בית פורומים כל העולם כולו

ברעקינג: וויענע רב שארפע דברי מחאה קעגן "דער איד"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/2/2010 05:23 לינק ישיר 
ברעקינג: וויענע רב שארפע דברי מחאה קעגן "דער איד"

היינט ביי די דרשה פון ז' אדר האט דער וויענער רב שליט"א מוחה געווען זייער שארף קעגן דעם שונד בלעטל "דער איד" וועלכע שרייבט - ווי יעדן באקאנט - זייער שמוציגע ארטיקלען קעגן כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר פערזענדליך, אויף א שרעקליך גרויליגן פארנעם, וואס פארעקלט יעדן רעכטדענקיגן מענטש.



צווישן זיינע ווערטער האט ער אויסגעשריגן ווי פאלגנד:


מבזה צו זיין א תלמוד חכם א 'מנהיג עדה' איז א "אומדערהערטע זאך", און מוז אפגעשטעלט ווערן!

איך ווייס אז ס'איז דא תלמידי חכמים אין יענעם לאגער, פארוואס זענען זיי שטיל??!!






תוקן על ידי fiveboro ב- 22/02/2010 05:38:01




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 06:03 לינק ישיר 

ער האט שוין געמאכט נאך א שיפלאד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 06:48 לינק ישיר 

אז סאיז שוין יא דא א ערליכער יוד א רב וואס מישט זיך נישט אין די פאליטיק וויל מען שוין פין איהם אויך רעדן לאטס אפ ער רעט צי זיינע תלמידים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 18:39 לינק ישיר 

די רב שליט"א האט גערעדט וועגן "הוצאת שם רע אויף ערליכע משפחות" און וועגן "האטליינס" און די שרעקליכע בזיון התורה קעגן שארמאשער רב, נעמט איין די פראסק און מאכט א שווייג, איר וועט אויסזען אסאך קליגער אין גאס ווי ווען איר דרייט אויס זיינע ווערטער...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 18:42 לינק ישיר 

נפל, סייג לחכמה שתיקה.

פארשווייג די דרשה, וועט דיר בעסער זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 18:45 לינק ישיר 

איך פארשטיי אז פאר די אהרוינים לויט זיך מען זאל שווייגן, אבער איך האלט אייך נישט ביים נאכגעבן אייערע תאוות. רעדט אייך נישט איין אז איר קענט קומן אויף הייד פארק אויסדרייען זיינע ווערטער און די גאס וועט "שווייגן"... זיינע ווערטער "האטליינס" שמייסט אייך אין פנים... יעדעס בחורל ווייס צו וועלכע פארטיי געהערן די האטליינס...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 19:36 לינק ישיר 

נפל
כ'האב פאר די א גיטע עצה
ברענג אהער די דרשה, זאל יעדער זעהן ווי ''גערעכט'' די ביזט ווי אייביג

אגב, אויף וועלכע ''מנהיג העדה'' האקען די ארונים?

-------------

עס איז זיס צו באמערקן, ביי די זאלי'ס אליין איז דא 2 דעות וועגן די דרשה
א טייל רייסען אים אראפ מיעס, פינקט ווי יעדן וואס זאגט א אמת ווארט, אין ביי די בחור'ליך שרייט מען  אז ווינער רב האט גאר געמיינט דער בלאט, אין דער מנהיג העדה איז י' שטיין......

ווי געזאגט: פאר זיינע קעלבלעך קען ער אלעס פארקויפן...


תוקן על ידי rebyankel ב- 22/02/2010 19:42:12




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 19:49 לינק ישיר 

משה לייב דייטש פונעם פארווערטס, זיצט שוין אין האקט אן עדיטאריעל קעגן ווינער רב, ער האלט אין מיטען צוזאם שטעלן נייע פרישע מעכטיגע יודיסיטישע ווערטער, וואס איין ווארט קלעבט נישט מיט צווייטען וואס אויסער ער מיט זיין ווייב אפשר.. פארשטייען וואס דארט שטייט.

