פרעזענליך צו די אנשי מהרז"ל: עטס וועטס אוודאי פראבירן צו בארואיגן ענקער ליידיגע זעלן מיט דברים של הבל, וויל איך בעטן בכל לשון של בקשה צו רעדן וואס מער זאכליך, נישט פאר אייער טובה נאר פשוט איך זאל האבן די זכי' צו שטיין מיט ענק אין ווארט. וד"ל
דאס איז א ליידיגע פארווארט, די אהרונים פילן דאס אויס ווען אימער איינער שטעלט זיך אויף זאגן עפעס וואס איז (אדער מען קען עס אויסטייטשן) לטובת זיי. הרב וואזנער שליט"א, ווינער רב, איינער לויב, מיכל נאכנישט געבוירענער, יענקל געשטארבענער אז"וו.
געטס מיר נאר אהער די ליידיגע פארווארט וואס זיי פילן אויס ווען די זעלבע רבנים זאגט עפעס וואס שמעקט זיי נישט?
נשלח ב-22/2/2010 19:09
לשאלת הרבים פיל איך פאר וויכטיג ארויסצוברענגען אן הערה, קודם כל בעט איך נישט צו מאכן דעם "זיכערמאן כתב" אויף דעם הודעה (וואס איך האב געפעיסט פון http://www.hydepark.co.il/forum.asp?forum_id=21125), צוליב דעם וואס עטליכע פון די בני החבורה האבן ווארשיינליך נישט גוט אפגעטייטשט דאס ענין און מיך דיאגנאזירט אלס ארוני......
צווייטנס כל, וויל איך קלאר מודיע זיין פאר'ן עולם אז חס מלהזכיר אז איך נויג צו די ארונים (אן ארוני שעמט זיך נישט מיט זיין פארטיי...), ב"ה איך נעם נישט דער גאנצער ענין צום הארצן דעריבער קען איך מיך אפט ערלויבן א ברייטן שפראך. (דרך אגב, איך נעם זיך ניטאמאל די מי צו שרייבן אין כל העולם כולו).
יא די קענסט גאנטץ גיט אבער דאך נישט אינגאנצן גיט שפילן ווייל א חלה דעקל בלייבט א חלה דעקעל
יעצט צי די דרשה פין ווינער רב שליט"א איך פארשטיי ענקער ווייטאג ענק האבן זיך פאריפן אויף זיין נאמען אין יעצט האט ער מוחה געווען אויף ענקער חוצפה פין מבזה זיין די גרעסטע רבנים מיט אזא חוצפה האט שמואל מיט יונה באשלאסן אז מגייט איבער דרייען די היט אויף סאטמאר אבער זייט וויסען אז דעס וועט נאך מער ארויס נעמען ווינער רב שליט"א פין די כלים אן ער וועט רעדן קלארער אין דעמאלטץ וועט מען שנעל טרעפן עפעס א שפעט נאמען אויף עם אין פארטיק מיט עם
נשלח ב-22/2/2010 19:38
טייערע פריינט, קודם כל פריי איך מיך צו זען אז מיינע פירות האבן דערגרייכט דא אויכעט. דערנאך וויל איך ארויסברענגען מיין פרייד קודם איבער דאס דרשת הגה"צ מוויען זעלבסט און צום לעצט אז מען האט מיך געפאלגט און פראבירט צו ענטפערן עפעס עטוואס צום זאך.
צו דיר "דער_אקס" וויל איך איבערגעבן א קאמפלאמענט אויף דיין ניק!
יעצט צו די דרשה פון ווינער רב, ער באלאנגט גענצליך צו דער מהר"א צו עטס ווילטס יא צו עטס ווילטס נישט! און טאמער עטס זענטס מסופק דאן כאפט א שמועסעלע מיט עמען.
ביטע ארויסברענגען קלארער וואס דו מיינטסט צו זאגן און מ'העט פראבירן צו פארשטיין געבן וואס מער שייך.
נשלח ב-23/2/2010 00:28
איך ווייס אויך נישט כ'האב נאר נאכגעשריבן וואס כ'ליין אלץ אין כל העולם איבער א געוויסע פאסטרעגער, אויב דו פרעגסט מיר איך ווייס טאקע נישט.
נשלח ב-23/2/2010 00:32
איז א סימן אז ס'איז נישט פאר דיר און מיש דיך נישט אריין! איך גלייך זייער צו רעדן מיט דיר וואלןמה, אבער ביטע טו נישט אזוינס נאכאמאל, ליבערשט טראכט בעפארן שרייבן...
נשלח ב-23/2/2010 00:34
איך צו שוין צוריק...
נשלח ב-23/2/2010 00:38
לדעתי וועט די אהרוינישע ספינס פון ווינער רב'ס דרשה זיי צוריק שמייסן ווי א בומבארג
נשלח ב-23/2/2010 00:42
נפל'ע, דיר קען איך אויך נאר זאגן: "ליבערשט טראכט בעפארן שרייבן"... איך האב שוין געבעטן אין אנהייב און איך וועל עס איבערחזר'ן:
פרעזענליך צו די אנשי מהרז"ל: עטס וועטס אוודאי פראבירן צו בארואיגן ענקער ליידיגע זעלן מיט דברים של הבל, וויל איך בעטן בכל לשון של בקשה צו רעדן וואס מער זאכליך, נישט פאר אייער טובה נאר פשוט איך זאל האבן די זכי' צו שטיין מיט ענק אין ווארט. וד"ל
די וויענער איז אן ארוני צו דן ווילסט נפל'ע אדער נישט!
נשלח ב-23/2/2010 00:43
צו נפל'ע
זיכערמאן כתב:
קען איינער אפשר ארויפלייגו "די וויענער דרשה"?
אדער כאטש די פאר הייסע שטיקלאך
מיט דאנק פון פאראויס:
רב זיכערמאן
פארוואס'זשע האט מען נאכנישט נאכגערומען די פארלאג אויב דו ביסט אזוי זיכער?!?!