און כ'האב הנאה געהאט צו הערן אז ער ברענגט ארויס די זעלבע נקודה וואס איך האב דא געשריבן,
ער ברענגט ארויס אז ווען ס'איז דא מחלוקות איז "זה פוסל דיינו של זה וזה פוסל דיינו של זה"
יעדער איינער פסל'ט דעם צווייטנס דיינים.
אז מען דארף זייער געווארנט זיין נישט פערזענליך מבזה צו זיין קיין תלמידי חכמים,
דו קענסט שרייבן דיין מיינונג איבער די נושא, קענסט שרייבן פארוואס יענעמס "מהלך" איז נישט ריכטיג, אבער נישט "פערזענליך" קעגן דעם תלמיד חכם!
זאגט ער ווייטער: יעדער דארף פאלגען זיינע דיינים און זיינע רבנים, אבער נישט מבזה זיין יענעם "פערזענליך", דאס איז א בזיון התורה.