|
|
| נשלח ב-10/3/2010 21:24 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | דער דורכשניטליכער בעלזער חסיד האלט צען טויזנט מאל מער פונעם ברך משה ווי וואס דער דורכשניטליכער בני יואל, איך גארנטיר דיר, ירמי' דמן האלט אסאך אסאך מער פונעם ברך משה ווי זלמן לייב וואלדמאן.
איבער סאטמאר רבי זצ"ל, דער ריינער מציאות: דער דורכשניטליכער בעלזער חסיד האלטן פונעם סאטמאערע רבי זצ"ל דער דברי יואל, די זעלבער וואס דער סאטמארער חסיד האלט פון בעלזער רבי זצ"ל, דהיינו, אז דער דברי יואל איז געווען א קדוש וטהור, אבער דער בעלזער רבי איז געווען א גרעסערע צדיק, דאס איז קיין שום חסרון, פארדעם איז ער דאך א בעלזער חסיד,
אלעס פארענטפערט? |
|
קודם כל איז עס ליגנט און שטותים דער דורכשניטליכער בעלזער האלט נישט פון רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע און אוודאי נישט פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.
אבער אפילו יא, דער דורכשניטליכער בעלזער היינט צו טאגס איז אנגעפולט מיט ציונות פון קאפ ביז פיס, און ווערט פון טאג צו טאגס מער און מער מאדערן, דער קאפ ליגט זיי אין התחדשות און פסיכאלאגיע, און יעדע אידישקייט זאך וואס שמעקט פון "אמאל" אדער אלטקייט איז ביי זיי אפגעלאכט בזוי ומבוזה.
עס איז נישט קיין ספק אז רא"ט שטרעבט אהין אנצוקומען, און ער וועט מסתמא אנקומען, אז נישט היינט וועט זיין מארגן, ער וועט שוין טרעפן דעם תירוץ פארוואס זיך מיט דעם בער זיך איבערצובעטן, אפשר וועט ער זיך איינרעדן אז ער טוט איינעם אפ וכדומה, אבער זיין ציל שלום צו מאכן מיט די אלע ציוניסטישע און אגודיסטשיע רביים וועט ער סוף כל סוף דערגרייכן, און טאקע זיין יונגווארג וועט ער אפקילן פון די אלע סאטמאר'ע באגריפן. און טאקע פאר דעם פירט ער די מלחמה מיט כולל שומרי החומות.
און טאקע צוליב די סיבה, האבן טויזנטער סאטמאר'ער חסידים אים געוויזן דעם רוקן, און האבן געקרוינט א נייעם רבי'ן מורינו ר' יקותיאל יהודה שליט"א, וואס גייט אויפן אלטן סאטמאר'ן דרך וואס מיר האבן מקובל.
און פאר די זעלבע סיבה שטיצן מיר בני יואל ווייל זיי זענען ערליך און אויסגעהאלטן,
בקיצור ר' אהרן מיט זיינע נאכשלעפערס פארן לינקס, און זוכן זיך מתחבר צו זיין מיט אלע אגודיסטן און ציוניסטן, און די בני יואל, און חסידי סאטמאר מהרי"י האלטן זיך געטריי על דרך סאטמאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/3/2010 21:39 |
|
| |
ברענגסט ארויס א גוטע א נקודה, און דעם מהלך המחשבה פון אסאך אנשי שלומינו חסידים פון הייליגן ברך משה זי"ע, אז כאטש עס באדערט אונז אז טייל מעמבערס פון קהל בני יואל זענען מזלזל אינעם כבוד פון אונזער רבי'ן, אבער נאך אלעם זענען זיי פארט "סאטמאר'ע חסידים" אויסגעהאלטן אין השקפה ע"פ שיטה הקדושה פון רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע, און בדרכי הצניעות, און שטרעבן צו זיין אפגעזונדערט פון די גאס בכל הענינים.
משא"כ ר' אהרן גליטשט נעבעך, און שטרעבט זיך אויסצומישן מיט די ציוניסטישע גאס, און ווערן נאענט מיט די בעלזער און קלויזנבורגער וכו'.
און לגבי דעם ברך משה זי"ע הגם בני יואל זענען נישט זיינע גרויסע חסידים, האבן זיי אים פארט נישט אזוי מבזה געווען ווי זיין אייגן קינד ר' אהרן וואס האט מיט אים געפירט א שמוציגע מלחמה און אים גערופן אין קאורט, און דער שמוציגער בלאט וואס האט געגאסן אויפן רבי'ן הויפנס מיט שמוץ, וואך איין וואך אויס.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/3/2010 21:42 |
|
| |
ר' אהרן איז שוין דארט איבער 60 יאר ציוויפיל, מ'ווארנט שוין איבער 30 יאר אז ר' אהרן איז א באהאלטענע אגענט פון די ציונים, ווען מיינסטו גייט ער זיך שוין אפען דערקלערן א ציוני, ביי די 85? לויט די זאלוני סברה אז דער ברך משה איז געווארן א בני יואל ביי די 85 שטימט עס טאקע.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/3/2010 21:52 |
|
| |
הער אויס אויב ר' אהרן'ס קינדער וועלן לאכן פון אים ביי די 85 אז ער איז שוין אלט און ווייסט נישט פון דינסטאג ביז מיטוואך, אפשר וועט ער דאן אויך מאכן היסטאריע ?! קע זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/3/2010 22:05 |
|
| |
קען אויך זיין, אלעס איז מעגליך, קען אפי' אויך זיין אז די בני יואל וועלן מאכן שלום מיט די ציונים אלעס נאר ציציפיקסן אהרן'ען, וואס ווייסן מיר דען עתידות
|
|
|
|
| נשלח ב-10/3/2010 22:23 |
|
| |
אמת! אפשר גייט מארגן רעגענען ברויט פון הימל, ווייסט דען איינער עתידות?!
|
|
|
|
| נשלח ב-10/3/2010 22:28 |
|
| |
גראדע האט מען שוין דאס אויך געהערט:
ויאמר ה' אל משה הנני ממטיר לכם לחם מן השמים ויצא העם ולקטו...
|
|
|
|
| נשלח ב-10/3/2010 22:33 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | ר' אהרן איז שוין דארט איבער 60 יאר ציוויפיל, מ'ווארנט שוין איבער 30 יאר אז ר' אהרן איז א באהאלטענע אגענט פון די ציונים, ווען מיינסטו גייט ער זיך שוין אפען דערקלערן א ציוני, |
|
ער איז א אפענע ציוני
|
|
|
|
| נשלח ב-10/3/2010 23:05 |
|
| |
אויב ער איז א אפענע ציוני פארוואס פאר א שווארץ יאר מאכט עטס אזעלעכע גראמאזן פאר א נארישע משלוח מנות מעשה, זענט עטס צידרייט צי וואס?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/3/2010 23:25 |
|
| |
סקאטאיך גלייב נישט אז ער וועט זיך ערקלערן אלס אפענער ציוני, ער וועט ענדערש פרובירן אפצוקילן די מערכה פון אינעווייניג, און דאס טוט ער אינגרויסן. למשל פירן א מלחמה מיט כולל שומרי החומות איז פון די קליינע זאכן.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/3/2010 23:38 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | אויב ער איז א אפענע ציוני פארוואס פאר א שווארץ יאר מאכט עטס אזעלעכע גראמאזן פאר א נארישע משלוח מנות מעשה, זענט עטס צידרייט צי וואס? |
|
פאר זיינע נאכשלעפערס וואס ווילן עם אנשטעלן מיט א שיינע פנים
|
|
|
|
|