בית פורומים אידישע געדאנק

נייע באמבע פון באג"ד: עטרת טשארנא איז נישט סקווירא גלילות!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/2/2010 20:45 לינק ישיר 
נייע באמבע פון באג"ד: עטרת טשארנא איז נישט סקווירא גלילות!!

דער גאון הדור וואס האט זיך לעצטענס באקאנט געמאכט אין די וועלט אלס דער אויסשליסלעכער פוסק אין סידור קידושין און 10 אנדערע מורה הוראות קענען אויף אים נישט חולק זיין אויב יא זענען די קינדער פסולים עפ"ל, האט פארגאנגענע וואך געשאסן א פרישע פסק

פאריגע וואך איז דער חכם געווען מסדר קידושין אין עטרת טשארנא ביי די חתונה פון בן ר' אברהם הערש קליין נ"י, אויף די פראגע פון א איד פארוואס אין סקווירא גלילות מעג יא א פרעמדער און אין קרית יואל'ע גלילות נישט, האט ער געשאסן א פסק!

דעס איז נישט סקווירא גלילות!!
 
אויף די פראגע פון יענעם איד אז וואודבארי איז א ביסעלע ווייטער פון ק"י ווי עטרת טשארנא פון סקווירא, קיין אנטווארט  

ר' געציל כ'האב פאר אייך גרויס נייעס אז אינעם אפיס פון עטרת טשארנא הענגט א טעוועלע א פסק דין פון סקווירא בי"ד אז מ'דארף אריינשרייבן אינעם כתיבה פה שיכון סקווירא ספרינג וואלי ניו יארק,

בקיצור ר' געציל איז מחולק מיט 3 בתי דינים 1) בד"ץ קהל יט"ל ווימ"ס 2) בד"ץ קהילות היראים ק"י אצינד ווער מיר געוואר אז ער איז מחולק מיט א דריטן בי"ד 3) בד"ץ דשיכון סקווירא

אבער נישט פארגעסן אינזערע קינדער זענען....



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/2/2010 22:01 לינק ישיר 

איך זע נישט דעם געברויך צו מאכן א געשפעט פון ר' געציל.

איך קען פארשטיין אז מען איז ברוגז אויף ר' געציל אז ער האט געגעבן דעם אקעי אז צוליב פאליטיק זאל מען מוציא לעז זיין אויף משפחות חשובות בישראל.
איך קען אויך פארשטיין אז מען איז ברוגז אז אדאנק אים האט מען מבזה געווען דעם גאון וצדיק דעם שארמאשער רב שליט"א און דעם הגאון הגדול ר' ארי' ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ קרית יואל.
אבער לאמיר נישט פארגעסן, אז נאך אלעם איז ער איד א תלמיד חכם מובהק, און אפילו ער האט געמוזט צוליב פארטייאישע דרוק געבן זיין פסק, איז מען נאך אלץ מחויב נזהר צו זיין בכבודו, קיין ציוניסט איז ער ב"ה נישט, און אפילו אז ער האלט איז ר' אהרן איז יא א געזונטער מענטש קומט זיך אים נאכנישט קיין בזיונות.

והוי זהיר בגחלתן.

פארשטייט אז להלכה ולמעשה דארף מען טאן יעדער איינער לויט'ן פסק פון זיינע רבנים, די אהרונים זאלן אנבאדינגט נעמען ר' אהרן'ען אדער ר' געציל'ן אזוי ווי זייער דיין האט זיי גע'פסק'ט.

די בני יואל וועלן טאן אזוי ווי זייער בי"ד האט גע'פסק'ט און די חברי הקהלה פון קהל יטב לב וועלן טאן לויטן פסק פון זייער בית דין, איש על מחנהו ואיש על דגלו.

און איין זייטיגן בענעפיט וועלן האבן די אלע וואס מאכן חתונה אין "עטרת מאיר צבי" אדער בקרוב אין די ויואל משה זאלן, אז די "וועד הפנקס" האט זיך אונטערגענומען צו אדווערטייזן זייערע קינדער פאר אומזינסט בשעת זיי וועלן ווערן 18 יאר, אז די אלע וואס זוכן זיך משדך צו זיין מיט זאליס אדער בני יואל, זאלן וויסן ווער עס האט יעצט א זון אדער א טאכטער.

אויך וועט דער וועד הפנקס זיכער מאכן אז אלע ראטישע בחורים זאלן וויסן פון די משפחות חשובות
הירש, האכהייזער, פאלקאוויטש, וואלנער, כהן, סרוגא וכו',
פונקטליך וויאזוי עס הייסן זייערע עלטערן און געשוויסטער.
און בדרך אגב איז גוט אז די אהרונישע בחורים ווערן געוואויר פון דעם גאון וצדיק דער שארמאש רב שליט"א.
און ווי נישט ווי איז דאך דא ביי זיי אויך אפען-מיינדעט בחורים וואס וועלן האבן שכל זיך נאכצופרעגן, וואס די מעלות פונעם שארמאשער רב זענען, און זיי וועלן הערן פון זייערע עלטערן אדער קרובים, אז דער שארמאש'ער רב איז א איד וואס זיצט 24 שעה א טאג על התורה ועל העבודה, און מיט זיין התמדת התורה איז ער געווען דער סימבאל אין גאנץ סאטמאר.
נאך פאר פינף צוואנציג יאר צוריק  פלעגן מגי"ש זאגן אין ישיבה, "איך פארלאנג נישט מען זאל לערנען אזוי פלייסיג ווי דער שארמאש'ער רב" אבער כאטש די סדרי הישיבה זאל מען לערנען בהתמדה.
ער פלעגט זיצן ביים טיש פון ברך משה זי"ע, מיט א קליינע גמרא אין די האנט, און נישט אנגעברענגט קיין רגע.

בקיצור, די אהרונים מאכן די ריכטיגע ארבעט מיט מפרסם זיין די שמות הצדיקים,
אבער מיר טארן זיך נישט לאזן פארנארן, אדער אריינשלעפן.
נישט ר' געציל איז דער פראבלעם פון קרית יואל, ר' געציל איז אויך א וויקטים.
ר' געציל האט אסאך עגמת נפש זיך אנגעליטן פון די חברה, ביז ער האט מחליט געווען צו זיין וואויל.
ר' געציל איז א תלמיד חכם, און מען דארף נזהר זיין בכבודו.

דאס איז מיין מיינוג. וקבל את האמת ממי שאמרו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/2/2010 22:43 לינק ישיר 

פארשטייצעך די זאגסט זייער ריכטוג,
די גמרא זאגט הוי זהיר בגחלתן שלא תכוה,
גע'ווארענט דארף מען זיין פון אזאך וואס מען האט א נסיון דערביי,
דאס גייט ארויף אויף אזא ת"ח וואס עס גליסט זיך דיר מזלזל זיין בכבודו,
זאגט די גמרא,
הוי זהיר בגחלתן, 
געדענקט שפילט אייך נישט מיט פייער, 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 22:49 לינק ישיר 

אבער איך מיין ווען ער האט די חוצפה זיך צי קריגן מיטן ברך משה ז"ל איז שוין אביסל אנדערש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 23:03 לינק ישיר 

פארשטייצעך צוויי זאכן האסטו פארגעסן,

 האסט פארגעסן פון ר אהרן אליינס ער איז אויך א גרויסער תלמוד חכם!

צווייטע זאך ס'האסט פארגעסן, כל ת"ח שאין בו דעת נבילה סרוחה טובה הימנו

קבל את האמת ממי שאמרו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/2/2010 23:37 לינק ישיר 

פאר ר' אהרן האט דער ברך משה געשריבן
ווי פאלגענד:
לבני אהרן שיחי'
היות שלמרות כל הזהרות יצאו אנשי בריתך בעצתך להתריס כנגדי והלכו בערכאות של עכו"ם במסירות ומלשינות נגד הנהלת קהלתינו הקדושה, וחיללו ש"ש ברבים ה"י והמכשלה הזאת תחת ידך בעצה ובמזימה.
ובזה הנך מועל בשליחותך שנתמנית ע"פ פקודתי לשמש ברבנות בעירינו קרית יואל הי"ו.

אויסער דעם האב איך פערזענליך געהערט פון תלמידי חכמים מובהקים אז ער טויג נישט!
און איך האב געהערט זיינע דרשות, און איך האלט אויף אים וואס איך האלט.

משא"כ אויף ר' געציל, האב איך פון קיינעם נישט געהערט אזעלכע זאכן.
איי עס שמעקט דיר נישט וואס ער האט גע'פסק'ט?
מיר שמעקט עס אויך נישט, אבער איז א נאך אלץ תלמיד חכם,
און אפילו ער טוט וואס מיר געפעלט נישט בלייבט ער נאך אלץ תלמיד חכם!

דאס איז זיין בענעפיט אז ער האט געלערנט תורה, אז אפילו ווען עס שמעקט מיר נישט פארבייס איך די ליפן...

אוודאי איז זיין פסק מיך נישט מחייב, ווייל איך בין שוין נישט א מעמבער פון זיין קהלה, און איך וועל טאן וואס ערליכע אידן הייסן, אבער גיין פערזענליך מבזה זיין א תלמיד חכם, איז א בזיון התורה!

ווער האט דיר גע'פסק'נט אז ער גייט אריין בכלל תלמיד חכם שאין בו דעת, אפילו ער איז נישט גערעכט מיט א פסק, ווערט ער נאכנישט א תלמיד חכם שאין בו דעת.

אויף דוד עקשטיין האבן די רבנים אפגע'פסק'ט אז ער האט א דין מסור! ביזסטו בארעכטיג צו רעדן,
אבער אויף א איד א תלמיד חכם ווער געט דיר רשות צו רעדן בבזיון,

אדרבא פרעגט סיי וועלכען דעת תורה, אויב מען מעג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/2/2010 23:44 לינק ישיר 

אבער איינער וואס איז מתיר א עוף טמא פאר כלל ישראל אין אסר'ט אזאך וואס פרייועט פאר מענטשן זאגט ער אז מ'מעג יא אין רעדט אזוי ברבים איז שוין עפעס .........



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 23:50 לינק ישיר 

וואלןמה
קודם כל,
אויב ווילסט דן זיין ר' געצל אזוי ווי ר"א
פארשטיי איך אז די ביסט נישט קיין קרית יואלער,
ווען יא וואלסטו געוויסט אז ר"א האט אינטער זיך דורך געווייקטע בליטיגע יארן,
און מיט איין דרשה ביי א גענעראל פארזאמלונג קען מען נאך נישט באקומען דעם זעלבן דין ווי ר"א,
זייט וויסן,
אז פאר די ווילסט מדמה זיין אפילו די שוואכסטע איד צי ר"א,
טראכט גוט אריין צי די נעמסט נישט אראפ פון די קרעדיט וואס קומט זיך פאר ר"א
ביים צי שטעלען צי זיינע מעשים ווער אימער עס זאל נישט זיין,

דעס וואס די ברענגסט די גמרא נבלה סרוחה טובה הימנו,
איך וואלט דיך געראטן, אז פאר די גייסט נאר אפשר אנרירען הייסע קוילען,
פסקן דיר נישט אליין צי דאס איז יא קוילען צי נישט
ווייל אויב עס איז יא איז בעסער די זאלסט זיין זיכער נאך פאר די כאפסט עס אן, 




תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 22/02/2010 00:02:01




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 23:56 לינק ישיר 

קענסט האבן גוטע טענות, און קענסט זיין אפילו גערעכט אויך, אבער ער איז נאך אלץ א תלמיד חכם נישט א גאסן יונג!


אפילו ווען דו ווילסט ארויס ברענגען אז דאס נישט גערעכט דארפסטו נאך אלץ רעדן מיט דרך ארץ.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 00:02 לינק ישיר 




אינעם זעלבן פסק וואס די חשוב'ע רבנים שרייבן אז רב בקי בטיב גיטין וקידושין מעג מסדר קידושין זיין אין קרית יואל
אינעם זעלבן פסק שרייבן זיי קלאר אז מען דארף זיין געווארנט נישט מבזה צו זיין תלמידי חכמים, שלא תכוה ח"ו.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 00:14 לינק ישיר 

איך זאג אייך צו ס'טוט מיר זייער וויי אזוי צו שרייבן, וואס זאל איך טון ס'טוט מיר מער וויי, ווען מ'איז ארומגעפארן ברשות הדומ"ץ מיט א טראק און טראמפייטערט חירוף וגידוף אויף שארמאשער רב ווערטער וואס דו שרייבסט נישט אויף רא"ט דא אויף היידפארק, ביי דיר איז ער טאקע דער זעלבער חשובער דיין יעצט ווי אמאל אבער ביי מיר נישט, אויב האב איך איבערגעטריבען איז סמכתי יתידותי אויף די משנה פון המבזה ת"ח

  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 00:21 לינק ישיר 

פארשטייצעך כתב:



אינעם זעלבן פסק וואס די חשוב'ע רבנים שרייבן אז רב בקי בטיב גיטין וקידושין מעג מסדר קידושין זיין אין קרית יואל
אינעם זעלבן פסק שרייבן זיי קלאר אז מען דארף זיין געווארנט נישט מבזה צו זיין תלמידי חכמים, שלא תכוה ח"ו.



יא יא און דאס טוט טאקע ר' געצל ער האט מוציא דיבה געווען און מבזה געווען גדולי תורה מיט א שרעקליכע בזיון, אויף די פאקט מען זיך נישט קריגן, ער האט געטוהן א שייגעץ שטיק און ער האט א חלק און צושפליטערן אידישע משפחות

תוקן על ידי נערמאלער ב- 22/02/2010 00:25:16




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 00:40 לינק ישיר 

[quote]

פארשטייצעך צוויי זאכן האסטו פארגעסן,

 האסט פארגעסן פון ר אהרן אליינס ער איז אויך א גרויסער תלמוד חכם!

צווייטע זאך ס'האסט פארגעסן, כל ת"ח שאין בו דעת נבילה סרוחה טובה הימנו

קבל את האמת ממי שאמרו
[/quote]

איך וויל מוחה זיין אויף צוויי זאכן דא

איינס, זייט ווען איז "ר"א" א "גרויסער" ת"ח? ער קען גוט נאכזאגן א פשעטל און דרייען מיט די פינגער אזוי ווי א גוטער כולל אינגערמאן, קיין גמרא תוספות אדער הלכה פסוקה אין שלחן ערוך וועסטו ביי אים נישט טרעפן! א נבילה טובה?.. אפשר יא..

צווייטנס וויל איך מוחה זיין נמרצות אויף די וואס זענען ליידער נכשל געווארן אין מבזה זיין הרה"ג ר' געציל שליט"א, וואס ווער נאך ווי די לאקאלע קרית יואל'ע אידן ווייסן אז ער איז דער גרעסטער רחמנות, ער איז אונטער זייערע נעגל און ציטערט פון זיי אימת מות, מ'קען הערן פון זיין דרשה ווי דאס איז ממש כאילו כפאו שד, מיט אזעלכע פארווע לשונות אבי געזאגט.

ער איז א גרויסער ת"ח, און אפילו ער האט געטון זאכן וואס מיר האלטן נישט פאר ריכטיג, דארף מען ווייטער זיין נזהר בכבודו, און מיר קענען נאר מתפלל זיין ער זאל זיך ארויסראטעווען פון זייערע נעגל בשלום.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 01:05 לינק ישיר 

וואלןמה

איך האב נישט געשריבן אז ער איז דער זעלבער חשוב'ער דיין ווי אמאל, און ס'איז טאקע ארויסגעקומען פון אים א מכשול, אז דורך זיין דרשה האבן די אהרונים געשפירט אז זיי האבן די רעכט מבזה צו זיין דעם גאון וצדיק דער שארמאשער רב.

וואס איך האב יא געזאגט איז, אז למעשה איז ער א גרויסער תלמיד חכם, און מען דארף נאך אלץ נזהר זיין בכבודו, אפילו אפילו אפילו אפילו אפילו.

למעשה קען מען זאגן, אז ווען נישט אים וואלטן אפשר די אהרונים אסאך מער אראפגעגליטש. און  אזוי ווי KJ האט געשריבן, אפשר וועט ער נאך אמאל האבן די זכיה פון דארט זיך ארויסצודערזען, אזוי ווי פילע טויזנטער אנדערע, 

אויך האט מען געזען זיינע בכיות ווען ער האט מספיד געווען זיין רבי'ן דעם מאנטעווידעא'ער רב זצ"ל, וואס ער האט אויף אים געזאגט מורא'דיגע זאכן, און דער מאנטעווידעא'ער רב זצ"ל האט דער קלאר גע'פסק'נט אז מען מעג מסדר קידושין זיין אין קרית יואל.
נאר וואס דען מיט אלע קשיות אינאיינעם דארף מען נאך אלץ נזהר זיין בכבודו.

עס קען זיין אז ער ווייסט זאכן וואס מיר ווייסן נישט, אפשר האט ער צוטריט צו ר' אהרנס מעדיקל רעקארדס, און די דאקטוירים זאגן אז ס'איז א שאלה פון פיקוח נפש אויב ער זאל נישט רעדן.

מען דארף אים דן זיין לכף זכות.

ווען מען טרעפט אין חז"ל אז מען דארף מלמד זכות זיין אויף א תלמיד חכם, אויף וועמען איז עס געזאגט געווארן אויב נישט אויף הרה"ג ר' געציל שליט"א?

און די וואס עס טוט וויי אז מען איז מבזה דעם גאון וצדיק משארמאש שליט"א, איז דא גענוג וועגן וויאזוי זיך אנצונעמען פאר כבוד התורה.
א) די ערשטע זאך אים מכבד צו זיין מיט סידור קידושין, און טאקע אינעם נייעם זאל!
ב) עס קומט יעצט דער יום טוב פורים, מאכט זיכער אריינצוטראגן א שיינעם משלוח מנות, מיט א מתנה הגונה בצדה.

בקיצור נישט מיט מבזה זיין ר' געציל וועט מען זיך אננעמען אויפן כבוד התורה פון שארמאש'ער רב,
אזוי איז מיין מיינונג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 01:25 לינק ישיר 

בקיצור ר' געצל האט א רעכט צו נעמען א דירעקטע חלק אין טעראריזעם און צושפליטערן משפחות (הער אויס פונקטליך זיין דרשה) און ער טוט נישט גארנישט דאס צו מתקן זיין (עכ"פ אנרופן פריוואט די קרובים אז זיי זאלן גיין צו די חתונות) דערווייל טוט ער דאס פארקערטע

מאמע'ס און כלות וויינען וועגן ר' געצל אבער.... חלילה נישט צו רעדן....




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 01:45 לינק ישיר 

יא צו זיין א איד איז אמאל שווער.


קענסט ווערן א אהרוני וועסטו מעגן מבזה ומשפיל זיין מיט די גרעסטע ליצנות יעדן תלמיד חכם וגדול בתורה וואס שמעקט נישט פאר'ן רא"ט, וועסט קענען פארשפארן בתי מדרשים און מבזה זיין נפטרים פון דיינע שונאים, און ארומפארן מיט טראקס קעגן א רב וואס פסק'נט נישט לויט דיין גיסטע.

אבער אזוי ווי דו ביזסט ב"ה נישט א אהרוני, דארפסט האלטן די תורה אפילו עס קומט אן שווער.

ובכלל גלייב איך נישט אז ר' געציל האט חלילה הנאה אז מען טעראריזירט אידן וואס פאלגן אנדערע רבנים, און אפילו ער האט זיך אמאל שארף אויסגעדרוקט און דאס האט גורם געווען עגמת נפש פאר אנדערע אידן איז עס מסתמא געקומען מחמת פארשידענע סיבות, אזוי ווי עס האט זיך געמאכט אויך ביי אנדערע ערליכע אידן אז זיי האבן שארף אויסגעדרוקט בשעת כעסם.

און פאר די כלות וואס דו זאגסט אז זיי וויינען און בעטן, זאל דער אויבערשטער העלפן אז אין דעם זכות וואס זיי זענען מקדש שם שמים, און זיי פאלגן אויס דעם פסק פון גדולי ישראל, כאטש עס קומט זיי אן שווער, זאלן זיי זוכה זיין אויפצושטעלן ערליכע אידישע דורות און האבן פון כל טוב וטוב.

און מיט'ן אויבערשטנס הילף וועלן זיי נאך אסאך לאכן, ווען זיי וועלן זען במשך די קומענדיגע יארן הונדערטער אידישע קינדער מאכן חתונה כדת וכדין, דורך די מרא דאתרא'ס פון זייערע אייגענע קהלות, און זיי דארפן זיך נישט שלעפן קיין מאנסי אדער וויליאמסבורג, און דערצו וועלן זיי קענען שפארן אסאך אידיש געלט, דאס אלעס וועט פאררעכנט ווערן פאר זייער זכות.

אבער א תלמיד חכם, אפילו ער האט געטאן א עוולה, טאר מען אים נאך אלץ נישט מבזה זיין.

איך זאג נישט אז דו דארפסט אים פרעגן שאלות, אדער זיך פארלאזן אויף זיין פסק, אדער אויף זיין הכשר, 
אבער אים פערזענליך מבזה זיין, דאס טאר מען לכאורה נישט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > נייע באמבע פון באג"ד: עטרת טשארנא איז נישט סקווירא גלילות!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext