן?

אונז געפין מיר א מעשה אין חז"ל ווי א געוויסער תנא האט דן געווען איינעם לכף זכות אויף זייער א עקסטרעמע אופן, דא זעה איך פארקערט, טראץ דער שכל הישר זאגט אז א איד וואס האט א זויבערע רעקארד אין עניני מחלוקה, און שרייבט און רעדט נאר די הלכה'דיגער פונקט, בארעדט נישט קיינעם פערזענליך, דערמאנט נישט קיין ווארט פון קיין מחלוקת, וועט מען ענדערש אויפקומען מיט קריאזע דוחקים אים דוקא דן צו זיין לכף חובה

איז דאס טאקע נועם המידות?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2010 19:49 לינק ישיר 

איך האב שוין געשריבן אין א אנדערע אשכול די פרעגסט פארוואס פינקט יעצט איז דער מועל בשליחו ארויס געקימען שוין נאכדעם וואס ער האלט זיך איין די לעצטע יארן די תוריץ איז פשוט אז מגעט ציעסען פאר אידן טמאנע קאטשקעס אין מוויל נישט רעדן נארמאל "סאיז געווען א טעות אין מטאר עס נישט עסען אין מדארף כשר'ן די טעפ " האט מען אזא פנים אין מקען שוין טיען דעס אויך איינס ברעגט דאס צווייטע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2010 20:00 לינק ישיר 

אפשר האלט ער אז מ'דארף נישט כשרי'ן די טעפ, וועגן דעם איז ער דיין און די נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2010 20:36 לינק ישיר 

לאמיר מאכן א קורצע הקדמה:

דאס איז נישט קיין ספק אז הרה"ג ר' געציל שליט"א איז אן ערנסטער תלמיד חכם ויודע ספר, ממילא מוז מען זיך בנוגע אים באציען מיט'ן גרעסטן מאס כבוד און רעספעקט, אפילו ווען ער פסק'ט אנדערש ווי מיינע מורי הוראות וגדולי תורה.

יעצט צו די דעבאטע, דאס איז קלאר אז במשך די לעצטע צען יאר האט ער אנגעפילט א מויל מיט וואסער און ער האט זיך "נישט געמישט", אין די זעלבע צייט וואס אלע אנדערע סאטמאר'ע דיינים האבן געזאגט פון צו צייט צייט זייער דעת תורה, אפילו עס איז זיי אנגעקומען שווער, זיי האבן דערפאר געליטן אסאך צער ועגמת נפש, דאך האבן זיי געשפירט אז זיי מוזן אפראטעווען דעם דור, און זיי האבן א אחריות פאר כבוד שמים, און זיי האבן אוועקגעקוקט אויף כבוד עצמם צו טאן דעם כבוד שמים (לויט זייער מיינונג), 
אין די זעלבע צייט האט הרה"ג ר' געציל שליט"א זיך גוט געהיטן, און מען האט אים קיינמאל נישט אהיים געשיקט די קינדער פון חדר, מען האט אים קיינמאל נישט באשפריצט מיט קיין פייער עקסטיגנישער, מען האט אים נישט צובראכן זיין שטיבל, מען האט זיך נישט געזעצט אויף זיין פלאץ און מען האט אים נישט גערופן "פאסטמייסטער".
ווען דוד עקשטיין מיט'ן ראט האבן אפגעטאן זייערע רשעות'ער עם החיים ועם המתים, האט הרה"ג ר' געציל שליט"א  נישט געגעבן קיין "דעת תורה". ווען זיי האבן פארשפארט א שול ווי הונדערטער אידן האבן יעדן טאג געלערנט און געדאווענט האט הרה"ג ר' געציל שליט"א  נישט געגעבן קיין דעת תורה.

לויטן יעצטיגן איינשטעל ביי די קעיטערעס אין די זאלן פון מוסדות תורה ויראה, טאר מען נישט נעמען פאר מסדר קידושין נאר דעם ראט, אדער זיינע שלוחים, וואס רובי דרובא מאל איז טאקע הרה"ג ר' געציל שליט"א, ווען הרה"ג ר' געציל שליט"א  זאל געבן זיין פסק איבער אן ענין וואס איז אים נישט פערזענליך נוגע, אדער וואס ער קען דערפון ליידן, וואלט איך געקענט טראכטן אז ס'איז פון אים א מסירת נפש. אבער דא לגבי סידור קידושין, קען איך דאס נישט זען.

