בית פורומים כל העולם כולו

ברעקינג: וויענע רב שארפע דברי מחאה קעגן "דער איד"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/2/2010 19:35 לינק ישיר 

יעדער פארשטייט אז ווינער רב - וועלכע שטייט ווייט פין יעדע מחלוקה  האט דירעקט נישט קלאר געזאגט וועם ער מיינט, אבער דאך ווייסט יעדער (חוץ די  זאלי'ס) וועם ער מיינט,
בשעת די דרשה איז קיינם אין ביהמ''ד נישט בייגעפאלען אז ער מיינט א צווייטען ווי דער איד, וואס איז אויסגעצייכענט ממש וועכענטליך אראפצורייסען סאטמערע רבי שליט''א ''דער ת''ח אין מנהיג העדה'' אין אלע רבנים וואס גייען נישט אין שפאן
אין וואס טוט  זיך שוין די לעצטע פאר חדשים היבשע פעולות פין קהל אין ק''י זיי אביסל אפצושטולן.

אבער ס'איז א שאד זיך צו טענה'ן, זייער נפל ווייטער שרייען אז ער האט גערעדט פין די קאטשקעס, אין די איבריגע  זאל יעדער הערן אויף די טעיפ.

----------
יכול
אגב, זשאוסט פאר די רעקארד, עטליכע יאר ציריק נאך די פעולות למען הצלת רבינו בעל ברך משה  זי''ע ווי דער איד האט זיך אויפגעפירט ממש ווי דער פאוסט שמיציג אין פאלטש, אין פארשטייט זיך אז דער בלאט האט אפגענטפערט מיט שאקרינדע אויפדעקונגען וואס עס האט זיך אלס אפגעטוהן ביים רבין ז''ל אין שטוב ר''ל (טראץ זיי האבען זיך געהאלטען אויף היבש א נארמאלע שפראך, אין נישט געווארען נאכגעשלעפט פין ביליגע שפראך פין די משכילים אין איד אפיס) האט ר' אבא חיא טויבער פין מאנסי, דעמאלטס צאמגערופן אלע גראסערי אין מאנסי, אין קיינער {כמעט} פארקויפט נישט אין מאנסי דער איד אין דער בלאט, 
אין ווען מענטשן האבען זיך אפגערעדט דערוועגן האט ער  אויסגעארבעט א הסכם מיט ביידע צייטונגען אז ביידע גייען אויפהערן צו שרייבען נעגעטיוו, אין דעמאלטס גייט מען קענען ציריק פארקויפן, פארשטייט זיך דער בלאט האט עס גלייך ציריקגעפעקסט אינטערגעשריבענערהייט, אין דער איד האט בשו''א נישט געוואלט הערן דערפון,
ווייל זייער גאנצע יסוד אין שמיץ אין לשה''ר אין מחלוקת ר''ל

אין דאס איז די פשוט'סטע סיבה פארוואס א נארמאלער מענטש נעמט אזא צייטונג נישט אריין אין שטוב

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2010 19:36 לינק ישיר 

נפלע דא האסטו דעם איסור אויף דער איד פון דיין צדיק דער מישמאשער.

דא איז ער דיר נישט גוט?

דא ווערט ער אויס רבן של כל בני הגולה...

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2010 19:37 לינק ישיר 

שוין... איך האב געמיינט אז די וועסט אויפקומען מיט עפעס בעסער'ס... "יעדער ווייסט" איז שוין אויסגעדראשן.

מען קען פארקויפן - פאר יעדער וואס האט נישט געליינט דער בלאט במשך די לאצעט זעקס וואכן - אז וויענער רב האט געמיינט עפעס אנדערש ווי דער בלאט.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2010 19:43 לינק ישיר 

וואס איז שייך בעסער ווי דיינע רבנים שרייבען אז דער איד איז חזיר טרייף.

און די ביסטו דא מסביר ווי חשוב דער איד איז.

זענען דיינע רבנים אויסגעדראשען?

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2010 19:57 לינק ישיר 

נפל כתב:
שוין... איך האב געמיינט אז די וועסט אויפקומען מיט עפעס בעסער'ס... "יעדער ווייסט" איז שוין אויסגעדראשן.

כ'האב דאך דיר געשריבן (חוץ די זאלי'ס)
די פארקויף ווייטער פאר דיינע קעלבעך וואס די ווילסט  ס'זאל זיין, אין אלעס וועט ווייטער פארען

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2010 20:46 לינק ישיר 

נפל כתב:
פארקויפן לאזונגען קאסט טאקע נישט קיין געלט! פארט קען דאס נישט פארטוישן די אמת'ע פאקטן!

דער איינציגסטער אויף ווען דער איד האקט איז רא"ט!

דער בלאט האקט אויף יעדע רב וואס האט די "חוצפה" צו פסק'ענען פארקערט פון זיי!

אין אנדערע ווערטער זאגסטו אזוי:

אויב וויל ווינער רב האקן אויף דער בלאט, דארף ער האקן אויף א צייטונג וואס שרייבט אויף מערערע רבנים.

און אויב וויל ער האקן אויף דער איד, דארף ער האקן אויף א צייטונג וואס שרייבט קעגן "איין רב, א מנהיג העדה".

בין איך גערעכט?!

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2010 20:51 לינק ישיר 

ווינער רב רעדט וועגן "לעצטנס"

וואס איז לעצטנס נתחדש געווארן? ענטפער די אליינס!

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2010 21:25 לינק ישיר 

נא איז דאך טאקע א מוראדיגע סתירה אין דברי הוויענער רב

איין מאל זאגט ער לעצטענס א צווייטער מאל זאגט קעגען א מנהיג העדה

איז קען מען לכאורה פארענטפערן אז באמת מיינט ער דער בלאט איי איז דאך שווער ווער איז דער מנהיג העדה אויב רז"ל שרייט דאך נפל אז די בלאט טוט עס שוין מיום היווסדה, איז בדוחק קען מען ענטפערן אז די מנהיג העדה איז דער ספארדישער הרב עובדי'

א צווייטער תירץ איז עגליים וסייחים ופירושו וכ"ו

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2010 21:43 לינק ישיר 

rebyankel כתב:
יעדער פארשטייט אז ווינער רב - וועלכע שטייט ווייט פין יעדע מחלוקה  האט דירעקט נישט קלאר געזאגט וועם ער מיינט, אבער דאך ווייסט יעדער (חוץ די  זאלי'ס) וועם ער מיינט,
בשעת די דרשה איז קיינם אין ביהמ''ד נישט בייגעפאלען אז ער מיינט א צווייטען ווי דער איד, וואס איז אויסגעצייכענט ממש וועכענטליך אראפצורייסען סאטמערע רבי שליט''א ''דער ת''ח אין מנהיג העדה'' אין אלע רבנים וואס גייען נישט אין שפאן
אין וואס טוט  זיך שוין די לעצטע פאר חדשים היבשע פעולות פין קהל אין ק''י זיי אביסל אפצושטולן.

אבער ס'איז א שאד זיך צו טענה'ן, זייער נפל ווייטער שרייען אז ער האט גערעדט פין די קאטשקעס, אין די איבריגע  זאל יעדער הערן אויף די טעיפ.

אפשר זאגסטו מיר פארוואס א איד וואס זיצט ביי יענע דרשה און ליינט ביידע צייטונגען, זאל טראכטען אז ער מיינט נאר דער איד, די האלטסט טאקע אזוי אז דער בלאט רייסט נישט אראפ קיין תלמידי חכמים וואס גייען נישט אין שפאן? אפשר ביי דיר, איינער וואס נעמט א צד אין די מחלוקה, איז יענער נישט קיין תלמיד חכם, אבער ביי אן אומפארטייאישער מענטש זענען די אלע תלמידי חכמים.
 
ביטע זיי מסביר קלארער מיט וואס דער איד איז ערגער ווי דער בלאט ווען עס קומט צו בזיון תלמידי חכמים.
 
דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2010 21:56 לינק ישיר 

יכול כתב:

אדער ליינסטו נישט דער בלאט אדער ביזטו א פשוטע נפל

דער בלאט וועסטו זעלטן זעהן סיי וועלכע נעגעטיוו ארטיקלען, אין אפי' דאס ווי זיי האבען יעצט אנגעהויבן אפצוענטפרן י' שטיין'ס איז אויך נאך 3 וואכען זיך האלטען גענצליך שטול, אין ס'איז א גאנצע נייעס ביי די ארוינם,
אין דאס איז נישט קעגן א רב וואס גייט נישט אין שפאן, נאר קעגן איינעם וואס זיצט אויפן אינטערנעט אין אטאקירט מיט שקרים אין טיפשות, האבען זיי אפגעמאכט עד כאן, מ'גייט ענטפרן, זאל יעדער זעהן למי הפסולים.
ענקער צייטונג אבער, וועסטו מיר זייער זעלטן טרעפן א וואך אן 2 ביז 10 ארטיקלען קעגן מהר''א בפרט אין רבנים וואס גייען נישט אין שפאן בכלל.

אין אנדערע ווערטער, יעדעס מאל וואס דער בלאט וועט האבען א נעגעטיווע ארטיקעל וועסטו זיין ס'וועט א נייעס, אין אפי' דא אויף היידפארק וועט זיין א ספעציעלע אשכול דערפון.

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2010 21:59 לינק ישיר 

איך האלט אז דער נפל ל"ע זאל זיין געבעקס איבערזאגן אזוי פיל מאל ביז ער וועט דאס אליין אנפאנגען צו גלייבן. פון זיינע קעלבעלעך קען ער זיך געזעגענען זינט זיי קענען נישט מוחל זיין דעם וויענ'ער רב שליט"א פארן באשטעטיגן אז ער האט געזעהן דעם היתר בי"ד פאר סאטמאר צו תובע זיין די מסרבים לדין בערכאות.

איך האלט אז זיי זאלן יעצט נאכאמאל נאכשרייען דעם רב שליט"א אזויווי יענעם פרייטאג צונאכטס.

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2010 03:39 לינק ישיר 

דער גאנצער דיוק פון נפל מיט זיינע פריינד פון קינדערגארטן אין ווינער רב'ס דרשה מיט "לעצטנס" אחיז ממש א גאונישער דיוק פונקט ווי דער דיוק אינעם רבינס קאנסוס  ווי סשטייט שליח

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/2/2010 18:53 לינק ישיר 

אין אנדערע ווערטער זאגט נפלע אזוי.

דער איד איז אלעמאל מבזה דעם רבי'ן, און דער בלאט איז נאר לעצטנס מבזה רבנים.

אויסער זיין מערקווירדיגע הודאת בעל דין, זאגט זיין צודרייטע קאפ אז ווינער רב איז טאקע נאר מוחה ווען דער בלאט האט לעצטנס אנגעהויבן מבזה זיין דעם אינטערנעט גאון, משא"כ דאס וואס דער איד איז אלעמאל מבזה דעם מנהיג פון די גרעסטע חסיד'ישע עדה אין דער וועלט, אויף דעם האט ער נישט געטראפן וויכטיג מוחה צו זיין...

ווען משוגע וואלט וויי געטון וואלט דער נפל שוין לאנג געשטארבן פון ווייטאג.

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2010 19:01 לינק ישיר 

איינער  זאגט מיר אז נפל שרייבט אין דער איד....

עפעס קוקט אזוי אויפן דעקל פין דער איד

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2010 19:01 לינק ישיר 

עס איז באמת געשמאק צו זען ווי די הארוינים פראבירן זיך צו ראטעווען מיטן זיך אנכאפן אויף א שטיקל שטרוי! איר כאפט זיך אן אויף איין ווארט און בלייט מיט די צינג אינדרויסן בנוגע רוב תגובה! ליינט און האט הנאה!

נפל כתב:
מען קען פארקויפן אז ער מיינט דער איד נאר פאר די וואס האבן נישט געזען "דער בלאט" די לעצטע 6 וואכן!

"אין כל חדש תחת השמש". דער איד שרייבט קעגן רא"ט די לעצטע 10 גאנצע יאר, און דער בלאט שרייבט קעגן רז"ל מיום הווסדו.

אויב אזוי פרעגט זיך א שאלה, פארוואס האט וויענער רב געווארט "גאנצע 10 יאר"?
נאך א שטארקע שאלה, פארוואס זאגט וויענער רב "בפרט לעצטנס"

מיר האבן א שטיקל תשובה. לאמיר אריינקוקן אין ביידע צייטונגען און זען וואס דארט גייט פאר

דער איד האקט קעגן
1) ר' אהרן טייטלבוים
קעגן נאך רבנים? ניין!
איז דאס א לעצטיגע פאסירונג? ניין עס גייט שוין אן צען גאנצע יאר

לאמיר קוקן אויף וועם דער בלאט האקט צוזאם די לעצטע פאר וואכן!

א שטיקל רשימה פון רבנים וואס ווערן אינטערגעריסן אין דער בלעט די לעצטע 6 וואכן:

1) ר' זלמן לייב טייטלבוים
2) שארמאשער רב
3) קאלוסבורעגער ראב"ד
4) סאטמארער דיין פון וו"ב
5) סאטמארער דיין פון ב"פ
6) סאטמארער דיין פון ק"י
7) טשאטער רב
8) ר' ז"ל פילאפ
9) ר' ש"ל וויינבערגער
10) ר' משה מנחם טירנויער
11) דעברעצינער רב
12) ר' יעקב זיידא
13) ר' משה דוב קויפמאן

יעצט זאגט איר מיר פון וועם דער וויענער רב רעדט!

אהרוינימלעך, די גאס איז נישט אייערע בהמות, די גאס וועט נישט קויפן ענקער לאקשן אז וויענער רב פלאמט פאר די כבוד פון ר' אהרן און מאכט זיך נישט וויסענדיג פון די כבוד פון צענדליגע אנדערע תלמודי חכמים וואס ווערן אינטערגעריסן וועכענטליך אין דער בלאט.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקינג: וויענע רב שארפע דברי מחאה קעגן "דער איד"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.