בית פורומים כל העולם כולו

ברעקינג: וויענע רב שארפע דברי מחאה קעגן "דער איד"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/2/2010 21:53 לינק ישיר 

Zayen Uder Derushe from C''K Admer MVIEN Shlta 5770 Part 1 of 2
 
http://www.youtube.com/watch?v=7V0OnDpcOzg <http://www.youtube.com/watch?v=7V0OnDpcOzg>
 
Zayen Uder Derushe from C''K Admer MVIEN Shlta 5770 Part 2 of 2
 
http://www.youtube.com/watch?v=p3yaFQqcvKI <http://www.youtube.com/watch?v=p3yaFQqcvKI>



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2010 22:09 לינק ישיר 

נייפעלע איך וואלט נישט מציע געווען אז די זאלסט דאס אויסהערען, ווייל אלע דיינע דמיונות וועלען צו בלאזען ווערן דיינע שניי בערג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/2/2010 22:13 לינק ישיר 

איך הער דאס אויס, דערווייל האט ער נישט דערמאנט "דער איד"... אדרבה, דערווייל איז קלאר אז ער רעדט וועגן "סידור קידושין" אדער וועגן די "קאטשקעס"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2010 23:56 לינק ישיר 

נפל
ביזט גערעכט ער רעדט דארט פין פארשפארען די מושב ליצים
פין די סקול דיסטריקט

אבער באזוך א דאקטער....

פאר ענקערע קעלבעך קענסטו אלעס פארקויפן, אפי' נאכען הערן די גאנצע דרשה....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2010 00:34 לינק ישיר 

מען קען פארקויפן אז ער מיינט דער איד נאר פאר די וואס האבן נישט געזען "דער בלאט" די לעצטע 6 וואכן!

"אין כל חדש תחת השמש". דער איד שרייבט קעגן רא"ט די לעצטע 10 גאנצע יאר, און דער בלאט שרייבט קעגן רז"ל מיום הווסדו.

אויב אזוי פרעגט זיך א שאלה, פארוואס האט וויענער רב געווארט "גאנצע 10 יאר"?
נאך א שטארקע שאלה, פארוואס זאגט וויענער רב "בפרט לעצטנס"

מיר האבן א שטיקל תשובה. לאמיר אריינקוקן אין ביידע צייטונגען און זען וואס דארט גייט פאר

דער איד האקט קעגן
1) ר' אהרן טייטלבוים
קעגן נאך רבנים? ניין! איז דאס א לעצטיגע פאסירונג? ניין עס גייט שוין אן צען גאנצע יאר

לאמיר קוקן אויף וועם דער בלאט האקט צוזאם די לעצטע פאר וואכן!

א שטיקל רשימה פון רבנים וואס ווערן אינטערגעריסן אין דער בלעט די לעצטע 6 וואכן:

1) ר' זלמן לייב טייטלבוים
2) שארמאשער רב
3) קאלוסבורעגער ראב"ד
4) סאטמארער דיין פון וו"ב
5) סאטמארער דיין פון ב"פ
6) סאטמארער דיין פון ק"י
7) טשאטער רב
8) ר' ז"ל פילאפ
9) ר' ש"ל וויינבערגער
10) ר' משה מנחם טירנויער
11) דעברעצינער רב
12) ר' יעקב זיידא
13) ר' משה דוב קויפמאן

יעצט זאגט איר מיר פון וועם דער וויענער רב רעדט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2010 00:42 לינק ישיר 

נאכען ברענגן די 2 ליסטעס איז ער נישט קיין נפל?

כ'האב מורא ער ווייסט אפי' נישט וואס דער איד איז אין וואס דער בלאט איז

נפל איך גיי דיר ברענגן לדוגמא ווי דער איד האקט אויף קאשוי'ער רב אין הג''ררבי אליקום שלעזניגער, דומ''ץ ק''י, כו' אין די וועסט מיר ברענגן ווי ער האקט אויף ר' יעקב זיידא, דעברעצינער רב, סאטמערע דיינים פין ב''פ אדער ק''י כו'

פאר זיינע קעלבעך קען ער אלעס פארקויפן, א שאד ער שרייבט נישט אפטער





תוקן על ידי rebyankel ב- 24/02/2010 00:46:00




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2010 00:46 לינק ישיר 

וויענער רב האט גערעט פון די "מצב וואס איז געווארן לעצטנס" ברענג מיר נישט קיין שמוץ פון 15 יאר צוריק ווען דער איד איז געווען ענקער'ס!

דער בלאט האט אריינגעריקט עטליכע מאל אז בי"ד משמרת למשמרת גיבט זייער זיגל פאר א אינטערנעט מלקט און קוקן נישט אויף וואס יענער ניצט דאס! היש לך בזיון התורה גדולה מזו?