איצט האפט מען אז די ווינער אשכנזישע אידן וועלן פארשטיין די הויכע יודיסיטישע ווערטער, געמישט מיט שטותים דמיונות פאנטאזיעס חלומות, איבערהויפט בעביש און נעריש וואס קלעבט נישט איין ווארט צום צווייטען.

איצט ביז מיטוואך נאכמיטאג איז א סכנה צו שטיין לעבן משה לייב, ווייל ער איז הייס ווי אויבן האלטענדיג אין מיטען באקן.


תוקן על ידי רבי_יונה ב- 22/02/2010 19:53:25




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 19:59 לינק ישיר 

יונה ביסט א שקרן! פון ווי וויסטו וואס משה לייב דייטש שרייבט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 21:18 לינק ישיר 

פון זיין שוואגער...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2010 00:34 לינק ישיר 

רבותי, לאטס אייך אפ פון דעם נפל!
דער יונגאטש האט געפענט א אשכול אין אן אנדערן פורום
מען זאל דיסקאסן דעם ספר הקדוש  ויואל משה צו ס'איז גערעכט צו
נישט גערעכט, און דאס איז וואס ער איז מוסיף דארט אין א הערה:
נ.ב. כתבתי "הספר הקדוש" כי אני מאמין שהוא כתב מתוך יראת שמים ומתוך לב כאוב למען כבוד שמו יתברך. לא משנה כבר אם האמת איתו או לא.
נפל, פאר דיר צוריק קיין טאש קודש, און ברענג נישט אריין קיין ספיקות
ביי כלל ישראל, יא, איך פארשטיי אז דער ויואל משה איז כצנינים בעיניך,
ער האט דאך גאסר'ט דעם בית המשפט הציוני און דעם בג''ץ הציוני
ווי איר זענט חשובע מעמבערס, פרובירסטו צו רייסן שטיקער פון דעם
הייליגן ספר ויואל משה, און דאס איינציגסע שבח וואס דו האסט געטראפן
איז אז רבינו הקדוש זי''ע האט דאס געשריבן מתוך יראת שמים און מיט א
לב כאוב, אבער (לדעתך השפילה והנבזה) איז מעגליך אז דער אמת איז
נישט מיט עהם, (און אני הקטן שרייב צו, עפרא לפומיך).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2010 07:24 לינק ישיר 

נפל כתב:
יונה ביסט א שקרן! פון ווי וויסטו וואס משה לייב דייטש שרייבט?


די גאס זאגט אז די שרייבערס אין די בלאט ווייסען אלעס וואס טיט זיך אין דער איד אפיס....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2010 19:16 לינק ישיר 
די ז' אדר דרשה פין ווינער רב שליט''א


3
  

 








דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/2/2010 20:26 לינק ישיר 

אידן וואס זענען געווען ביי די דרשה פארציילן אז דעם רב'ס ווייטאג האט זיך געשפירט אין די לופט. נאכדעם וואס די אהרוינים ניצן שוין יארן זיין נאמען פאר זייערע ערכאות און ער נעמט זיך נישט אן פאר זיין אייגענע כבוד, אבער פאר א צווייטען ת"ח כבוד נעמט ער זיך שוין איינמאל אן. זעט אויס אז ווען איר האט אנגעהויבן די שמוציגע מערכה קעגן דעם שארמאשער רב, און קעגן דומ"ץ פאלטישאן וראב"ד קאלוסבורג האט איר נישט אויסגערעכענט אז עס קען אייך בעקפייערן.



תוקן על ידי נפל ב- 23/02/2010 20:28:33




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2010 20:41 לינק ישיר 

זעיט אויס די האסט נישט קיין וויענער שוואגער....

אבער די קענסט אליין אפרופען דעם וויענער רב און ער וועט דיך נאך היינט אויך ענטפערן אז ער האט געזעהן דעם היתר פון די ארוינים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2010 21:03 לינק ישיר 

נפל'ע

כ'הער טאקע אז ר' י שטיין איז א 'מנהיג העדה' אין א תלמיד חכם


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 23/02/2010 22:44:25




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקינג: וויענע רב שארפע דברי מחאה קעגן "דער איד"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext