בית פורומים אידישע געדאנק

שוידרליך ר"א איז מרבה........... בישראל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/2/2010 17:56 לינק ישיר 
שוידרליך ר"א איז מרבה........... בישראל

ר"א ווייסט דאך זייער גוט אז בני יואל אדער סאטמאר מהרי"י וועלען זיך נישט אינטערגעבן,
טא, ליגט דאך נאר און זיינע הענט,
צו געבן רשות פאר די מסדרי קדישין זיי זאלען מעגן לשטתו מסדר קדישין זיין,
אזוי ארום וועט נישט נתרבה ווערן ממזירים בישראל,
אויף די עקזעסטירנדע מסדרי קדישין איז נישט שייך צי טון עפעס,

וויבאלד זיי האלטן נישט אז עס איז דא בכלל א פראבלעם  פון סידיר קדישין און ק"י,
איז נאר דא איין ר"א וואס איז בידו דאס מונע צי זיין
אפילירן מיר דא צי עם
אנא ואנא זיי נישט מרבה קיין ....... בישראל



תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 19/02/2010 17:58:57



תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 19/02/2010 18:00:44




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2010 18:03 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וואס ער איז מרבה,

אזוי פיל ווייס איך,

אז ער האט אויפגעהאדעוועט א דור

וואס לויטן רמב"ם דארף זייער יחוס גאר א ערענסטע בדיקה, וזה לשונו

וכל מי שהוא אכזרי, יש לחוש לייחוסו.

אויב בחרים קענען זינגען (פאסוגע) נגינים בשעת צרתו פון א אנדערע איד,

און די אפעציעלע צייטונג זייערע שפאסט נאך אפ פון יענעם'ס צרות,

און מאכט זיכער אז א בחור זאל ח"ו נישט האבן אפילו א פאר אדער א נאך געפיל,

און יעדער איינציגע ארוני בארעכטיגט דאס,

יא א יעדע איינציגע ארוני, אפילו די וואס האבן פארשטאנן די עולה וואס איז דאן געטון געווארן,

האט ער געדעקט זיין פארטיי און איר פארענטפערט,

און מיט דעם דערשטיקט זיינע נאטירלעכע אידישע געפילן,

עס מיז דא באצייכנט ווערן אז דאס איז נאר א טיפה מן הים פון אידישע הארץ ווייטאגן און טרערן וואס איז דורך זיי נתרבה געווארן במשך די לעצטע 3 צענדליג יארן,

האט איר שוין געזען אמאל ווי אזוי א הינגעריגע חיה אדער בהמה כאפט זיך צי צי א שטיקל פלייש?

אט אזוי גענוי זעען זיי אויס בשעת א צרה פון א איד וואס באלאנגט נישט צי זיי,

גלייך ווערן זיי מאמינים און שכר ועונש אויף יענם'ס עבירות און אויפן חשבון פון יענעם'ס בלוט,

און זיך צי בארעכטיגן באניצן זיי זיך מיטן ירחיק עדותו טאקטיק און זענען מטיל מום בקדשים און ברענגן מעשיות וואס איז באשאפן געווארן ספעציעל פאר סדום בעטל צוועק אז ווען מען טוט א מעשה שפלה וואס פאסט נישט לייגט מען ארויף די פריעדיגע צדיקים אויפן סדום בעטל און שנייד זיי אראפ ביז צי זיין מאס רח"ל,

אלזא היוצא לנו מכל זה איז אזוי ווי דער רמב"ם זאגט

וכל מי שהוא אכזרי, יש לחוש לייחוסו.

דאס איז אמאל זיכער אז דאס האט ער מרבה געווען במידה גדושה ליידער,

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2010 18:16 לינק ישיר 

ר"א קומט מיר פאר ווי א קינד וואס נעמט א קאר און הייבט אן דרייווען מיינענדיג אז ער שפילט יעצט מיט א טוי,
ער וויל האבן א געלט קוואל פון די רעגירונג נעמט ער זיך ארום שפילען מיטן אייברשטן,
ער וויל פסלן א גט וואס איז געמאכט געווארן ביי א ב"ד וואז האט געהאט די העזה עם צי שיקן א הזמנה,
נעמט ער דעם חרם דרבינו תם פאר א טוי,
ער האט חשק צי זיין די איינציגער מסדר קדישין פאר זיין תאות השררה נעמט ער די ווארט ממזר פאר זיין טוי,
דער ליסט איז ליידער לאנג, 
און ליידער איז אזוי געשען אז אזא בעבי איז א רבי פאר חסידים, און ביי אלע זיינע חסידים ווערט אפגעקולט די אלע הארבע זאכן און עס באקומט ביי זיי א פנים פון א געם, און יעדע זאך ביי כלל ישראל ווערט ביי זיי נאטירליך געניצט פאר א טוי זיך ארום צי שפילען דערמיט,
נעבעך נעבעך און נאכאמאל נעבעך, 
אויף אינז אויך לאן הגענו,    



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2010 18:43 לינק ישיר 

די קשיא איז נישט אזוי גרויס ווען מען דערמאנט זיך אין די מאמר חכז"ל: מדחציף כולי האי שמע מינה.....הוא. נו לויט ווי אזוי זיי פירן זיך אויף, וואס באדערט זיי נאכאיינעם...?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/2/2010 18:48 לינק ישיר 

עס דערמאנט מיר די מעשה פון יענעם צדיק וואס האט באמערק אינמיטן די נאכט ווי א גנב אנטלויפט מיט זיינע שבת לייכטער. דער צדיק איז גלייך געלאפן צום פענסטער און געשריבן "ר' איד אין בין אייך מוחל". ער האט דערנאך מסביר געווען אז יענער איז סיי ווי א גנב, מיט דעם וואס איך בין אים מוחל מאך איך א נחת רוח פארן באשעפער אז עס איז דא איין גנב וויינגיער אין באשפערס וועלט. (פארשטייט זיך אז דאס איז א מדרגה וואס פשוטע מענטשן האבן נישט).

דא איז נאר די מעשה פונקט פארקערט וד"ל. זעט אויס אז אים גייט גאנץ וויינג אן וואס טוט זיך אין באשעפערס וועלט, דער עיקר איז אז איך...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2010 19:03 לינק ישיר 

האב היינט געהערט פון א קלוגן ארוני, אז די סיבה פון דעם טומעל וואס זיי פרובירן צו מאכן איז פשוט ווייל עס פעלט אויס צו בארואיגן ר' אהרנס נערווען.

זיי ווייסן אויך אז דעם חתונה זאל קענען זיי נישט אפשפארן.
זיי ווייסן אויך אז מוסדות ויואל משה בויט יעצט חתונה זאלן.
זיי ווייסן אויך אז גדולי הוראה באקאנט רבנים מובהקים האבן גע'פסק'ט אז ס'איז נישט דא קיין חשש פאר די קהלות נפרדות דארט מסדר קידושין צו זיין.
זיי ווייסן אויך אז עס איז דא א ריזיגער ציבור אין קרית יואל וואס וויל מיט ר' אהרן נישט האבן קיין שייכות.
זיי ווילן זיך נישט משדך זיין מיט די אהרונים, זיי ווילן נישט נוצן קיין שום סערוויסעס פון ר' אהרן'ס קהל יטב לב
און זיי פלאנען נישט אוועקצומופן (וויאזוי שרייבן זיי: עס געפעלט דיר נישט דער מרא דאתרא מוף אוועק)
אבער וואס נאך זיי ווייסן איז, אז מיט ר' אהרן'ס נערוון קען מען זיך נישט שפילן, און אז ער איז באבלאזן וועגן די סידור קידושין מוז מען טאן משוגע'נע זאכן אים צו בארואיגן, 
קען זיין אז איינער וועט אויפקומען מיט עפעס א אנדערע זאך וואס וועט אים בארואיגן וועט ער זיך אפלאזן פון די פארלוירענע טעמע.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2010 23:20 לינק ישיר 

יעצט באקומען ערשט האנטיגע באריכט,
אז די גאנצע מעשה מיטן פונקס האט זיך אנגעהאבן אזוי,
ר"א האט געקלאפט אויפן טיש אז ער זעט אז דער וועג פון זיין שטיל העלפט נישט,
ער איז זייער ברוגז ווייל זיין יועץ פרטי האט עם געהאט ציגעזאגט שנת תשנ"ט אז ער זאל זיין שטיל
און ער גארענטירט עם אז ביז 10 יאר ארום האבן מיר אלעס ציריק,
דער רבי שרייט עס איז דורך 10 יאר און דא פארליר איך נאך סידיר קדישין,
ער האט פארלוירן טראסט אונעם יועץ פרטי און ער שרייט אז ר גייט טון אלעס אזוי ווי אמאל
ער גייט זאגן דרשות און עייט שמאסן רעכטס און לינקס,
דא האט זיך דוד עקשטיין ציגעשטעלט און ער זאגט הננו
ער לייגט נאך צי אויב דער רבי וואלט מיך געפאלגט פאר 10 יאר ציריק
וואלט מען נישט געהאלטן דא ווי מען האלט,
דא איז געגאנגן גבאי פישער צי זיין גרויסן דאקטער, 
אבער דער דאקטער זאגט אז זייט ער האט דעם רבין פאר א פעשענט
א קנאפע 11 יאר איז ער נאך נישט געווען אזוי פארלוירן,
און ער זאגט אז פאר די נייע סטעטש וואלט ער אנגעטראגן צי טוישן דאקטער
און ער רעקעמענט  איינעם א דאקטער פונקס,
דא איז דירבי אויף געשפרינגן זעטטץ דער דאקטאר זאגט אויך מער דארף מאכן א פונקס.
פרטים יבאו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 03:04 לינק ישיר 

אלזא האט איר א טיילוואזע רשימה פון ר"א טוי רום (שפיל צימער)
בי"ד חצוף
מסור
גנב
קבלת עומ"ש
ממזרים
פסילי גיטון
פסילי קדישין
מרא דאתרא

אט האט די אלע אויבן דערמאנטע זאכן א יעדער עקסטער פארזוך א ריין ערנסטע באדייט,
איז געקומען ר"א און דאס גענימן פאר א טוי פאר זיך,  
און ליידער איז דאס אלעס געווארן ביי זיינע אנהענגער נישט מער ווי שפיל,  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 16:15 לינק ישיר 

פנקס איז נוטריקן
פה נטמן סידיר קדישין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 18:21 לינק ישיר 

 דער מלך טיפש מיינט ס'דאס איז בלויז א זשאוק, מ'דארף אים ווייזן דעם מהר"ל זיינע לשונות אויף איינעם וואס איז מרנן אויף כשר'ע אידן, דע אידן האבן 8 מורי הוראה על מי לסמוך, און דער הפקר יונג זאל זיך בעסער היטן די ביינער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 19:54 לינק ישיר 

עס האט מיר פארציילט א מחותן וואס איז א מקורב צום גאב"ד ירושלים שליט"א אז ער האט ארויסגענומען א דאטום פאר א חתונה אין די בני יואל זאל. ער האט זיך אפגערעדט פארן גאב"ד וועגן די טעראר פון די אהרוינים און וועגן זייער פנקס וכו' האט די רב געזאגט אז אויב הערן זיי נישט תיכף אויף זיך צו שפילן מיט די האקעלע ענינים פון כשרות הדורות וועט ער אליינס קומען זיין די מסדר קידושין!

די אהרונים האבן טאקע אפגעמעקט די רשימה (פנקס) פון זייער האט ליין און זייער גענעראל פארזאמלונג אויף דעם זונטאג איז בטל.

---

די אהרונים פראבירן צו פארקויפן אז די סיבה פארוואס זיי האבן אראפגענועמן די רשימה (פנקס) איז ווייל עקסטשענדש טעל. פירמע האט זיי געסטראשעט... מיו דעם פראבירן זיי צו פארדרייען א קאפ, זיי פארגעסן אבער צו אדרעסירן פארוואס זיי האבן מבטל געווען דעם גענעראל פארזאמלונג וואס האט געדארפט פארקומען דעם זונטאג...



תוקן על ידי נפל ב- 21/02/2010 20:34:45




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 20:56 לינק ישיר 

כ'בין שוין אינגאנצען צומישט יעצט, ר' געציל העלף מיר ארויס, וואס בלייבט? איז די סידור קידושין שערוריה אויך נאר א חומרה? אויף וואס דארף איך ענדערש מחמיר זיין, די סידור קידושין? די קאטשקעס? ביידע נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/2/2010 21:22 לינק ישיר 

וואט א דזשאוק!

די ליצים די ארונים פרעגן, זינט ווען אינטערעסירט רבי יואלי'ש וואס 'זיין שונא' דער ברך משה האט געהאלטן...?

אינגאנצן א 2 3 טעג צוריק האט די ארונים נאכאמאל ארויפגעלייגט דעם ברך משה'ס מעדיקל רעקארדס, א זאך וואס א גוי טוט נישט.

די מעדיקל רעקארדס האט מענדעלע'ס טאכטער באקומען פון סטוארדס פארמאסי אויף ליע עוו.
פרעגט זיך פון ווי באקומט דער בלאט אפיס און אפאר נידריגע היידפארק שרייבער צוטריט צו א זאך וואס ליגט ביי א קינד פון רבי'ן וואס 'איז נישט קיין שונא...'??? (מיט אזעלכע פריינט ווער דארף שונאים!)

אבער נישט פארגעסן רבי יואלי'ש איז דער שונא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 21:25 לינק ישיר 

מ'קען ווען מאכן א עקסטערע תשובה ספר פון זיינע לעצטערע חידושים, דע גאנצע ווארט ממזירות פסולים קומט נישט דא אריין אפי' לשיטתו השטותה באלאנגט אבער נישט דער ווארט דא אהער דעס אלעס איז ביי א א"א א פנוי' איז אסור מה"ת בלאוו אבער די קינדער זענען נישט קיין פגום 

האסט מחדש געווען א חידוש שרייב עס אריין אין דיין תשובה ספר און שטינק נישט אן דעם שטעטל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/2/2010 16:55 לינק ישיר 

           אבן העזר      הלכות פו"ר       סימן ב  
ב כל משפחות בחזקת כשרות ומותר לישא מהם לכתחלה ואף עפ"כ אם ראית ב' משפחות שמתגרות זו בזו תמיד (או שני בני אדם שמתגרים זה בזה) או ראית משפחה שהיא בעלת מצה ומריבה תמיד או ראית איש שהוא מרבה מריבה עם הכל ועז פנים ביותר חוששין להן וראוי להתרחק מהן שאלו סימני פסלות הם וכן הפוסל את אחרים תמיד כגון שנותן שמץ במשפחות או ביחידים ואומר עליהן שהן ממזרים חוששין לו שמא ממזר הוא ואם אמר להן שהם עבדים חוששין לו שמא עבד הוא שכל הפוסל במומו פוסל וכן כל מי שיש בו עזות פנים ואכזריות ושונא את הבריות ואינו גומל להם חסד חוששין לו ביותר שמא גבעוני:             


דער מחבר ברענגט דא אראפ דאס לשון פונעם רמב"ם הלכות איסורי ביאה פרק יט
און דער רמב"ם שטייט נאכדעם נאך עפעס וואס דער מחבר ברענגט נישט, וזה לשונו,

הלכה יז הוא שסימני ישראל האומה הקדושה ביישנין רחמנים וגומלי חסדים ובגבעונים הוא אומר והגבעונים לא מבני ישראל המה לפי שהעיזו פניהם ולא נתפייסו ולא רחמו על בני שאול ולא גמלו לישראל חסד למחול לבני מלכם והם עשו עמהם חסד והחיום בתחלה:



תוקן על ידי זמן_כפרה ב- 23/02/2010 17:08:26




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2010 17:17 לינק ישיר 

לאמיר מאכן אביסל חזרה אויפן לשון המחבר,

1) או ראית "משפחה" שהיא בעלת מצה ומריבה תמיד,
2) או ראית "איש" שהוא מרבה מריבה עם הכל ועז פנים ביותר,

חוששין להן וראוי להתרחק מהן שאלו סימני פסלות הם



תוקן על ידי זמן_כפרה ב- 23/02/2010 17:23:19




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > שוידרליך ר"א איז מרבה........... בישראל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext