| נשלח ב-22/2/2010 05:18 |
|
| |
ברעקינג: וויענע רב שארפע דברי מחאה קעגן "דער איד"
היינט ביי די דרשה פון ז' אדר האט דער וויענער רב שליט"א מוחה געווען זייער שארף קעגן דעם שונד בלעטל "דער איד" וועלכע שרייבט - ווי יעדן באקאנט - זייער שמוציגע ארטיקלען קעגן כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר פערזענדליך, אויף א שרעקליך גרויליגן פארנעם, וואס פארעקלט יעדן רעכטדענקיגן מענטש. פרטים יבואו
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 05:21 |
|
| |
צווישן זיינע ווערטער האט ער אויסגעשריגן ווי פאלגנד:
מבזה צו זיין א תלמוד חכם א 'מנהיג עדה' איז א "אומדערהערטע זאך", און מוז אפגעשטעלט ווערן!
איך ווייס אז ס'איז דא תלמידי חכמים אין יענע לאגער, פארוואס זענען זיי שטיל??!!
תוקן על ידי fiveboro ב- 22/02/2010 05:38:36
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 05:35 |
|
| |
ער האט גערעדט פון די בלאט, חכם!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 05:36 |
|
| |
אה כ'כאפט יעצט, ס'קען נישט זיין, נישטא קיין תלמידי חכם ביי ענק...סארי מוז זיין געמיינט די זאלי'ס
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 05:38 |
|
| |
איך האב דען געזאגט אז ער האט געמיינט דער איד?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 05:43 |
|
| |
נאופ, נישט געזאגט, טעות פון מיר, האסט געזאגט דער איד, און כ'האב געמיינט אז די מיינסט דער איד.
| FiveBoro כתב: |  | היינט ביי די דרשה פון ז' אדר האט דער וויענער רב שליט"א מוחה געווען זייער שארף קעגן דעם שונד בלעטל "דער איד" וועלכע שרייבט - ווי יעדן באקאנט - זייער שמוציגע ארטיקלען קעגן כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר פערזענדליך, אויף א שרעקליך גרויליגן פארנעם, וואס פארעקלט יעדן רעכטדענקיגן מענטש. פרטים יבואו
|
|
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 05:43 |
|
| |
ווער איז דער כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר עני וועי?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 05:50 |
|
| |
יא! דער ווינער רבי איז יעצט אויפגעשטאנען פון חוני המעגל'ס שלאף, דער טראנסלאווישא'ר בלאט איז שוין אפען 10 יאר, יעדע וואך איז ווערט געווען א קריעה פאר בזיון ת''ח!
אבער ווינא רב: נעוער טו לעיט!, בעטער לעיט דען נעווער! און א יישר כח פאר'ן זיך אננעמען פאר'ן כבוד פון אונזער רבי'ן דער ברך משה וואס זיין בלוט גיסט זיך שוין אין געלן בלאט 10 יאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 05:55 |
|
| |
| סאטמארפלעק כתב: |  | נאופ, נישט געזאגט, טעות פון מיר, האסט געזאגט דער איד, און כ'האב געמיינט אז די מיינסט דער איד.
היינט ביי די דרשה פון ז' אדר האט דער וויענער רב שליט"א מוחה געווען זייער שארף קעגן דעם שונד בלעטל "דער איד" וועלכע שרייבט - ווי יעדן באקאנט - זייער שמוציגע ארטיקלען קעגן כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר פערזענדליך, אויף א שרעקליך גרויליגן פארנעם, וואס פארעקלט יעדן רעכטדענקיגן מענטש. פרטים יבואו
|
|
כ'האב פשוט געוואלט זעהן צו אמאל כאפסטו יא וואס מ'רעדט און וועמען מען מיינט. ווי האט מיין רבי אין חדר געזאגט: אז דו פארשטייסט יא..?!...
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 06:01 |
|
| |
די ווינא באהערדע זאגן אז די קינדישע קאמפיין פון ארויסלייגן די נעמען וואס האבן חתונה געמאכט אין די נייע זאל האט זיי געמאכט ''פיסט-אף''
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 06:10 |
|
| |
| FiveBoro כתב: |  | כ'האב פשוט געוואלט זעהן צו אמאל כאפסטו יא וואס מ'רעדט און וועמען מען מיינט. ווי האט מיין רבי אין חדר געזאגט: אז דו פארשטייסט יא..?!...
|
|
פינעפער, לייגסט מיך אויף א פארהער? כ'בין נישט דער ריכטיגער פערזאן, כ'כאפ זייער שטייט, האסט נישט געזען ווי שטייט ס'האט מיר גענומען צו כאפן אזא פשוטע זאך ווי אז "די אהרונים האבן נישט קיין תלמידי חכמים"?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 06:26 |
|
| |
נישט אלעמאל ברויך מען אריינמישען די סאטמארע פאליטיק: דער הייליגער ווינער רב האט געמיינט דעם "יתד נאמן" וואס האט געהאקט אויף א מנהיג העדה, דער משיח ה' כ"ק אדונינו ורבינו מלך המשיח לעולם ועד שליט"א, אין די תלמידי חכמים וואס זענען דארט דא, האט ער געמיינט צוזאגן הגאון הגדול קדוש עליון הרב שטיימאן, אוזוי אויך הגאון האדיר שכל רז לא אניס ליה חכם דיהודאי הרב קנייבסקי, פארוואס זיי זענן נישט מוחה קעגן דעם בזיון התורה פאר א מנהיג העדה.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 06:39 |
|
| |
לויט ווי איך האב פארשטענען די דרשה פון רב שליט"א האט ער געמיינט דאס ווי די צייטונגען שרייבן אויף א גרויסן רב א תלמיד חכם גדול, אז ער האט געזעהן אדער גאר מפקיד געווען אין שיפלאד א היתר פאר א אידישע קהלה צו גיין בערכאות של עכו"ם, דאס איז א געוואלדיגע בזיון תלמידי חכמים און ליידער א גרויס חורבן פאר'ן דור,
און ער האט דאס געזאגט מיט גרויס ווייטאג, און האט דאס זייער ערנסט געמיינט,
איך קען נישט פארשטיין ווי עס קומען דא לצים און מאכן דערפון ליצנות פון זייער פאליטיק,
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 06:40 |
|
| |
אה, כאניש געכאפט... (שוואכע קאפ).
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 06:54 |
|
| |
ווינער רב האט שוין און שופלאד די "העתער" פאר ערכעות, און א מכלומרשטע דרשה א קעגן דער איד... 
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2010 07:03 |
|
| |
איך הער יעצט אז ער האט מוחה געווען קעגן דעם וואס מען איז מוציא לעז אויף משפחות חשובות בישראל, און ער האט געשריגן די טמא'נע האטליינס מוזן זיך שוין אפשטעלן!
|
|
|
|
|