דער בלאט טרייבט ליצנות פון רח"ד כ"ץ מיט די הכשר אויף די פלייש אין ב"פ, ווייל... קאמפעטישאן. היש לך בזיון התורה גדולה מזו?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2010 00:46 לינק ישיר 

נפל
כ'האב פאר די גיטע נייעס
 די דרשה וואס דער קרית יואלער דיין האט געהאלטען ביים גרויסען גענעראל פארזאמלונג אין קרית יואל
איז אויך געווען קעגן ר' אהרן

כ'האב יעצט געהערט פין מיין שוואגער

PLEASE FORWARED FOR ALL YOUR CONTACTS



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2010 00:48 לינק ישיר 

כא כא, גאנץ א שיינע וועג פון פארלירן א וויכוח!

און דאס אלעס ווערט געשריבן.. ווי אזוי האט וויענער רב געזאגט? "דורך אינגעלייטלעך שרייבערלעך"


תוקן על ידי נפל ב- 24/02/2010 00:51:00




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2010 00:57 לינק ישיר 

נפל


וואס שטערט זיך אז דער ווינער רב האט געהאקט קעגן איד?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2010 01:20 לינק ישיר 

נפל פארקויפט אין בחדרי זיינע חלומות
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2760686&forum_id=771



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2010 03:51 לינק ישיר 

נפל כתב:
מען קען פארקויפן אז ער מיינט דער איד נאר פאר די וואס האבן נישט געזען "דער בלאט" די לעצטע 6 וואכן!

"אין כל חדש תחת השמש". דער איד שרייבט קעגן רא"ט די לעצטע 10 גאנצע יאר, און דער בלאט שרייבט קעגן רז"ל מיום הווסדו.





דער איז דאך אזא נפל,
אפשר זאגסטו מיר ווען דער יום הוסדה פון דער בלאט איז,

און אגב, דזשאסט פאר די רעקארד, ווינער רב האט נישט גערעדט פון שרייבן אויף רבנים, ער האט גערעדט פון שרייבן אויף א מנהיג העדה, ער האט גערעדט פון א יחיד
ולשיטתך אז דער בלאט שרייבט שוין די לעצטע 10 יאר אויף רבנים, קוקט אויס ווינער רב באדערט מער וואס ענק שרייבן אויפן מנהיג העדה בה"א הידועה ווי אויף די אנדערע וכו'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2010 06:31 לינק ישיר 

לפענ"ד איז נישטא קיין שום סיבה צו טראכטען אז דער ווינער רב שליט"א האט געמיינט איין צייטונג מער ווי די אנדערע.

יעדער ווייסט אליינס אז קיין איינס פון די צוויי צייטונגען זענען נישט ריין פון באשמיצען תלמידי חכמים און מנהיגי העדה, מען דארף זיין בלינד צו אריינקוקען אין דער איד אדער בלאט און נישט זעהן דארט השמצות קעגען מנהיגים און תלמידי חכמים, איז פארוואס טראכט איר אז ווינער רב שליט"א האט דא געמיינט איין צייטונג מער ווי די אנדערע? איר טראכט אפשר אז ווינע רב האט דא גענומען א צד אין די מחלוקה? האלט ער אז רבי אהרן טייטלבוים איז נישט קיין מנהיג העדה? אדער אז רבי יואלי'ש מאגענשטערען איז נישט קיין תלמיד חכם? ער אליין זאגט דאך אין די דרשה אז אין די שטוב ווי ער איז אויפגעוואקסען האט מען געוויסט צו שטיין ווייט פון מחלוקת! טראכט איר אז דא פלוצלינג האט ער גענומען א צד?

לאמיר זיך נישט לאזען נארען, ווינער רב שליט"א איז %100 גערעכט, ווי גוט וואלט געווען ווען ביידע צייטונגען קענען קומען צו אן אגרימענט אז אין די צייטונגען וועט מען לייגען פאליטיק אין א זייט, און מען וועט נאר שרייבען טריקענע נייעס ארטיקלען, און נישט יעדער וואס וויל וויסען אביסעל נייעס זאל זיך דארפען אנשטויסען אין די נארישקייטען, אבער ליידער וועט דאס נישט פאסירען, ווייל די צוויי צייטונגען זענען געשטעלט פאר דעם, צו בויען זייער פארטיי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2010 19:26 לינק ישיר 

פארקויפן לאזונגען קאסט טאקע נישט קיין געלט! פארט קען דאס נישט פארטוישן די אמת'ע פאקטן!

דער איינציגסטער אויף ווען דער איד האקט איז רא"ט!

דער בלאט האקט אויף יעדע רב וואס האט די "חוצפה" צו פסק'ענען פארקערט פון זיי!

פאקט! אפילו אויף ר' געציל בערקאווישט און נאך מער אפילו אויפן דיין לאוב האט דער איד נישט געשריבן קיין איין שלעכט ווארט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2010 19:35 לינק ישיר 

נפל כתב:

פאקט! אפילו אויף ר' געציל בערקאווישט און נאך מער אפילו אויפן דיין לאוב האט דער איד נישט געשריבן קיין איין שלעכט ווארט!


דאס הייסט שקר במילתא דעבידא לגלי'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקינג: וויענע רב שארפע דברי מחאה קעגן "דער איד"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.