פאריגע וואך האט כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א געהאט א מיטונג מיט די הנהלת העדה, ווי ער האט מיט ווייטונג ארויסגעברענגט אז די הולכי לבג"ץ די זאליס פייפן זיך אריין אין אים, און מאכן מיט אים פורים, נאכן ארבעטן אזוי ביטער שווער צוזאם שטעלן די בי"ד 5 רבנים מיט די שלישים ובראשם רבי נפתלי פרענקל שליט"א, און דערוויייל איז שוין דורך 8 וואכן דערפון אין די זאליס האלטן נישט ביים אונטער שרייבן.
ער האט געזאגט מיט צער אז די שרעקליכע חילול ה' והרמת יד מיט די הליכה לבג"ץ וואס די זאליס האלטן אן, לאזט אים נישט מנוחה, און דאס איז די הויפט זאך וואס שטייט אים על הפרק.
דעריבער האט ער איבערגעבען זיין באשלוס פאר די הנהלת העדה אז ער גיט צייט פאר די זאליס ביז היינט זינטאג תצוה אז זייי זאלן אונטער שרייבען די שטרי בירורין צעטיל וואס ער האט צוזאם געשטעלט, און טאמער נישט האט ער נישט קיין ברירה און ער וועט ארויס קומען היינט זינטאג מיט גאר א שארפע פסק ומחאה קעגן די זאליס אויף זייער מסרב זיין לדין, והליכה לבג"ץ, ער האט אויך געזאגט אז ער האט שוין די פולע הסכמה פון אלע חברי הבדי"ץ און זיי וועלען אויך אונטער שרייבען די פסק ומחאה.
די הנהלת העדה האט געפרעגט צו די שמועות אז רז"ל האט געקענסעלט צו קומען קיין ירושלים איז צוליב דעם וואס דער גאב"ד האט געווארענט אז קודם דארף מען אונטער שרייבען שטרי בירורין.
מרן הגאב"ד שליט"א האט באשטעטיגט פאר די הנהלת העדה אז ער האט פרעזנדליך געזאגט פאר ר' חיים הערש אז ער זאל איבער געבען פאר זיין טאטען רז"ל אז ער האט נישט וואס צו קומען קיין א"י פאר ער שרייבט אונטער שטרי בירורין, ווייל ער גייט אים נישט אויפנעמען, און ער וועט נישט לאזן אז קיינער פון די חברי הבדי"צ זאל אים אויפנעמען, און די עדה וועט אים נישט מאכן קיין שום קבלת פנים, און מרן גאב"ד שליט"א האט אויסגעפירט אז מען האט אים אויסגעשפילט אז מען האט געקענסעלט די נסיעה כדי נישט אונטער שרייבן שטרי בירורין, ממילא האט ער נישט קיין ברירה און ער גיט דעם דעיד ליין ביז זינטאג תצוה.
פאריגע וואך מיטוואך האט כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א ענדליך געכאפט רז"ל, ווי ער האט אים גאר שארף געזאגט אז ער וויל שוין פון גארנישט הערן, און ביז זינטאג אז די זאליס שרייבן נישט אונטער די שטרי בירורין וואס ער האט פאר געשריבען, דעמאלס וועט ער ארויס קומען מיט זייער א שארפע פסק ומחאה גדולה קעגן אים פרעזענדליך און זיין גאנצע בארד וואס קלאגט אין בג"ץ.
רז"ל האט זיך פרובירט ארויס צו דרייען, אז קודם זאלן די אהרונים אריין לאזן דעם מסור וואלערשטיין אין די מוסדות און נאכדעם וועט ער אונטער שרייבען, אבער דער גאב"ד שליט"א האט זיך נישט געלאזט אין אים שארף געזאגט אז עס איז מער נישט דא קיין שום תנאים, אז ביז זינטאג איז נישט דא קיין חתימה אויף שטרי בירורין, וועט ער ארויס קומען גאר שארף, וואס וועט אים זייער נישט שמעקן!
איצט קומט די נייעס
אז ענדליך ענדליך איז געשעהן די לאנג ערווארטע
נישט צום גלויבען!!!
די זאליס האבן בעל כרחך בלית ברירה נישט קענעדיג אויסהאלטען די פרעשור פון כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א און די רבני בני ברק שליט"א האבן די זאליס ענדליך אונטער געשריבען
שטרי בירורין!!!!!
אז זיי גייען זיך שטעלען צו דין תורה און ארויס גיין פונעם
טמא'נעם בג"ץ!!!
די זאליס האבן געמאלדען פאר כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א איצט פארנאכטס, אז זיי האבן שוין אונטער געשריבען די שטרי בירורין און זיי גייען עס אריבער שיקן צו אים.
