דער הויעך געשעצטער אדמיראל, איז פארנימען, מיט די דאזיגע וועמען די הייליגע ברך משה זי''ע, האט אנגעריפן ווערמדיג און קרעציג, ביי די דרשה יום ה' פרשת כי תשא, תשמ''ט, און די זאלן פון ויואל משה,
לאמיר א בליק טאן אויף די ליצנות בריוו וואס די לישכע פורים ב''ד, דער ב''ד וואס איז באקאנט און די גאנצער וועלט, פאר דאס ב''ד לעניני פאליטשע חסידות,
די פארגאנגענע וואך איז ערשינען, אן ערווארטעטער בריוו פון די אזוי געריפענע ''בית דין צדק'' און וויליאמסבורג, וואס איז באקאנט אלס דער ב''ד לעניני ''פאליטשע חסידות'' צילוב וואס זיי זענען מקפיד, בהקפדה יתירה, נאר ארויס צו געבן בריוו'ן צו בויען דאס פאליטשע חסידות, און צו שטויסען און בריקען און קאפן קהל יטב לב ד'סאטמאר, מיט איר הייליגען רבי'ן כ''ק רבינו רשכבה''ג שליט''א,
עס זענען און די לעצטע יארן פארגעקימען אן א שיעור הלכה'דיגע פראגן, און רבנישע דיונים, וואס דער ''בית דין צדק'' האט זיך נישט גענימען די מיה צו אדרעסירן,
זיי זענען נאר דא פאר פאליטשע חסידות, פאר דעם איז דאס נתייסד געווארן, דאס איז זייער ציהל, און די וואס זיצען און דעם דאזיגען ''בית דין צדק'' פאלגען אויס געטריי די פארגעשריבענע דאקטארין, פון זייערע מייסדים, וואו שאולי פערלשטיין, דער טאטע פונעם המנוח, ר' עזיאל, ע''ה, מיט דעם ביטר'ען רחמניות אביש וויינבערגער לרפ''ש, די הויעכע שפיטצען, פון דעם כת ההולכים בערכאות העולמי,
די גאנצע יודישע וועלט, בפרט תלמידי וחסידי סאטמאר, וואס זענען געטריי צו רבינו הקוה''ט זי''ע, זענען נאך אונטערן רושם, פונעם פסק הלכה פון הגה''צ דער דיין שליט''א וואס איז נתמנה געווארען אלס דומ''ץ דמתא בקריה נאמנה, און קרית יואל והגלילות, וואס ער האט מקיים געווען לא תגירו לפני איש, און ער האט ארויס געגעבן דעם פסק הלכה, לאמיתה של תורה, אז נאר דער מרא דאתא האט א כח צו זיין מסדר קדושין, און קרית יואל און אין די גלילות, צו דעם גרויס פארדריס, פון די זאליבאנעצעס, מיט די קרעשמע פארטריבענע, וואס קענען זיך נאך נישט צוזאם קלויבען, פונעם פסק פונעם דומ''ץ שליט''א, און שיסען זייער גיפטיגע פיילען און זיין ריכטונג, ביזדערווייל אן סוקסעס,
דאס האט געשלאגען טיפע ווארצעלן, און דאס גאנצע יודישע וועלט, בפרט האט עס געהאט א מעכטיגע אפגעלאנג אונעם לאגער פונעם כת ההולכים בערכאות העלומי, וואס זייער גאנצער ציהל, איז נאר אונטער צו ברענגען די הייליגע תורה, און לוחם זיין זייער פארלוירע מלחמה, קעגען קהל יטב לב, און איר גרויסער מנהיג כ''ק רבינו רשכבה''ג שליט''א,
דעריבער האבן זיי זיך פארמאסטן, צו שיקען זייערע נקמה פיילען, דירעקט צום דיין שליט''א, און ארויסגעבן א בריוו מיטן נאמען ''פסק הלכה'' צו מערער זיין, אויפן פסק דין, פון הגאון הצדיק דער דיין שליט''א, וואס רבינו הקוה''ט האט אים באפטראגט צו פאסקענען אלע שאילות און קרית יואל, יע''א,
טראץ וואס א טייל פון די אונטער געשריבענע זענען קיינמאל נישט געוען, קיין דיינים און אונזער הייליגע קהלה, זיי זענען מוצי''ם און די בית הוראה, פונעם סאכדוס בנשיאות כ''ק הגה''צ ר' איצא גליק שליט''א
האבן זיי זיך דאך פארמאסטן צו אטאקירן דעם דיין שליט''א וואס איז נתמנה געווארן דירוך רבינו הקוה''ט בעל דברי יואל ד'סאטמאר זי''ע,
ביי יעדעם וואס האט נאר געזען דעם דאזיגען צעטיל, האט זיך באלד ארויף געצוגן א שמייכל אויפן פנים,
פארוואס?
ווייל דער גאנצער צעטיל איז געבויעט אויף א בריוו פון רבינו הקוה''ט בעל ברך משה זי''ע, וואס ער האט לכוארה קיינמאל נישט געשריבען, דאס איז א חלק פון די מכתבי מזיופים, וואס דער כת ההולכים בערכאות העולמי האבן פראבאציאירט צו קענען ארויף צווינגען דאס עמי הארצישע הנהגה אויף קהל יטב לב ד'סאטמאר,
אפי' ח''ו דער רבי דער ברך משה האטט דאס יא געשריבען, איז עס זיכער געשריבען געווארן אונטער גאר צווייפלהאפטיגע אומשטענדען, ווען עס איז געווען ''והוא מחולל מפני פשעינו, און די לעצטע יארן וואס ער איז געווען בתוכינו, און עס איז געווען שברי לחות מנוחים בארון,
לאמיר גיין לאמיר ח''ו זאגען אז דער ברך משה זי''ע האט געשריבען אזא בריוו,
לאזט זיך פרעגן פארוואס ביי די אלע וואס זענען געווען סרים למשמעיתו אלע יארן מיט מס''נ, און אויסגעפאלגט אלע זיינע הוראות, איז דאס בריוו נישט מאסגעבענד,
און ביי די אלע וואס האבן געטרינקען און געצאפט דאס בלוט פון אונזער הייליגען רבי'ן דער ברך משה זי''ע, און קיינמאל נישט אריין געטרעטן בבית מדרשו, און יעדע הוראה וואס ער האט געזאגט, האבן זיי געטאן להיפך, כדי לצער אתו צדיק, און דא פליצלונג גייען זיי און פייער פאר א בריוו פונעם ברך משה?
לאמיר אנפאנגען מיטן איסור אויף די מוסדות בני יואל,
יעדער ווייסט אז עס איז אויף געשטאנען א כת און קרית יואל, וואס איר איינציגער ציל איז געווען צו באקעמפן מיט אלע מיטלן (לאו דווקא תורה'דיג) כ''ק רבינו הברך משה זי'' ע ובנו הגדול דער מרא דאתרא כ''ק רבינו רשכבה''ג שליט''א,
דער ברך משה זי''ע האט געבעטן אז די חותמים פון דעם ''פסק הלכה בריוו'', זאלן אים קימען צו דער האנט, און ארויס העלפן מיט די מלחמת מצוה קעגען די מחבלי כרם ה' צבאות, און וואס ער האט געזען און איר א חורבן הדת, לדורות, וואו מיר זען היינט, און סכנה עצימה, חרוב צו מאכן אלעס וואס דער רבי זי''ע האט אויף געבויעט מיט מס''נ, ממש,
איז געווען איינער פון די חותמים, הרב וויינבערגער פון פייע, וואס ער האט דאן מיט חוצפה געוויזען דער ריקן פארן ברך משה זי''ע, און ער האט אים געזאגט ''איך פייף אייך אן'' און ער האט בשאו''א נישט געוואלט צושטיין, ער האט גאר געשטערט מיט אלע אופנים,
עס האט פארן ברך משה אזוי ווייגעטאן, אז ער האט נישט געוואלט אריין קימען און ביהמ''ד און חוה''מ סוכות, ביז הרב וויינבערגער שפאצירט ארויס פון ביהמ''ד,
מיטאמאל היינט קימט ער ארויס מיט א ''פסק הלכה'' קעגן הגה''צ דער דומ''ץ שליט''א וואס רבינו הקוה''ט האט ממנה געווען פאר דומץ דמתא, געבויעט אויף שקר על גבי שקר, אויף א לייצנות בריוו, וואס ער אליינס גלייבט נישט אז דער ברך משה זי''ע האט דאס געשריבען,