פארשטייט זיך אז להלכה ולמעשה, האט יעדע קהלה א דין ווי א שטאט פאר זיך, און די חברי הקהלה פון קהל יטב לב (רא"ט) קען זיין אז זיי דארפן נעמען דעם ראט פאר מסדר קידושין, און די חברי הקהלה פון קהל יטב לב דארפן נעמען איינעם וואס נעמט רשות פון מהרי"י שליט"א. און די חברי הקהלה פון בני יואל דארפן נעמען וועמען זייערע רבנים הייסן...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/2/2010 21:07 לינק ישיר 

און איינער וואס געהער נישט צו קיין שום קהלה, קען זיך נעמען וועם ער וויל פאר מסדר קידושין, און וואס איז מחייב איינעם בכלל צו אנגעהערן צו א קהלה,

יעצט פרעג איך ענק איז דאס טאקע געווען די מטרה פון סאטמארע רבי ווען ער האט מייסד געווען די שטעטל צו סתם בויען נאך א אידישער געגנט ווי מאנסי אדער בארא פארק, מיט זעלבסשטענדיגע קהלות אן קיין שום הנהגה אויפן שטאט? איז דער רבי סתם געווען א ריעלעסטעט דעוועלאפער?

איז נישט ר' געציל 100% גערעכט אז ס'קלאר אז דער רבי האט זיכער נאר געוואלט זאל זיין א שטעטל ווי אינדערהיים מיט איין הנהגה, און א מרא דאתרא.

באמת טראכט אריין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2010 21:21 לינק ישיר 

פארשטייצעך דו ברענגסט עס זייער גוט ארויס, כ'וועל זאגן נאכמער, שטעל דיך פאר ר' געציל זאל זיך אויפשטעלן, מורי ורבותי קיינער זאל זיך נישט דערוואגען צו פארקויפן חמץ אן מיין רשות דיין דמתא, (פארהאן דערויף פוסקים לכאן ולכאן) און ווער ס'מאכט זיין מכירת חמץ ביי א צווייטען רב דער איז עובר אויף בל יראה ר"ל, וואלט יעדער פארשטאנען אז ר' געציל האט זיך אויך אינזין זיינע מכירת חמץ טיפס און דעס מאכט אים צו פסקענען לחומרא, די זעלבע פנים האט זיין סטעיטמענט ביי די סידור קידושין, רבותי איך האב נישט געטראפן קיין שום היתר... אוודאי האסטו נישט געטראפן.. אבער יעדע דרויסענדיגער וואס האלט מיט וואס דא טוט זיך זאגט, אז זיי האבן נישט געטראפן קיין שום איסור  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2010 21:28 לינק ישיר 

סקאטמאלן ביז טויזענט פראצענט גערעכט, טראכט אבער אריין דו האלסט אז די רבי זי"ע וואלט בוחר געווען ר' אהרן פאר זיין ממלא מקום,
 
באמת טראכט גוט אריין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2010 21:37 לינק ישיר 

אפשר ר' אהרן פאר ממלא מקום נישט, אבער סאשע פאר סאטמארע רעבעצין יא, איר זכות אבות איז נישט קיין קלייניגקייט, און ווער רעדט נאך אז זי האלט זיך פעסט מיטן שלא שינו את לשונם..  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/2/2010 21:56 לינק ישיר 

כלהנערים כתב:
סקאטמאלן ביז טויזענט פראצענט גערעכט, טראכט אבער אריין דו האלסט אז די רבי זי"ע וואלט בוחר געווען ר' אהרן פאר זיין ממלא מקום,
 
באמת טראכט גוט אריין


 רוב בני העיר האלטן אז יא, ואחרי רבים להטות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2010 22:03 לינק ישיר 

אין ווייל ער האט געהאט רוב תושבים אין ק"י וועגען דעם איז געווען זיין הכתרה אין גרויסן פאליש?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2010 22:12 לינק ישיר 

פארדעם האלט ער אין איין געווינען וואלן מיט א קלארע מערהייט פון בערך 1000 שטימען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2010 22:20 לינק ישיר 

סקאט
עס איז זיכער אז דער רבי האט געוואלט עס זאל זיין אזוי ווי "אינדערהיים" די שאלה איז נאר וויאזוי ס'איז געווען אינדערהיים.

און די תשובה איז, אז אין אזעלכע שטעט ווי אין קלויזענבורג וכדומה, ווי דער שטאטס רב איז געווען נישט אויסגעהאלטן האט מען געמאכט א קהלה נפרדת, און דער הייליגער עצי חיים בכבודו ובעצמו איז געפארן קיין קלויזנבורג מחזק זיין די קהל ספרדים, און עס איז זיכער אז דער עצי חיים בגנזי מרומים האט תענוג ונחת אז מען מען מאכט א קהלה נפרדת אין קרית יואל (סאונדס פאמיליער?)

ומי לנו גדול, ווען 8 רבנים מפורסמים תלמידי רבינו הק' זי"ע האט האבן ארויסגעגעבן א פסק אז די קהלות נפרדת קען אליין מסדר קידושין זיין, איז דאך קלאר אז קיין שאלה איז דא נישט פארהאן.

ובכלל דעם איינשטעלן אין וויליאמסבורג אז מען זאל מכבד זיין פארשידענע רבנים מכובדים מיט סידור קידושין האט דער רבי זי"ע אליין איינגעשטעלט, און אסאך מאל ווען סאטמאר'ע אידן האבן מכבד געווען  דעם רבי'ן מיט סידור קידושין, האט דער רבי געזאגט פארוואס ביזסטו נישט מכבד דעם רב אדער יענעם רב. אויב וועט דאס געווען די מינדעסטע פראבלעם אין אידישקייט וואלט דאך דער רבי מרעיש עולמות געווען קעגן דעם.

טראכט אריין, דו האלטס אז דער רבי האט ענדערש געוואלט ר' אהרן זאל זיין מסדר קידושין ווי ר' ארי' ראזענפעלד,? אדער דער שארמאש'ער רב? 

די סיבה פונעם שטעטל איז געווען אז היימישע רבנים זאלן נישט קענען מסדר קידושין זיין?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/2/2010 22:35 לינק ישיר 

ווילסט מיר אפשר זאגן אז ווען א חלק שטעטל זאל זיך גרינדן א קהלה נפרד אין קרית יואל בחייו פון רבי'ן וואלטסט אויך נישט געהאט קיין פראבלעם, און דער רבי וואלט געווען ציפרידן מיט עס?

COME ON



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2010 23:10 לינק ישיר 

דו האלטסט אז רב גלאסנער פון קלויזענבורג איז געווען צופרידן אז א חלק פון זיין שטאט האט געגרינדעט א קהלה נפרדת? 


מען האט עס געמוזט טאן בלית ברירה, ווייל יענער איז געווארן נחמץ צו די מזרחיסן, האבן די רבנים געהאלטן אז ס'איז א מצוה רבה צו מאכן א קהלה נפרדת, נישט צו ווערן נאכגעשלעפט נאך יענעם.

בשנת תשמ"ה איז געווארן געמאלדן אז ראט ווערט מרא דאתרא אין קרית יואל, איך גיי נישט אריין צו ער איז הלכה'דיג געווארן, אפילו אן וואלן וכדומה.

בשנת תשמ"ט האט א קומץ קטן שוין נישט אויסגעהאלטן דעם מצב און געמאכט א קהלה נפרדת.

במשך די יארן שפעטער נישט נאר אז מען האט דעם קומץ קטן בארואיגט און זיך איבערגעבעטן,
נאר פונקט פארקערט מען האט דורך פארשידענע התנהגות'ער גורם געווען זיי זאלן וואקסן און וואקסן פי כמה.

בתחלית שנות התש"ס האט שוין געהאלטן אז נאך א פרישער ריזיגער ציבור האט געמאכט א פרישע קהלה נפרדת און דאס מאל שוין על פי פקודת הגה"ק הברך משה זי"ע.

אויב מען פירט זיך אויף אזוי ווי ראט, פאסירט אזעלכע זאכן אז עס גרינדעט זיך קהלות נפרדות,
און איך קען צולייגן אז וויפיל צער ר' אהרן זאל נאר האבן אז נישט יעדער איז אונטערגעווארפן אונטער אים,
קומט דאס נישט צו א הונדערטסטל צו וויפיל די יראים האבן זיך שוין פון אים אנגעליטן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ר' געציל: כהאב נישט געוויסט פון דער מהרש"ג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.