בית פורומים אידישע געדאנק

חסידי הברך משה זי"ע שטיצן בני יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/2/2010 20:42 לינק ישיר 

קענסט אפשר פרעגן דעם ירמי' דמן וואס ער האלט פונעם בעל ויואל משה אדער ברך משה?? קענסט אפשר פרעגן "סיי וועלכע" בעלזער וואס ער האלט פונעם בעל ויואל משה, אדער דעם ברך משה? אויב די ווילסט נישט פרעגן, מסכים, אבער איך זע אז וואס יעדער בני יואל'ער האלט ווייסט עטס זייער גוט, אבער וואס די בעלזא-קלויזנבורגע האלטן ווילן ענק זייער שנעל פארגעסן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 20:53 לינק ישיר 

וויזוי ערווארטסטו אז די ארונים זאלן שלום מאכן מיט בני יואל, ווען באותו זמן האבן בני יואל זיך פאראייניגט מיט רז"ל צו פירן א מאסיווער פאראייניקט קאמף קעגן אהרן טייטלבוים, איהם צו מעביר זיין מן העולם, זיי האלטן אז ער איז א רשע, ואין שלום לרשעים אמר ה', אזוי האט דא איינער פריערט געשריבן, זיי מאכן נישט קיין סוד אז זיי האלטן אז אהרן האט נישט קיין זכות קיום בעולם ער איז א קליפה, עובד ע"ז, נואף, און רוצח, ער איז ווי די נעאלאגן וואס מ'דארף מאכן א טיילונג אין עוקר מן השורש זיין, א"מ גאלדבערבער זאגט אז די איינציגע וועג וויזוי אהרן קען תשובה טוהן אז ער לייגט זיך אראפ אויף דער ערד ביי די טיר פון שול און לאזט זיך שטויסן אין שלאגן,

קוקט מיר אויס אז די איינציגע וועג וויזוי אהרן קען שלום מאכן מיט די בני יואל איז זיך אראפווארפן אויף דער ערד און זיך לאזן שטויסן, אדער נעלם ווערן אין די הרי החושך.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 20:59 לינק ישיר 

האסט א גרויסע טעות, איך ערווארט נישט די ארונים זאל שלום מאכן מיט בני יואל, און בני יואל זיכט נישט שלום צו מאכן מיט די אהרונים, קומטס אבער נישט מיט די סלאגאן "וואס האלט די בני יואל פונעם ברך משה". ענק גייט עס אן ווי א לאך אין קאפ, והא ראי' די אהרונים מאכן שלום מיט די גרעסטע שונאים פונם בעל ויואל משה אונעם בעל ברך משה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 21:06 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
קוקט מיר אויס אז די איינציגע וועג וויזוי אהרן קען שלום מאכן מיט די בני יואל איז זיך אראפווארפן אויף דער ערד און זיך לאזן שטויסן, אדער נעלם ווערן אין די הרי החושך.


אינטערעסאנט ווי אזוי די שפרינגסט אזוי שנעל פון טעראר ביז שלום, וואס טוט זיך מיט פשוט לאזן אידן מנוחה? קוקט מיר אויס אז די איינציגסטע וועג ווי אזוי אהרן וועט אויפהערן טעראריזירן אידן איז אויב זיי וועלן זיך אראפווארפן אויף דער ערד און זיך לאזן שטויסן, אדער נעלם ווערן אין די הרי החושך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 21:08 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
פארשטיי, אז ס'דאך נישט דער בעלזער רבי וואס האט געזונגען, ס"ה האט א געוויסער זינגער ירמי' דמן, וואס איז אחת מני אלף פון בעלזער חסידים געזונגען, דארף מען זיך טאקע ארומקריגן לעולם ועד מיט יעדן איינציגן בעלזן חסיד אויפן כדור הארץ?

פאר יארן צוריק פלעגט אורי שווארץ פירן א קאמפיין קעגן "פרעמדע ניגונים", אז מען זאל נישט זינגען ביי סאטמארע טישן קיין ניגונים פון ציונים אדער הולכי בחירות.

ביי איינע פון די חתונה פון ראט'ס קינדער האט סאשע געהייסן דעם שפילער דוקא זינגען וואס מער "פרעמדע ניגונים" אויפצורעגן אורי שווארץ מיט די פאנאטישע קנאים...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 21:09 לינק ישיר 

סאטמארפלעק כתב:
קענסט אפשר פרעגן דעם ירמי' דמן וואס ער האלט פונעם בעל ויואל משה אדער ברך משה?? קענסט אפשר פרעגן "סיי וועלכע" בעלזער וואס ער האלט פונעם בעל ויואל משה, אדער דעם ברך משה? אויב די ווילסט נישט פרעגן, מסכים, אבער איך זע אז וואס יעדער בני יואל'ער האלט ווייסט עטס זייער גוט, אבער וואס די בעלזא-קלויזנבורגע האלטן ווילן ענק זייער שנעל פארגעסן.


דער דורכשניטליכער בעלזער חסיד האלט צען טויזנט מאל מער פונעם ברך משה ווי וואס דער דורכשניטליכער בני יואל, איך גארנטיר דיר, ירמי' דמן האלט אסאך אסאך מער פונעם ברך משה ווי זלמן לייב וואלדמאן.

איבער סאטמאר רבי זצ"ל, דער ריינער מציאות: דער דורכשניטליכער בעלזער חסיד האלטן פונעם סאטמאערע רבי זצ"ל דער דברי יואל, די זעלבער וואס דער סאטמארער חסיד האלט פון בעלזער רבי זצ"ל, דהיינו, אז דער דברי יואל איז געווען א קדוש וטהור, אבער דער בעלזער רבי איז געווען א גרעסערע צדיק, דאס איז קיין שום חסרון, פארדעם איז ער דאך א בעלזער חסיד,

אלעס פארענטפערט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 21:12 לינק ישיר 

אין קרית יואל איז געווען א פרייליך אידל וואס מען האט אויסגע'רודפ'ט די יארן, כאטש ער האט גארנישט געטאן עפעס ספעציעל, מיט די טענה אז ער "ווארפט זיך נישט אונטער", 

איין טאג גייט ער צום ראט און פרעגט אים "אפשר קען מיר דער רב זאגן וויאזוי מען ווארפט זיך אונטער?, זאל איך מיך יעצט דא אראפווארפן אויף די ערד און דער רב וועט ארויפטרעטן אויף מיר, וועט עס הייסן אונטערגעווארפן".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 21:16 לינק ישיר 

אהא, טו לאז מיר וויסן די פונקטליכע מאס וויפיל מען דארף נישט האלטן פונעם ברך משה און מען קען לעבן בשלום.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 21:17 לינק ישיר 

איך האלט יא אז עס קען ווערן א שלום צווישן בני יואל און די אהרוינים, די אהרוינים זענען די וואס האלטן נישט דערביי!

בני יואל פירט קריג קעגן ר' אהרן כל זמן ר' אהרן מיט זיינע מענטשן ווילן אויסראטן בני יואל, די רגע ר' אהרן מיט זיינע מענטשן דערקלערן אז זיי זענען גרייט אויפצוגעבן דעם קאמף און אנערקענען דאס עגזיסטענץ פון בני יואל וועט אויטאמאטיש זיין א שלום. פארשטייט זיך אז בני יואל'ע וועלן נישט אנהייבן פלוצלינג גיין צו ר' אהרן'ס טיש, אבער מלחמה וועט מער נישט זיין!

סך הכל, בני יואל פירט מלחמה פאר זייער ליגעטימע עגזיסטענץ!
אהרוינים פירן קריג קעגן יענעמס עגזיסטענצץ!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 21:19 לינק ישיר 

צווייטענס, לייקענסטו א מציאות וואס די בעלזע האבן גערעדט אויפן בעל ויואל משה, און ברך משה. כ'קען די בעלזא גוט פון היינט, און די קענסט נאכקוקט וואס זיי האבן געשריבן דעמאלט.

כרעדט שוין נישט פון דעם וואס למעשה אפילו היינט זענען זיי געכאפט אין מינות אין אפיקורסת, אבער דאס איז דאך נישט קיין פאקטור פאר אן אהרוני צו מען מעג שלום מאכן מיט אזא איינעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 21:22 לינק ישיר 

נפל כתב:
איך האלט יא אז עס קען ווערן א שלום צווישן בני יואל און די אהרוינים, די אהרוינים זענען די וואס האלטן נישט דערביי!

בני יואל פירט קריג קעגן ר' אהרן כל זמן ר' אהרן מיט זיינע מענטשן ווילן אויסראטן בני יואל, די רגע ר' אהרן מיט זיינע מענטשן דערקלערן אז זיי זענען גרייט אויפצוגעבן דעם קאמף און אנערקענען דאס עגזיסטענץ פון בני יואל וועט אויטאמאטיש זיין א שלום. פארשטייט זיך אז בני יואל'ע וועלן נישט אנהייבן פלוצלינג גיין צו ר' אהרן'ס טיש, אבער מלחמה וועט מער נישט זיין!

סך הכל, בני יואל פירט מלחמה פאר זייער ליגעטימע עגזיסטענץ!
אהרוינים פירן קריג קעגן יענעמס עגזיסטענצץ!

דאס איז פונקטליך וואס איך האב געמיינט מיטן שפרינגען פון שלום ביז מלחמה, ווענדט זיך וואס מען מיינט מיט שלום, אויב שלום מיינט לאזן מנוחה, מיר האבן קיינמאל נישט גערודפט פערזענליכע אהרונים בלויז פארן זיין אן אהרוני, אויב שלום מיינט גיין צו זיינע טישן, לא היו ולא תהיה בעזר השם ית'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 21:36 לינק ישיר 

פורים שנת תשמ"ט האט רביה"ק בעל ברך משה זי"ע געשיקט א "פריסת שלום" פאר הגה"ק ר' אברהם לייטנער ממאנטעווידעא זי"ע, זאגנדיג פאר איינעם פון זיינע קינדער "זאג פאר דיין טאטן אז איך בין זיין ידיד".

ווען די מעשה איז ארויס אויף די גאס איז געווארן א גאנצער גערודער, אסאך בני יואל און חסידים פון מאנטעווידעא רב זענען געווען ברוגז ווייל זיי האבן נאכנישט געקענט מוחל זיין פאר'ן ברך משה די שארפע לשונות וואס ער האט גענוצט ביי די סקול דיסטריקט פרשה.
שושן פורים האט דער מאנטעווידעאר רב געהאלטן א דרשה, און געזאגט בתוך הדברים אז ער האט א גרויסע שמחה שלום צו מאכן מיטן סאטמאר'ן רב, און מיט קהל יטב לב, און אז ער האט יעדן טאג מתפלל געווען צו קענען איין טאג שלום מאכן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2010 21:43 לינק ישיר 

כדאי מען זאל זיך ח"ו נישט טועה זיין דא אז די בני יואל וואלטן נישט געפירט קיין שום מלחמה מיט אהרן אפילו אויב ער איז עובר אויף די תורה, וויל איך ארויס ברענגען די חילוק אויף אנאנדערע וועג

ביי די אהרונים מיינט מלחמה, אז מען פייניגט יענעם ווי אימער ווען אימער בלויז פארן זיין יענער.
ביי די בני יואל מיינט מלחמה, מגלה צו זיין פאר די קינדער און פאר די וואס זענען הסרים למשמעותם איז מיר האבן נישט קיין שייכות מיט די יעניגע וואס טוען עובר זיין אויף די תורה.
הלוואי וואלט ביי אהרן אין זיינע מענטשן אויך דאס געמיינט מלחמה מצווה, וואלט ווען געווען די שלום פון וואס סקאט רעדט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/2/2010 21:49 לינק ישיר 

אויב ר' אהרן האט שלום געמאכט מיטן קלויזענבורגער פון נתני' מיינט דאס שוין אז אלע אהרוינים וועלן אנהייבן לויפן צו זיין טיש, לערנען זיינע תורות און גיין צו אים מיט קוויטלעך? זיכער אז נישט!

אויב ר' אהרן האט שלום געמאכט מיטן קלויזענבורגער פון נתני' מיינט דאס שוין אז ר' אהרן וועט מסכים זיין צו נעמען געלט פון די מדינה און גיין צו בחירות? זיכער אז נישט!

אזא סארט שלום האבן די זאליס געמאכט מיט בני יואל!
אזא סארט שלום קען ר' אהרן יעדע רגע מאכן מיט די זאלי'ס אדער בני יואל! ער האלט פשוט נישט דערביי!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2010 04:31 לינק ישיר 

נפל גיט געזאגט אבער די צושטעל פון אהרן מיט קלויזענבוירג איז בכלל נישט צום דבר אהרן מיט'ן קלויזענבוירגער איז בכלל נישט אזא סארט ווי די בני יואל מיט די חסידי מהרי"י

די חסידי מהרי"י האבן געמאכט א ריכטיגע שלום ושלוה מיט בני יואל, אפילו עס איז נאך אלס דא חילוקי דעות אין פארשידענע ענינים איז דאס אבער נאר אידיאלאגיש און נישט בפועל

ווען עס קומט למעשה הערשט אן אמת'ע שלום און אזוי דארף טאקע זיין עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס נישט, מען קומט צו שמחות, ביי די בני יואל דינער אין קרית יואל קומען די באסעס פון ויואל משה צו הילף און די זעלבע ביי די ויואל משה דינער, מען העלפט זיך ארויס מיט געלט מען העלפט זיך ארויס אין אידישקייט ענינים, מען זיצט צוזאמען ביי מיטונגען


פאר די אלע וואס ווייסן איז קלאר אז רבינו שליט"א צילט קלאר נישט אנצוהאלטן קיין שום רוגזה מיט בני יואל (מיט מיינ אייגענע אויערן האב איך געהערט ווי דער רבי דריקט זיך אויס פריוואט מיט א שבח אויף די ערליכקייט פון בני יואל, ווער עס וויל קען מיך פרעגן אין אישית)

בני יואל זענען אידן און מיר זענען אידן און ביידע צילן צו גיין אויפ'ן ערליכן וועג און די צודרייטע מלחמה איז שוין לאנג א פארגאנגענהייט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > חסידי הברך משה זי"ע שטיצן בני יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.