בית פורומים אידישע געדאנק

קרקע גזולה?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/2/2010 20:32 לינק ישיר 
קרקע גזולה?

וואס זאגט איר צו דעם? אוואדי וועט איר טרעפן הונדערט טויזנט הסברים ווי קלוג און הייליג ס'איז, און צען טויזנט חילוקים וואס סי אנדערש ווי די אהרוניםס דורכגעפאלענע גזולה קאמפיין

איך בין נאר נייגעריק וואס איז זאגט צו דעהם

איך פערסענילי האלט אז עטס קענטס נישט שרייען גזולה ווייל עטס האטס נישט גערופן צו דין תורה, האסט א טענה? רוף צו די"ת, נישט הייב אן מיט גזולה



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2010 20:59 לינק ישיר 

סאיז לדעתי א געפערליכע נארישקייט, און איך בעט די ילדים אין קהל'ס אפיס (בעסער געזאגט אין איד אפיס) זאלן אויף הערן.

ביי אונזער עולם איז ב"ה דער "דימענד" אויף טפשות נישט אזוי גרויס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2010 22:02 לינק ישיר 
עם עקש תתפל

איך בעט דעם עולם נישט אפענטפערן זי ארוינישע שטותים
יעדער ווייסט גאר גיט אז מיט די הולכי ערכאות וואס לאכן אפ פון יעדען ב"ד
קען מען נישט גיין לד"ת
אשר ע"כ ביטע ענפערט נישט אויף די תגובה
און איך בעט די הנהלה אפמעקן די גאנצע תגובה ווייל עס באלאנגט צו די ארוינישע "כל העולם ארוינישע סייט"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/2/2010 03:03 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 06:09 לינק ישיר 

סקאטמאלן מדארף נישט האבן 10 טויזענט חילוקים און100 טויזענט הסברים דאס דארפט עטס האבן, איך חיים מענדל הקטן קען דיר דאס זאגן אין איין ווארט,

מיט א גנב גייט מען נישט צו דין תורה, מ'רופט פאליציי און מ'טראגט אים דארט ווי ער באלאנגט, אונז זעמיר געגאנגן לפנים משורת הדין אנשטאט ארעסטירן מארקאוויטשן פארן טרענספערן דעם ביה"ח פון קאנגרגעישן יטב לב צו סי וויי עלל סעמעטערי און מבטל זיין 20 יעריגע שטר מכירה'ס פון מענטשן אויף קנין קרקע (אויב איז דאס נישט אמת דאן ליין נישט ווייטער און ענטפער נישט) האבן מיר 2 יאר זיך געביסן די ליפן, ביז די גזלנים האבן אנגעהויבן אראפנעמן מציבות פון נפטרים וואס האבן שוין געהאט 20 יאר א קנין קרקע זיי האבן נאר נישט מנדב געווען אן הוספה פאר 163 ראדני, הערשט דעמאלטס האט מען אנגעהויבן מיטן געריכט מיט רשות פון אונזערע דיינים שליט"א החיים איתנו טאקע אנעם היתר פונעם לעדל אונזערע רבנים האבן געזאגט אז מ'קען מקיל זיין אן דעם בשעת הדחק.

כ'בעט דיך מיש נישט אריין דא אנדערע סכסוכים נחמן בראך מיט דוד עקשטיין לאמיר זיך האלטן צום אשכול.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 07:17 לינק ישיר 

מסכים, די ווילסט נישט גיין צו די"ת? געזונטערהייט, אבער גזולה קענסטו נישט שרייען, בייס דיך ווייטער די ליפן און באערדיג אין ענקער נייער ביה"ח.

אגב דאס וואס די שרייבסט:

"ביז די גזלנים האבן אנגעהויבן אראפנעמן מציבות פון נפטרים"

זיי מודה דאס איז דיס- אנעסט, דאס קענסטו פארקויפן 'דער איד' ליינערס,

עטס זענטס די וואס האבן 'געוואלט' 'אנהויבן' אן אומדערהערטער זאך, פון ארויפשטעלן א מציבה דורך זיך ארייברעכן במחתרת, מיט א העליקאפטער,

אז ענק ווילן זיך טאקע בייסן די ליפן, וואס קומט עטס מיט העליקאפטערס?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 11:45 לינק ישיר 

ווען די ארונים האבען געשריגען "מצה גזולה" האבען די זאליס געלאכט....
יעצט שרייען די זאליס "קרקע גזולה" לאכען די ארונים.....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 17:49 לינק ישיר 

פון וואו נעמסטו ס'מקען נישט שרייען גזולה ווייל מען גייט נישט מיטן גזלן צו דין תורה ?

אגב א גוטע עצה ווער ס'וויל קומען במחתרת ס'זאל קומען מיט א העליקאפטער 9 צופרי ( אמעסארי איך בין נישט קיין בלאט ליינער אבער ביי מיר זעט די זאך אויס פארקערט..) 
 
נישט פארגעסן די טרענספער איז נישט געווען במחתרת.. און דעס איז יא א דערהערטע זאך..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 18:02 לינק ישיר 

סאטמארבאם דו מישסט יא אריין מצה גזולה וועל כ'דיר זאגן דעם חילוק אויך אן 100 טויזענט הסברים,
 
די סאטמארע אימפעריע אין ווימ"ס איז נישט געשען קיין שום שינוי זייט תש"ח ביז תש"ע אלעס איז עולם כמנהגו נוהג קיין טרענספער מיט קיין העליקאפטער איין זאך יא, מ'האט משלח געווען בערל פריעדמאן ווייל ער איז נישט געווען צופרידן מיט ר' זלמן לייב'ס התמנות, אויב ווערט לכבוד דעם אלעס גזולה דאן איז קרית יואל אויך אלעס גזולה ווייל מ'האט די זעלבע משלח געווען משה פריעדמאן ווען ער איז נישט געווען צופרידן מיט ר' אהרן'ס התמנות, די חילוק איז ער האט נישט געזינגען גזולה און בערל פריעדמאן יא. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 01:41 לינק ישיר 

אויב צד מהרז''ל זאל האבען סיי וועלכע הלכה'דיגע טענה ע''פ תורה

וואלטען  זיי שוין לאנג מסכים געווען צו קומען צו א בי''ד אין געזאגט פארוואס זיי מעגן אייביג גיין אין קארט אין פארוואס זיי מיזען  זיך נישט שטעלן צו די''ת

אין נישט געקומען אייביג מיט פרישע שטותים, ווי אייגענע דיינים, גנב במחתרת (האט דען די קארט דערווייל אפגעהאלטען צד מהר''א?), וכו' כו'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 03:12 לינק ישיר 

שיינעם ניק דין תורה

אין שולחן ערוך שטייט אז מען זאל נישט גיין מיט א הולך לעכאות אין בית דין נאך דעם וואס ער האט מייקר געווען שם אלילים אין די ביסט קלוגער

פיין מעגסט פארשטיין אנדערשט ווי דער שולחן ערוך אבער טויש דיין ניק פון דין תורה צו דעת בעל בית.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > קרקע גזולה?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext