ר' יונה אין היסטערישען אטאקע גאב"ד כאפט דעם בני ברקער שקר
דער בני ברק'ער סכסוך האט זיך פאריגע וואך צופלאקערט ווען דער ירושלימ'ער רב
האט באוואשן ברוך אילאוויטש מיט קולות, אז זיי מאכן פון אים ליצנות, דער גאב"ד
האט געהערט פון ברוך אילאוויטש אז זיי האבן שוין אינטערגעשריבן שטרי בירורין ער
האט געבעטן א קאפי דערפון און זיי האבן נאכנישט געטראפן דערווייל קיין קאפי,
זיי זאגן אז זיי האבן דאס געשיקט פארן בורר, אבער דער בורר זאגט אז זיי האבן
נאר געשיקט א קאפי פון אן אלטן שטר וואס זיי קלויבן אנדערע בוררים און שלישים
ווי דער גאב"ד האט אפגעשמיסט, מאידך גיסא האט דער גאב"ד געוויזן פאריגע וואך אז
ער האט א קאפי פון אונטערגעשריבענע שטרי בירורין גענוי אזוי ווי ער האט
אפגעשמיסט מיט די צדדים, דער ירושלים'ער רב האט געזאגט פאר די בני ברק'ער זאלן
ברענגן א גחתמ'טע שטר ווי שנעלער אויב נישט וועט ער מוזן מגלה זיין דעם אמת,
ווער עס איז מעכב די דין תורה די לעצטע צוויי יאר, באזונדער זענען די בני ברק'ער נאך אונטער שאק אז דער ירושלימ'ער רב האט
אונטערגענומען דעם שליחות פון סאטמאר בית דין ממנה צו זיין דעם בוררות, און
נישט די בני ברק'ער רבנים, די בני ברק'ער האבן געהאלטן אז זיי וועלן מיד מאכן
דער גאב"ד וועט ער זיך מסלק זיין און לאזן די בני ברק'ער בתי דינים ממנה זיין א
בוררות כפי רוחם, אבער דער גאב"ד זאגט קלאר אז ער וועט אויספאלגן די בקשה פון
סאטמאר ביד"צ און ער וועט ברענגן די עקשנים צו א בוררות אפילו סגייט נישט ווי
זייער פלאן, ר' יונה בראותו כי כלתה אליו הרעה, האט ער ארויסגעשאסן א באמבע מיט א פריש
געבעקס כדרכו כאילו די בני ברק'ער ווילן יא אינטערשרייבן, אדרבה יונה'לע ברענג
א קאפי פון שטר בוררין וואס עטס ווילסט אונטערשרייבן און ברענג אויך דעם בריוו
פון ר' משה חיים פאר'ן גאב"ד ער זאל לאזן די רבני העיר הקרובים אל החלל באשטימן
א בוררות, ,
 |
|
|