|
|
| נשלח ב-22/2/2010 03:11 |
|
| |
הוספה: ג) נאך א זאך וואס מען דארף טאן צו דער זאך, נעמען חתימות פון נאך רבנים קעגן די אומדערהערט חוצפה פון מוציא לעז זיין אויף משפחות חשובות בישראל. עס איז נישט קיין ספק אז איינס פון די הויפט סיבות אז דער סאטמאר'ער בית דין איז ארויסגעקומען לטובת סידור קידושין אין קרית יואל, איז געווען די אטאקעס קעגן די משפחות חשובות, און מען דארף זען אז מי שהיכולת בידו, זאל משפיע זיין אויף נאך און נאך רבנים, זאלן זיך אננעמען לטובת די משפחות. קוקט וואס די רבנים שרייבן: 
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 06:33 |
|
| |
עס שטייט און די תורה ווען אידן זענען ארויס און מלחמת מצוה, ונתן לך רחמים,
שטייט און די מפרשים אז מען גייט און מלחמת מצוה דארף מען דאך הארגענן מענטשען
קען דאך דער מענטש באקומען א נטיה צי רציחה האט דער אייברשטער געגעבן א עקסטערע הבטחה
ונתן לך רחמים ער וועט ציריק געבן די רחמנות אינעם מענטש נאכדעם וואס איז געווארן געשעדיגט
דורך די מעשה רציחה בשעת די מלחמת מצוה,
די זעלבע דא אויב זענן מיר איבערצייגט אויף 100% ווער ר"א איז,
פון זיינע מעשים טובים פון אלע יארן,
היסטוריע פון זיך אויפפירן ניטאמאל ווי א געמיינע איד,
פארדעם ווערט נאך נישט פון א דיין וואס האט געזאגט א דרשה זניטאג נאכט ביז מאנטאג נאכט א פלענער....... איך וויל נישט נאך זאגן וואס,
טאמיר וואלט ר"א די אלע פאלאפענע יארן געטון נאר אזא עבירה און נאר איינמאל ווי וואס מהרג"ב האט יעצט געטון,
וואלטן מיר אויך נישט געקענט און געהאט רעכט מבזה צי זיין,
געדענקט גוט ר"א האט געארבעט 20 יאר מיט צואה רותחת אז ער איז ווערט מיר זאלן עם בהאנדלן ווי עס פאסט,
און דאס ווילט איר אוועק געבן פאר מהרג"ב פאר איין דרשה?
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 22/02/2010 06:35:51
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 17:06 |
|
| |
איך האב שוין איינמאל געפרעגט, פארוואס זענען די גחלים פון שארמאשער רב נישט אזוי הייס ווי דעם באג"ד'ס גחלים ?
דער באג"ד ווייסט פינקט ווי אונז אלע פונעם טראק וואס האט טראמפייטערט חירוף וגידוף אויף שארמאשער רב ברשות הדומ"ץ שליט"א, דערווייל האט ער נאכנישט גענומען די מיה צו שיקן א מעסעדש אז דע דברי בזיון איז געווען אן זיין ידועה וכדו' ס'דא אסאך תתירוצים וואס מ'קען זאגן, אז ער קימערט זיך נישט מיט שארמאשער רב'ס כבוד דארפן מיר קיינער נישט זיין פרומער פון אים. שארמאשער רב האט קיינמאל נישט אטאקירט ר' געציל'ן, מיטן סידור קידושין ווייסט ר' געציל אז שארמאשער רב האט על מי לסמוך און ער איז קיין מרבה פסולים, ס'איז אייביג געווען חילוקי דיעות זייט מתן תורה זה אוסר וזה מתיר זה בונה וזה סותר, אויב מיז ער זיין שטיל ווען מ'איז מבזה שארמאשער רב ווייל ער איז איינגעשטעלט אין קיט"ל קען איך אים גארנישט העלפן, איך בין אין ערגעץ נישט איינגעשטעלט און איך קען נאר זאגן אויף וואס איך זעה
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 17:43 |
|
| |
מיר האבן מורה פון גחלים סיי פון שארמאשע רב און סיי פון מהרג"ב די זעלבע קרייז וואס נעמט זיך אן יעצט אויף שארמאשע רב'ס כבוד נעמט זיך אויך אן אויפן בזיון ת"ח פון מהרג"ב, ווייל בזיון ת"ח פון וואס חז"ל רעדן האט נישט קיין שייכת צי עס געפעלט מיר אדער נישט, נישט זאלסט מיר יעצט איבער פרעגן די נערישע שאלה וואס איך האב שוין גענטפערט אז ר"א איז אויך א ת"ח, און נניח וואס די גמרא זאגט נבילה סריחה טובה הימנו שטייט נישט און ערגעץ אז דאס קילט אפ די גחלים,
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 17:47 |
|
| |
רשכבהגולם די מאכסט איין טעות קיינער איז נישט מבזה ר' געצל , מען זאגט פשוט איבער זיינע מעשים וואס ער טוט און זיינע ווערטער וואס ער זאגט און דאס רעדט פאר זיך, קיינער איז זיך נישט מבזה נאר ער אליין
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 17:47 |
|
| |
| וואלןמה כתב: |  |
אז ער קימערט זיך נישט מיט שארמאשער רב'ס כבוד דארפן מיר קיינער נישט זיין פרומער פון אים.
דאס שטייט און די ארונישע תורה נישט און אינזער
אויב מיז ער זיין שטיל ווען מ'איז מבזה שארמאשער רב ווייל ער איז איינגעשטעלט אין קיט"ל קען איך אים גארנישט העלפן, איך בין אין ערגעץ נישט איינגעשטעלט און איך קען נאר זאגן אויף וואס איך זעה
דאס שטייט און די ארונישע תורה נישט און אינזער
|
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 17:50 |
|
| |
| נערמאלער כתב: |  | רשכבהגולם די מאכסט איין טעות קיינער איז נישט מבזה ר' געצל , מען זאגט פשוט איבער זיינע מעשים וואס ער טוט און זיינע ווערטער וואס ער זאגט און דאס רעדט פאר זיך, קיינער איז זיך נישט מבזה נאר ער אליין |
|
עס זעט נישט אויס פון דיינע ווערטער אז די ווייסט וואס גחלים מיינט,
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 22/02/2010 17:52:59
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 17:54 |
|
| |
רשכבהגולם אפשר קענסט מיך מסביר זיין פארוואס ווען מען זאגט איבער וואס איינער האט גערעדט "ברבים" און געטוהן "ברבים" הייסט דאס מבזה געווען
דא האט נישט מער ווי איבערגעזאגט זאכן וואס יעדער ווייסט ממילא, זאכן וואס ר' געצל טוט וואס דאס ברענגט אים די גרעסטע בזיון
ר' געצל כבודו במקומו מונחאיז א גאון און תלמיד חכם מופלג און חוץ די פארטיי זאכן איז ער אן ערליכע איד אבער דא איז ליידער געווען אזוי אז די תלמידי חכמים אליין היטן נישט אויף זייער כבוד ואם אין אני לי מי לי
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 18:23 |
|
| |
רשכבהג איך זעה ווילאנג איך וועל נישט ברענגן דעם מהר"ל מיט זיינע לשונות אויף א מרנן, וועט מען נישט פערטיג ווערן מיט דיר, ר' געציל איז א ריזיגע ת"ח איך צו גראדע צוריק פון מיין אויסדרוק נבילה סרוחה, מיין כוונה איז מער געווען אויף די ערשטע חלק פון דעם מאמר ווי די צווייטע, אבער וויפל איך זיך א לימוד זכות אויף זיין יעצטיגע צוגאנג קען איך נישט טרעפן, נישט אין צוטיילן משפחות, שנאת חינם, הוצאת לעז, בזיון ת"ח, אדרבה אפשר העלפסטו מיר ארויס און אזוי חס זיין אויף זיין כבוד נישט סתם איבערקייען יעדעס מאל גחלים גחלים, דו טיסט אן א שרעקעדיגע מאסק, טו אויס דע מאסק און הייב אים אן מלמד זכות זיין אחת אחת אזוי וועסטו מער אויפטוען לטובתו, און איך וועל מקבל זיין
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 18:33 |
|
| |
| וואלןמה כתב: |  | וויפל איך זיך א לימוד זכות אויף זיין יעצטיגע צוגאנג קען איך נישט טרעפן, נישט אין צוטיילן משפחות, שנאת חינם, הוצאת לעז, בזיון ת"ח, |
|
יגעתי ומצאתי:

|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 19:12 |
|
| |
פארוואס ברעגסטו דע הייליגע בריוו דא סאיז דאך אינגאנצן נישט פין אינזער ענין
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 19:48 |
|
| |
לשיטת ר' געציל וואס ער בויט זיין גאנצע פסק אויף א מה מצינו מיט דעם בריוו, דאן דארף דער הייליגער דברי חיים מיטן יטב לב מיטן מהר"ם שי"ק תשובה טון פארן עובר זיין אויף דעם פסק.
(אנטשולדיגט פאר מיין שפראך דאס איז אן ענה כסיל כאוולתו)
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 20:10 |
|
| |
מ'דארף אנמערקן אויף וואס דע מה מצינו איז געבויט,
1) דארט רעדט אויך מען ווען דער מסדר איז א מורה הוראה יודע בטיב גיטין וקדושין 2) דארט רעדט מען ביי קהילות נפרדות וואס האבן אייגענע מורי הוראה מקוה, שחיטה, 3) דארט רעדט מען ווען די חופה איז געווען אינגאנצן אינדרויסען אין א אנדערע שטאט הנקרא גלילות בלע"ז 4) דארט רעדט מען ווען דער מרא דאתרא איז נתמנה געווארן בתורת יורש אנדערש וואלט ר' געציל נישט געקענט מאכן דעם גזירה שוה
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 20:15 |
|
| |
| סעננדר כתב: |  | מ'דארף אנמערקן אויף וואס דע מה מצינו איז געבויט,
1) דארט רעדט אויך מען ווען דער מסדר איז א מורה הוראה יודע בטיב גיטין וקדושין 2) דארט רעדט מען ביי קהילות נפרדות וואס האבן אייגענע מורי הוראה מקוה, שחיטה, 3) דארט רעדט מען ווען די חופה איז געווען אינגאנצן אינדרויסען אין א אנדערע שטאט הנקרא גלילות בלע"ז 4) דארט רעדט מען ווען דער מרא דאתרא איז נתמנה געווארן בתורת יורש אנדערש וואלט ר' געציל נישט געקענט מאכן דעם גזירה שוה
|
|
סענדר'ל, יעצט האסטו פאר'הרג'ט די גאנצע זאך! ווייל יעצט זעט יעדער אז עטס האטס נישט קיין זאל אין קרית יואל!
וואס האסטו דא געטון?!?!?!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 20:16 |
|
| |
זעסטו דאס מיין איך טאקע צו נוצן אויף ר' געציל דעם פסוק "ענה כסיל כאוולתו" איז נישט דרך ארץ'דיג!
דאס מיינט נישט אז דו מעגסט נישט אפענטפערן דעם בריוו. און דער אמת איז דער בריוו קומט בכלל נישט אהער, ווייל דער רבי רעדט נישט דארט פון א אפגעטיילטע קהלה וואס האט רבנים וועלכע זענען מסדר קידושין, וואס דאס איז דאך געווען אין צענדליגער שטעטלעך אינדערהיים, און טאקע אין קלויזנבורג ווי מען האט זיך אפגעטיילט פון דעם גלאסנער האבן די גרעסטע גדולי ישראל געשטיצט די קהל ספרדים, און געגעבן רשות מסדר קידושין צו זיין כאטש גלאסנער האט געשריגן אז ער איז מרא דאתרא, און קען אפילו זיין אז ער האט געמאכט א פנקס.
עס איז אמת אז פון ר' געציל איז ארויסגעקומען א גרויסער מכשול, וויבאלד ער האט זיך צוזאמען געפארט מיט די אהרונים און זיי נוצן זיינע ווערטער אויף מוציא לעז זיין אויף משפחות חשובות, און שפיכות דמים. כאטש ר' געציל אליין מאכט נישט קיין פאני קאלס און טעראר האט ער געגעבן די בחורים די רעכט מיט זיינע פסקים. אבער איך בין זיכער אז דאס איז נישט זיין רצון.
אז דו ווילסט נישט עסן פון זיין הכשר, נאך דעם שרעקליכן קאטשקע סקאנדאל, ווייל מען קען זיך נישט אויף אים פארלאזן, צו ווייל ער איז נישט דער פאסיגער מענטש פאר הכשרים, צו ווייל מאיר הירש איז בעל הבית אויף אים און ער מוז פאלגן וואס מען הייסט אים. דאס פארשטיי איך אויך, אבער אז דו זאלסט אים פערזענליך מבזה זיין, דאס שוין נישט, ווייל ער איז פארט א תלמיד חכם, און מען דארף נזהר זיין בכבודו, מיטן גאנצן ווייטאג וואס מען האט אויף אים.
קענסט שרייבן אויף די "נושא" וואס דו האלטס, און וואס דער דעת תורה איז, אבער שרייב נישט אויף דעם "מענטש" שלא בכבוד.
 |
|
|
|
|
|