בית פורומים אידישע געדאנק

חסידי הברך משה זי"ע שטיצן בני יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/2/2010 06:16 לינק ישיר 
חסידי הברך משה זי"ע שטיצן בני יואל

אינעם שכינות'דיגן פארום האט אריגינעלער ארויפגעלייגט א קאפי פון קבלה וואס מען זעט ווי הרה"ח בנש"ק ר' יעקב שמשון גאלד שליט"א, פון די שטארקע מקורבים פון הייליגן ברך משה זי"ע גיט א שיינעם סכום צדקה פאר די מוסדות הקדושים בני יואל אין קרית יואל.

איז אינטרעסאנט צו פארציילן פאר די וואס ווייסן נישט, וואס איך האב געהערט פון א איד וואס האט געהערט פון ברך משה זי"ע אליין אז ער האט סוף ימיו חרטה געהאט אויף די מלחמה וואס מען האט געפירט מיט די בני יואל און האט זיך שטארק אויסגעדרוקט בשבחם, ובתוך דבריו האט געזאגט "זיי זענען דאך אמת'ע גוטע פריינט פון פעטער זכרונו לברכה".
דער ברך משה זי"ע האט דאן פארציילט א מעשה פון א געוויסן גדול פון פאר די מלחמה וואס האט געהאט א פרשה מיט אן אנדערן צדיק, האט ער לפני פטירתו שטארק מקרב געווען זיינע געוועזענע שונאים, האט אים איינער געפרעגט "רבי וואס האט פאסירט?" האט דער גדול געענטפערט איך האב געפירט צוויי מלחמות אין מיין לעבן איינס מיט די ציונים און מזרחי'סטן, און איינס מיט אן ערליכן איד, איך קען באשטיין דאס נאך מסדר צו זיין אויף די וועלט".
האט דער ברך משה זי"ע אויסגעפירט, "עס קען זיין אז בשעתו האט אפשר אויסגעפעלט א מלחמה, ווען מען האט געהאלטן אז זיי ווילן מהרס זיין די קהלה, אבער איך וואלט שוין געוואלט ענדיגן די מלחמה נאך אויף די וועלט".

און עס איז וויכטיג צו באמערקן אז נישט נאר ר' יעקב שמשון, נאר אסאך גרויסע חסידים פון ברך משה האבן זיך אנגערופן מיט שיינע סכומים, ביים דינער פאר בני יואל וואס איז היי יאר פארגעקומען אינעם סאטמאר'ן בנין "ברכה סימה".






דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 06:20 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 06:20 לינק ישיר 

יא, וויאזוי האט דא איינער געשריבן?

2 מלוה מלכא'ס געווען די וואך.
>אהרן האט בארעדט צדקת רבי מאיר בעל הנס, אין קלויזענבורגע זאל.
>בני יואל האט געפראוועט אין סאטמאר'ס נייע זאל ''פרדס פיגא''......



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/2/2010 07:13 לינק ישיר 

עס איז בכלל נישט קיין שטאלץ עס איז א חארפה איין א בושה אז דיינע גרעסטע איך רעד שוין נישטט פון דיין טאטעס זיי האבן דיר פונקט אזוי פיינט אין די טאנצט מיט ער מאכט פון דיר חוזק והא ראי אז ווען פערלשטיין איז געשטארבן האט ער אים נישט געוואלט נעמען לייגן ביי זיך און די וויי א נאר לויפסט עם נאך טאנצט wow עס איז דא א זאל ער מאכט ביי מיר די מלוה מלכה יענער גייט און דער פרעמד די שוטה איינער יעצט לאט ער ענק טטאנצען מיט זיך אבער איינמאל ער דארפט דיר נישט געט ער יר א קאפ פון אינטען ער האט דיר פונקט אזוי פיינט אין די נאר טאנצט מיט יע די נער וועק דיר אויף פון שלאף



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 07:30 לינק ישיר 

די גרעסטע שונאים זענען פון סאטמאר זענען שטענדיג די משנאי השם, די ציונים מיט זייערע רעליגיעזע נאכשלעפערס, מיט זיי טאר מען נישט שלום מאכן, און מען דארף אנהאלטן דעם מלחמה לה' בעמלק.

אבער די בני יואל אידן, זענען אן ערליכע אידן, סאטמאר'ע חסידים, וועלכע לערנען און דאווענען און פירן ערליכע אידישע שטובער, עס איז נישטא קיין שום היתר זיך מיט זיי צו קריגן, און וועגן די אלטע מחלוקת דארף מען זיך איבערבעטן און שלום מאכן.
דאס איז געווען רצון קדשו פון הייליגן ברך משה זי"ע. וואס האט סוף ימיו איינגעזען ווער "בני אהרן" איז, און געגעבן רשות צו עפענען מוסדות און מסדר קידושין צו זיין אין קרית יואל.
און שלום געמאכט בחייו מיט די ערליכע אידן וצדיקים מיט וואס ער האט געהיינט מיינונגס דיפערענצן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 07:44 לינק ישיר 
ואת והב בסופה

הגה"ק בעל ברך משה זי"ע סוף ימיו, צוזאמען מיט הגה"ק ממאנטעווידעא זי"ע וועלכער האט גע'אסר'ט דעם סקול דיסטריקט
טאנצן צוזאמען ביי א שמחה של מצוה


הגה"ק בעל ברך משה זי"ע סוף ימיו, צוזאמען מיט להלח"ט כ"ק הגה"צ ר' יחזקאל ראטה שליט"א אב"ד קארלסבורג וועלכער האט גע'אסר'ט דעם סקול דיסטריקט
צוזאמען ביי א שמחה של מצוה



מחלוקת מיט ערליכע אידן (מיטן פעטער'ס תלמידים) דארף מען נישט אנהאלטן, מען דארף זיך איבערבעטן און מאכן שלום.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 07:56 לינק ישיר 

בני יואל איז נישט איין מענטש, 

ס'איז דא וואס האבן פיינט דעם ברך משה, און ס'איז דא וואס נישט.
אבער אלע האבן ליב רביה"ק זי"ע, 

ביי די אהרונים איז ליידער דא אסאך (און עס שטינקט פונעם קאפ) וואס האבן פאר רביה"ק זי"ע נישט קיין שום געפיל,
זיי זענען גרייט מלחמה צו האלטן מיט אזא הייליגן מוסד ווי
"כולל שומרי החומות"
וואס נעמט נישט קיין געלט פון די מדינה, ועוד ועוד.
אדרבא, די אלע יארן וואס רביה"ק בעל ברך משה זי"ע איז געווען דער נשיא פון כולל שומרי החומות האט מען ביי די בני יואל שטענדיג געגעבן געלט פאר'ן כולל מיט די גרעסטע ווארעמקייט, כאטש זייער שונא איז געווען נשיא.
ווייל מען האט געוואוסט אז דאס איז געווען דעם רבינס רצון.
משא"כ ר' אהרן כאטש ער אליין איז א חבר הנשיאות, פירט ער דערקעגן א שמוציגע מערכה, 
און ער הייסט די חסידים געבן געלט נאר פאר זיך אליין!
דאס איז א חרפה און א בושה.

ממילא אזוי ווי מיט בני יואל, וואס באשטייט פון ערליכע סאטמאר'ע אידן יראים ושלמים, שטים איך איין מיט ניינציג פראצענט זאכן, קען איך לעבן גוט מיט אים כאטש געוויסע זאכן בין איך מיט טייל פון זיי מחולק...

די זעלבע זאך איז דא אנדערע ערליכע אידן בדורינו פון וועלכע איך האלט, און איך האב נאנטע חברים וועלכע האלטן נישט פון זיי, און עס איז נישט קיין שום פראבלעם.