וען נעמט מען יא אן די הוראות פון אונזער הייליגע רבי דער ברך משה זי''ע? און ווען נישט? דאס לייצנות שרייט דאך עד לב השמים,
ב) פרשת סקול דיסטריקט, עס איז ידוע אז פאר רבינו הקוה''ט דער ברך משה זי''ע איז דער הייליגער מוסד געגאנגען און לעבן,
ער האט אמאל געזאגט, אז ער האלט אז דאס איז זיין גרעסטע אויפטוה אויף דער וועלט, אז ער האט זיך געזארגט אויף די נישט געזונטע קינדערליך,
און דאן האבן זיך א פאר רבנים גדולי ישראל זיך שארף ארויס געשטעלט דערקעגען,
און דער רבי דער ברך משה זי''ע האט דאן געוואנדען ביי א טייל פון די חותמים, אז זיי זאלן זיך מצרף זיין להיתר, לטובות די צובראנע קינדער און זייערע משפחות,
איינער פון די חותמים, האט דאן געמאכט אלע קינצען שבעולם, זיך נישט מצרף זיין להיתר, טראץ דעם וואס רבינו הקוה''ט דער ברך משה זי''ע האט ארויס געגעבן זיין דירעקטע הוראה, אז עס איז מותר, און עס איז גאר א מצוה גדולה, צו שטיין צו די האנט פון די צובראכענע קראנקע קינדער,
און ווען דער חותם הרב פריעדמאן לרפ''ש האט שוין יא זיך מצרף געווען להיתר, האט ער זיכער געמאכט מפרסם צו זיין אז ער האט געפאסט א דרייערל, אלס כפרה אז ער האט געמיזט אונטערשרייבען להיתר, דער ברך משה זי''ע האט דאס אויסער געווענדליך שטארק וויי געטאן,
און מיט בלויז א פאר יאר דעראויף האט דער חותם, הרב פריעדמאן לרפ''ש (כדרכו) ארויס געגעבן א בריוו וואו ער ציט ציריק פונעם היתר, וואס דאס איז לכ''ע א שטארקע פגיעה אונעם רבי'ן דער ברך משה זי''ע, וואס אונדערצייט וואס דער חותם הרב פריעדמאן לרפ''ש, האט אפיציעל פארמאגט דאס טיטול דיין, און זיין קהלה, און לאחר מותו, גיבט ער ארויס א פסק, בניגוד המרא דאתרא, פון זיין אייגענע קהלה,
און א צווייטער חותם, הרב פילאף , (דער וואס קיקט אויפן אונטערנעט) האט גאר געזאגט דאן פאר'ן מאנטעוועדע רב ז''ל, אז ''מען האט אים גאר געצווינגען''
מיטאמאל היינט קימט ער ארויס מיט א ''פסק הלכה'' קעגן הגה''צ דער דומ''ץ שליט''א וואס רבינו הקוה''ט האט ממנה געווען פאר דומץ דמתא, געבויעט אויף שקר על גבי שקר, אויף א לייצנות בריוו, וואס ער אליינס גלייבט נישט אז דער ברך משה זי''ע האט דאס געשריבען,
וען נעמט מען יא אן די הוראות פון אונזער הייליגע רבי דער ברך משה זי''ע? און ווען נישט? דאס לייצנות שרייט דאך עד לב השמים,
ג) איז דאס פארווייטאגטע ענין פון ערכאות, בשנת תש''ן האט איינער פון די חותמים, הרב פריעדמאן לרפ''ש, אלס אַן איינצעלנער איסור והיתר דיין, מתיר געווען פאַר אַן אייגענע קהלה, בכתב ושלא ברשות בית דין, צו קלאָגן אין געריכט הרבנית הצדיקת מסאַטמאַר ע"ה און באַשולדיגען בעלה הקדוש מרן רביה"ק זי"ע אַלס פּאָלנע שווינדלער און פאַרברעכער, חס ושלום,
די זעלבע ווען דער כת ההולכים בערכאות העולמי האט אריין געגעבן א קלאגע קעגן ראשי הקהלה, בנוגע דעם בית החיים, האט דער ב''ד לעניני פאליטשע חסידות געבן א ''פסק הלכה'' אז ''מען מעג קלאגן און ערכאות של עכו''ם,'' אן קיין רשות ב''ד, וואס האט נאך נישט פאסירט מאז היתה ישראל לגו,
אזוי אויך ווען דער כת ההולכים בערכאות של עכום העולמי, האבן ביי די שווימער וואלען, ג'מסור'ט בחורים און מיידליך און קרית יואל, כדרכם, איז אלעס געגאנגען אונטער דער לאזונג דער דיין האט געהייסען, ער האט גאר געזאגט אז עס איז א מצוה,
אזוי אויך און בארא פארק, וואו איינער פון דעם ב''ד לעניני פאליטשע חסידות, הרב כ''ץ, איז גאר בכבודו ובעצמו פון די סאמע הולכי בערכאות, און די קאפ שטיק פון אלע קלאגעס קעגען מוסדותינו הק'
נא, קען מען דאך אנעמען אז דאס איז א ''בית דין'' וואס איז מיקיל בעניני ערכאות, צילוב פארשידענע היתרים, וואו, עת לעשות לה' אד''ג, החזרת עטרה ליושנה, הנהגת התורה, אדער גאר ווייל ביי ''בוגדים'' איז דער חו''מ נישט גילטיג, אד''ג, מיר זענען נישט קיין דיינים, מיר פארשטייען נישט די עמקות'דיגע נימיקים להיתר, וואס זענען בפשטות קעגן שו''ע, אבער אלעס קען זיין,
ביז!!!
עס ערשיינט א בריוו מיט גאר באמבאסטישע לשונות וואו,
"על דבר הנבלה הנוראה שנעשתה בישראל אשר יצאו הני נערים המנוערים ופּרצו גדרי עולם למעול מעל בה' לילך לערכאות של עכו"ם".
אגב פרעגט זיך א פראגע:
די וועמען זיי באַצייכענען אַלס "נערים המנוערים" זענען א קהלה קדושה, מיט טויזענטער בעה''ב יראים ושלמים, מיט צענדליגע מוראה הוראה, גדולי תורה ויראה, מיט אריבער 20 טויזענט תינוקת של בית רבן, וואָס קען מען שוין ערוואַרטן פון היינטיגען יוגנט ווען אַזעלכע וואָס רופן זיך ''דיינים'' שרייבן אויף אזא קהלה קדושה אַזעלכע ביליגע לשונות של גנאי.?
פּרצו גדרי עולם וכו' לילך לערכאות של עכו"ם"
ב) אפשר זענען די גדרי עולם שוין נפרץ געוואָרן אין די לעצטע צען יאָר? איז דען נישט דער ''פרצו גדרות של עולם, אַ דירעקטער תוצאה פון דעם גילוי פּנים בתורה שלא כהלכה פון די דיינים, וועלכע האָבן מיט עטליכע יאָר צוריק דערקלערט אַז ווען מען רופט אַ איד צו דין תורה צו אַן ערליכן אומפּאַרטייאישן בית דין, דאַרף מען נישט צו גיין?! אדרבה ואדרבה, ווער איז אחראי אויפן חילול ה', ביטול תורה, שנאת אחים ואיבוד ממון ישראל, אויב נישט די חו-תמים וואָס הקולר תלוי על צוארם נאָכן דערקלערן בתחלת המחלוקה אַז נאָר זיי אַליין קענען פּסק'נען די דין תורה.
צרות ישראל מתרבין באופן נורא ושבר על שבר יודבקו".
"ארץ געשה ורעשה ומוסדי הרים ירגזון",
געוואלד!!! מען גייט און און קארט! מען יאמערט, און ברעזשעט מיט בכיות נוראות, אויף די בזיון התורה הק' איי? טיה דיר אן דען גארטעל, און מאך א לשם יחוד, און זיי מקיים דאס וואס דער תורה הק' זאגט אז מען דארף גיין צו דין תורה,? ח''ו! דין תורה? דאס איז ביהרג ועל יעבור,! (גארנישט קיין געלעכטער)
ד) ווער גענקט דען נישט, ווען איינער פון די חותמים, האט אַמאָל פאַר-פירט אַז מען איז מחויב צו "צערייסן די טיקעטס" ווען חסידים האָבן געוואָלט פאָרן אויף אַ שבת קיין מיאַמי זיך מסתופף זיין בצלו פונעם ברך משה זי''ע, און ווען מ'האָט אַמאָל אָרגאַניזירט אַ שבת אין מיאַמי צו שטויסען דעם היליגען ברך משה זי''ע האט ער זיך אויף געהויבן מיט אלע בנים און געפארן, ער האט גארנישט געהייסען צו צורייסן די טיקעטס,
ה) ביום המר ונמהר, כ''ו ניסן, ווען כלל ישראל האט באגלייט רבינו הקוה''ט דער ברך משה זי''ע למניחתו און קרית יואל, האבן זיך רוב פון די חותמים ניטאמאל גענימען די מיה ארויס צו פארן קיין קרית יואל, אפצוגעבן דעם לעצטען כבוד פאר אונזער הייליגען' רבי'ן זי''ע, און דער רב פון די קהלה, וואו זיי דינען אלס א''ג דיינים,
נאר וואס דען מען מיז מחזיר זיין די עטרה צו יושנה, מען מיז אויספאלגען דעם רצון פונעם ברך משה זי''ע, מען מיז משעבד זיין די גוף מיט די נכסים, צום ''רצון'' פונעם ברך משה, דאס אלעס איז פשוט זיך אנצונעמען פארן כבוד פונעם ברך משה זי''ע,
ווען זיין כבוד, איז פארשוועכט געווארן, און זיין הייליג בלוט האט זיך געגאסען בראש כל חיצות, און ער האט געבעטן די הילף פון די חותמים,האבן זיי אים געשפיגען און פנים מיט חוצפה, און אויסגדרייעט זיין ריקן צו אים מיט זילזול,
ווען מען קען אבער דערלאנגען פאר סאטמאר א גוט'ס, מען קען אויס געבן די נקמה געפילען, מען קען אויס געבן די קנאה געפילען , וואס ברויזט און הארטץ קעגען דעם חשוב'ן דיין שליט''א, פאר וואס ער איז רעספעקטירט און ארויף געקיקט און דער גאנצער וועלט, אלס הגאון און פוסק,
משא''כ זיי די חותמים, זענען אראפ געקיקט און די גאנצע וועלט, צילוב וואס דער וועלט זעט אז צילוב תאוות השררה, און שנאה צו קהל יטב לב ד'סאטמאר און איר גרויסען הייליגען רבי'ן שליט''א מאנעווירט מען מיט די הייליגע תורה וואו אזוי מען וויל, און שפילען פאליטיק מיט יסודי הדת, און מאכן פון זיך אליינס דאס געשפאט און גענאר,
דאן ניצט מען דעם הייליגן ברך משה, היש לך רבן דקרו גדול כזה????
עס האָט זיך במשך השנים אַרויסגעשטעלט די וואָרהייט אַז די חותמים זענען גאָרנישט שולדיג; זיי זענען בלויז מאמת דאָס וואָס שטייט אין די הייליגע תורה "כי השוחד יעור עיני חכמים ויסלף דברי צדיקים". היינט צו טאָג איז שוין דער ביטערער פאַקט באַשטעטיגט, אַז יאָרן לאַנג האָט מען די חותמים געשטאָפּט מיט גניבה וגזילה וחילול ה' געלטער, וד''ל
.
תוקן על ידי ראפאגאש ב- 21/02/2010 20:28:03
תוקן על ידי ראפאגאש ב- 21/02/2010 20:33:34