מיין מיינונג איז אז דאס איז א קייט אינעם שפיל, זיי האבן קודם געמיזט אז דער גאב"ד שליט"א זאל פון סיי אראפ קריכען, צו זיי האבן אונטער געשריבען אנדערע שטרי בירורין, צו נישט די מענטשן וואס דארפן אונטער שרייבען האבן אונטער געשריבען, צו געלייגט תנאים, קודם וואלערשטיין אריין וכו'. וועלען מיר ווען עס וועט זיין.
האלט געשפאנט!!
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 22/02/2010 03:56:53
נשלח ב-22/2/2010 18:43
פון וואס איך האב געהערט איז די מעשה פונקט פארקערט, דער גאב"ד האט געלאזט וויסן פאר די אהרוינם אז היות די זאליס האבן שוין אינטערגעשריבן פאר אכט וואכן צוריק איז מער נישט געבליבן צייט פאר שלעפעריי און געווארנט די אהרוינים אז אויב הערן זיי נישט אויף מיט די לצנות פון אינטערשרייבן פאלשע שטרי ברורין און שרייבן תיכף אינטער די עדה'ס שטרי ברורין וועט ער ארויסגיין קעגן זיי בכתב!
נשלח ב-22/2/2010 19:32
נפל כ'האב פארשטאנען אז די גייט זיין די ערשטע תגובה וועט מ'גייט ענק צווינגן צו ש''ב גייען ענק שרייען אז די סאטמארע האנבען גאר נישט געוואלט אינטערשרייבן אין ענק האבען אייביג געוואלט. (גייטס עס אליין האבען געהערט פין דיין שוואגער וועלכע איז א... ביי הגאון הרב וואזענער אין אויך ביי גאב''ד ירושלים) פינקט ווי אין ב''פ
(איי די בריוו פין אלע די בני ברק'ער רבנים מיט הגאון בעל שבט הלוי אין גאב''ד ירושלים...... ביי די בג''ץ איי די בריוו פין טארטיקאווער בי''ד אין די ווערטער פינעם שופט, ביי די ערכעות אין ב''פ) פאר דיינע קעלבעך קענסטו אלעס פארקויפן...
איך געדענק נאך ווען דער איד האט אריינגעלייגט א קאפי ווי סאטמאר אפעלירט די אורטייל פין די הולכים בערכעות הציוני אין איר האט געשריבן ''דא קען מען זעהן ווי די ארונים קלאגען אין ערכעות'', ווייל ווי געזאגט: פאר דיינע קעלבעך קענסטו אלעס פארקויפן....
נשלח ב-22/2/2010 19:34
נפל די רעדסט מן הסתם פון גאב"ד טאהש...
וואס דיין שוואגערס עלטער זיידע קאזענס יונגעל דער שוחט פאלאק פון קאהנ'ס בוטשער האט דיר פארציילט...
גראדע האב איך איינגעפרעמט דיינע ווערטער עס וועט מיר צו ניץ קומען.
נשלח ב-22/2/2010 20:05
פשיהא! דאס איז נישט קיין טעגליכע נייעס. די זאלי'ס זאלן זיך שטעלן צום דין תורה? דאס איז א זאך וואס מ'הערט איינמאל אין 10 יאר נאכן שיקן צענדליגער הזמנות.
ער וואלט געקענט אינטערשרייבן שוין עטליכע חדשים צוריק און ליידן אבסל ווייניגער בזיונות פון די רבנים הגאונים שליט"א חברי הבד"ץ אין ירושלים עיה"ק.
זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו!!
נשלח ב-22/2/2010 23:37
ברעקונג!!!
מיט שאק איז אויפגענומען געווארן אז די זאליס האבן ענדליך נעכטן געשיקט זייער
פורים ליצנות שטרי בירורין
כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א ובית דינו זענען אין שאק, איבער די ביליגע ליצנות און פורים וואס די זאליס האבן געמאכט, נאך אזוי פיל שווערע ארבעט אפצושטעלען די חילול שם שמים ותביעה בבג"ץ פון די זאליס!!!
מרן גאב"ד ירושלים שליט"א האט היינט געזאגט פאר חבר הבדי"צ הגאון רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א אז זייט ער איז געווארן גאב"ד האט קיינער נישט אזוי ליצנות געמאכט פון אים ווי די זאליס!!
1) די זאליס האבן געמעקט פון די שטרי בירורין וואס מרן הגאב"ד שליט"א ובית דינו, ועמם די רבני בני ברק שליט"א האבן פארגעשטעלט די עיקר וואס די זאליס האבן געמעקט איז יעדע זאך וואס בינדט די שטרי בירורין ליגאל אויך!!!
האבן זיי אלעס אויסגעמעקט!!!
פארוואס?
ווייל זיי ווילן ליגאל קלאר שטעלן אז מען קען זיצן ביי די דין תורה, און נאך יארן וכו' וויפיל די דין תורה וועט נעמען, נאכן פסק וועט מען האלטען ביי א!!
ווייל עס האט נישט קיין שום ליגאלע תוקף און דעמאלס וועלן די זאליס נאכמאל גיין אינעם טמא'נעם בג"ץ!!