ווען איך לערן א שיין שטיקל ברך משה זאג איך עס נישט פאר מיינע בני יואל חברים, פאר זיי זאג איך א דברי יואל, אבער חוץ מזה שטימען מיר זייער פיין.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 16:10 לינק ישיר 

זיכערמאן

רבינו הברך משה זי"ע האט סוף ימיו גערעדט בשבחם,
און אפילו געגעבן רשות פאר ערליכע אידן צו האבן עקסטערע מוסדות אין קרית יואל.
בני יואל באשטייט היינט פון אסאך מענטשן ולאו כל אנפין שווין.
דאס איז זיכער אז זיי האבן א פיינעם מוסד, און מען איז דארט מחנך עכט סאטמאר'ע קינדער, אויפן אלטן דרך פון רביה"ק זי"ע, ממילא איז א מצוה זיי צו שטיצן, און מחזק צו זיין.
אנדערע זאכן וואס דארפן א שיקול הדעת, וועט מען טאקע גוט אדורכטראכטן.
אבער ווי עס קוקט יעצט אויס, וועט רבך הרא"ט שליט"א אונז העלפן מאכן דעם שיקול הדעת....




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 16:20 לינק ישיר 

זיכערמאן כתב:
נאך אלע מעשות קען רבינו מהרז"ל שליט"א אויך נישט דערליידן די בני יואל, דעריבער ברויך מען האבן גרויס שיקול הדעת איידער מען איז מחליט אזא נושא נחוצה.


שקר אין נאכאמאל שקר קים אינז נישט זאגן וואס אינזער רבי האלט די רבי איז זיי גאר שטארק מקרב שוין פין די ערשטע מינוט אין די זעלבע זאך בני יואל צים רבי'ן יא סאיז דא אפאר משוגעים אויף יעדע זייט אבער איך רעד פין רוב ציבור



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 17:24 לינק ישיר 

אויב יא שלום, זאל זיין שלום אלל די וועי, מאכט שוין שלום מיט אהרן'ען, אויב עטס מיינטס טאקע ערענסט שלום, ס'זענען דאך דא בילדער ווי דער ברך משה קלאטשט און שמייכל מיט אהרנ'ן, וועם ער האט געזאגט סורר ומורה, מועל בשליחות, זעהט אויס אז פונקט ווי דער ברך משה האט געגעבן די הסכמה צו מאכן שלום מיט יאסל וואלדמאן, האט ער געגעבן די הסכמה צו מאכן שלום מיט אהרן, נו מאי שנא?

ווען היטלער האט אנגעהויבן זיין בלוטיגסטער מלחמה קעגן די מדינות אייראפא, ושאר העולם, האט זיך עס אויך אנגעהויבן מיט גרויסע שלום'ס דעקלעראציעס, שלום מיטן טאליענער דיקטאטור, מוסיליני, שלום מיט די רוסן, מאלאטאוו ריבנטראפ פאקט, שלום מיט די ענגלענדער, טשעמבערלין, ס'האט זיך געטאן א שלום'ס, און אט די שלום'ס האט איהם ערמעגליכט צו אויספירן זיינע בלוטיגע פלענער.

איך מיין אין היסטאריע פון כלל ישראל איז נאך נישט געווען אזא געמיינער מחלוקה צווישן אידישע חסידישע ברודער, וואס איז באשאפן געווארן מיט א א"ג שלום. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 17:45 לינק ישיר 

איך בעט דעם מנהל אויסצושליסן דעם זיכערמאן ער גייט קעגן די תקנות פון שפילן אנדערע פארטיי

רבינו מהרי"י שליט"א שטיצט גאר שטארק די הייליגע  מוסד בני יואל, עס איז א באקאנטע זאך פאר יעדן איינעם (לעצטנס ביי אסיפה איבער ענינים הנוגעים בקרית יואל האט זיך דער רבי אויסגעדריקט "מיר מיט בני יואל זענען איינס")

עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס מיר זאלן זיך קריגן מיט בני יואל כולנו בני איש אחד נחנו רבינו הקדוש זי"ע און די צענדליגער טויזענטער תלמידי וחסידי סאטמאר וועלן אלעמאל בלייבן פאראייניגט להגדיל תורה ולהאדירה,


מיט די ארוינים טאר מען טאקע קיין שלום נישט מאכן אין שלום אמר ה' לרשעים, זיי וועלן טאקע בלייבן איזאלירט אבער מיט בני יואל הערשט שוין לאנג שלום ושלוה און מען העלפט זיך ארויס איינער דעם צווייטן און אזוי וועט ווייטער אנגיין צום צופרידנהייט פון יעדן איינעם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 18:47 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט איין זאך: עס איז מיר נישט אזוי אינטרעסאנט וואס האלטן די "ברך משה" מענטשן וועגן די "בני יואל".
מער אינטרעסאנט איז, און הלוואי זאל עס איינער מאכן קלאר איין מאל פאר אלע מאל:
וואס האלטן די בני יואל וועגן ברך משה??
ווער עס קען עס קלאר מאכן וועל איך עם דאנקן. אבער נישט ענטפערס וואס שטימען מיט היינטיגע פאליטיק מהלך, נאר דעם אמת.

כ'האב אין מיין באזיץ 2 ספרים: מלחמת חובה, און עלבונה של תורה, וועגן פאבליק סקול, און דארט שרייבט מען גאר שארף נישט נאר פון ר' אהרן, נאר אויך און אפשר בעיקר פון ברך משה. טא מה נשתנה? אחרי מות קדושים?

ממיילא
חסידי הברך משה שטיצן בני יואל - מעגליך
וואס אבער האלטן די חסידי הבני יואל אויף ברך משה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 19:01 לינק ישיר 

עס זעט מיר אויס אז במשך די לעצטע 10 יאר פונם ברך משה האבן רוב אין בני יואל אנערקענט אז דער ברך משה איז געווען שלעכט נאר וועגן ר' אהרן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 19:19 לינק ישיר 

וואס ברויך'סטו מער ווען האט מען אנגעהויבן צי רעדן פין אייגענע מוסדות ווען דע ברך משה איז געווארן רבי אדער ווען דער סבלן איז געווארן רב ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 20:19 לינק ישיר 

קען איינער וואס האט עקסעס צו יו טוב אפשר מזכה זיין דעם עולם מיט דעם בילד ווי ירמי' דמן פון "בעלז" זינגט אזוי שיין ביי ר' אהרן'ס חתונה? כ'וואלט געוואלט וויסן ווי נאנט דער ברך משה איז געווען מיט בעלז, אדער בעלז מיטן ברך משה. איז עס נאר מיט בני יואל וואס מען דארף אנהאלטן א מלחמה? אדער בעלז, קלויזנבורג אויך?

פאר די אהרונים, כ'קען ענק ארויסהעלפן מיט א תשובה. ס'איז א גרויסע חילוק צווישן בני יואל מיט בעלז-קלויזנבורג,  ווייל בעלז-קלויזנבורג האבן זיך נאך געקריגט מיט'ן ויואל משה, ממילא מיט זיי קען מען שלום מאכן, אבער ווידעראום די בני יואל.....אלעס פארענטפערט.....!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 20:31 לינק ישיר 

פארשטיי, אז ס'דאך נישט דער בעלזער רבי וואס האט געזונגען, ס"ה האט א געוויסער זינגער ירמי' דמן, וואס איז אחת מני אלף פון בעלזער חסידים געזונגען, דארף מען זיך טאקע ארומקריגן לעולם ועד מיט יעדן איינציגן בעלזן חסיד אויפן כדור הארץ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > חסידי הברך משה זי"ע שטיצן בני יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext