מאיר הירש אנטוישט: ר' געציל וויל מיר נישט נאכגעבן
פאליטיק געלייגט אין א זייט, יעצט ביזנעס גערעדט,
נעכטן מאנטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען א שווערן געפעכט צווישן ר' מאיר הירש און ר' געציל בערקאוויטש,
ר' מאיר הירש וויל ר' געציל זאל ארויסגעבן א בירור איבערן שערוריה פון די קאטשקעס און זאל שוין יא ארויסשרייבן מער די מעשה וואס דא איז פארגעגאנגען, ווי סתם מחמיר זיין ער פארשטייט שוין אויך זעט אויס אז דעס איז א פארנעפעלטע תשובה און מאכט נאר א טונקעלערן שאטן אויף די גאנצע שערוריא, און דאס איז פארשטייצעך נישט קיין גוטע אפשען פאר די ביזנעס, ר' געציל זאגט אז ער קען נישט מאכן ליצנות פון זיך אליינס ער האט שוין איינמאל געשריבן אז ס'איז בלויז להחמיר און דע בירור וועט זיין א גרויסע סתירה צו זיין ערשטע תשובה, למעשה האט ר' מאיר הירש נעכטן גארנישט געקענט פועלן ביי ר' געציל, און ביי דעם איז עס געבליבן, אבער איך הער אז ר' מאיר הירש רוהט נישט און ר' געציל איז אין פרעשור, דער סוף גייט לכאורה זיין אז ר' מאיר גייט אויספירן,
פארשטייצעך שמואל ווידער גייט אודאי מאכן א ארטיקל אז כ"ק ר' געציל איז ב"ה געגאנגען א דרגא ווייטער אין חומרות...
|
|