בית פורומים אידישע געדאנק

געוואלדיגער סוקספול מעמד פארן הייליגן מוסד "אתרא קדישא" און אר"י

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/2/2010 20:02 לינק ישיר 
געוואלדיגער סוקספול מעמד פארן הייליגן מוסד "אתרא קדישא" און אר"י

ווי באוואוסט פאר אחבנ"י איבעראל איבער דע גרויסע ארגענעזעשן "אתרא קדישא" וואס במשך פון צענליגער יארן פון איר עקזיסטענד האבן זיי שוין באוואוזן צו ראטעווען הונדערטער בתי קברות קברי אבותינו וקדמונינו נבג"מ איבער דע גאנצע וועלט  און בפרט און אר"י איז נאר בזכות אתרא קדישא איז שוין געראטוועט געווארן פון דע ציוניסטישע הענט הונדעטער אידישע קברים בניהם קברי תאנים און אמוראים און אזוי וויטער טאג נאך טאג מיט פילע אויפטיהנגען ווי ליקוט עצמות וכו וכו,, הויפט פון אתרא קדישא ווי באוואוסט שטייט הגאון הצדיק בעל מסי"נ הגאון הגדול רבי דוד שמידל שליט"א וואס הרה"ק מבריסק זי"עא האט עם פרעזנדליך געשטעלט טאקע צו פירן דע האקעלע עניינים ווי ער שטייט מיט הימלישע כוחות און משים לילות כימים למנוחת שוכני עפר אשרי לו,,

דער מוצש"ק ז אדר יומא דהילולא פון משה רבינו איז פאר געקומען און שטאט בית שמש א מעכטיגן  גרויסן מעמד און כינוס השנתי פאר דע אלע וולאנטירן פון אתרא קדישא פון איעראל מיטן באטיילונג פון אלע גדולי רבנים פון שטאט ווי עס האט אויפגעטרעטן וויפאלגענד,
יו"ר המעמד העסקן הנמרץ הנודע בשרים לתהילה הרה"ח חיים אליעזר היימליך שליט"א
דבר המעמד איז געזאגט געווארן דורך הגאון הצדיק רבי דוד שמידל שליט"א יו"ר אתרא קדישא אר"י
נואם הכבוד איז געווען דער פה מפיק מרגליות הגה"צ רבי מנחם מנדל דאווידואוויטש שליט"א מחושבי רבני קיט"ל סאטמאר בני ברק וראש כולל אמרי אש
משא הקודש דורך הגה"צ המפורסם רבי יהושע ראזנבערגער שליט"א גאב"ד קרית רמ"א וחבר הבד"ץ העדה החרדית
דברי ברכה איז געזאגט געווארן דורך הגאון הגדול רבי מאיר העלער שליט"א רב קרית חסידים וראש כוללי ישוב הישן בי"ש

סך הכל וואס אלע האבן ארום גערעדט דאס גרויסקייט און הייליגקייט פון אתרא קדישא און דאס גרויסע המתקת הדינים וואס זיי ברענגען אויף כלל ישראל וכו, מיט פילע חיזוק און התעורורת איז דער גאנצע ציבור דערקוויקט געווארן אנצוגיין ווייטער מיט דע הייליגע ארבעט

 ב"ה טראץ אלע שטערונגען און דע לעצטע יארן וואס מחרכי ריב כת הולכים בערכאות זענען אויפגעשטאנען אפצימאכן יעדע דבר שבקדושה, ווי באקאנט ביי דע הייליגע מוסד "אתרא קדישא" ווי זיי האבן מיט אלע זייערע כוחות צוזאמען מיט זייער "טריפענע שונד בלאט" פרובירט דאס אויסמעקן רח"ל אלעס פארן גרויסן חטא ווייל זיי זענען נישט אינטער דער ואני אמלוך איז טאקע יעצט ערב פורים איז א גרויסע שמחה פאר גאנץ כלל ישראל אז מחשבת המן האט געקראכט,ב"ה

 בדרך אגב ווען מען גיט א קוק אוף צוריק נאר און דע לעצטע פאר חודשים וואס נאר דע בני המן האבן פרובירט מיט אסאך וועגן בגלוי ובסתר חרוב צו מאכן יעדער דבר שבקדושה בדורינו  צו דאס דע הייליגע מוסד "שומרי החומות" ,צו דאס לייגן שווערע פיסלעך פארן באווויסטן "אהלי צדיקים" בראשות הרה"ח ישראל מאיר גבאי שליט"א (ווען דע זעלבע פאסירונג וואלט פאסירט ביי דע זאליס וואלט שוין געווען אין "דער בלאט" א ספעציעלער באלגע) פאר מאכן שוהלן,מוציא זיין לעז אויף חשובע משפחות,מבזה זיין גדולי וחשובי תלמידי מרן רבינו זי"ע,נידריגע טרור,וכו וכו,,,און ווער רעדט נאך פון דאס שרעקליכע שערוריה פון מאכיל זיין פאר טויזינטער אידן "נבלה קאטשקעס"וואס אפילו ביי אחשווארוש שטייט אז ער האט געגעבן צו עסן נאר כשרס, אוי לנו שכך עלתה בימינו   המשך,,,



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2010 00:12 לינק ישיר 

ביטע פראבירן צו פארמינערן פון די געוואלדיגע גרעפיק ארבעט, עס קומט אן גרינגער צו לייענען אן די אלע חזעריי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2010 01:17 לינק ישיר 

איך האב געמיינט אז ר' מנדל דוידוביץ האט שוין אויפגעגעבן אויף אתרא קדישא ווייל ער האט שוין גענדיגט חתונה מאכן אלע קינדער און ווי יעדער איינער ווייסט פאר יעדע חתונה פון א קינד זיינע איז געווען א מגבית פאר....... אתרא קדישא....


און ווער עס קען חיים אליעזר היימליך דער יו"ר המעמד ווייסט אז ער קען נישט עפענען זיין מויל????


תוקן על ידי המהדרין ב- 24/02/2010 03:41:39




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2010 11:14 לינק ישיר 

בכורשוטה כתב:
איך האב געמיינט אז ר' מנדל דוידוביץ האט שוין אויפגעגעבן אויף אתרא קדישא ווייל ער האט שוין גענדיגט חתונה מאכן אלע קינדער און ווי יעדער איינער ווייסט פאר יעדע חתונה פון א קינד זיינע איז געווען א מגבית פאר....... אתרא קדישא....
מורי ורבותי
אפילו בכור שוטה איז אויך מודה אז ר' מנדל מיינט כבוד שמים
און ווער עס קען חיים אליעזר היימליך דער יו"ר המעמד ווייסט אז ער קען נישט עפענען זיין מויל????
 האסט א גרויסן טעות מרעדט נישט דא פון ארגענעזעשן פון ארונים וואס מדארף קענען רעדן גוט כדאי דאס קענען אויפבלאזן ! ! !

תוקן על ידי המהדרין ב- 24/02/2010 03:41:39




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2010 18:03 לינק ישיר 

AZ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > געוואלדיגער סוקספול מעמד פארן הייליגן מוסד "אתרא קדישא" און אר"י
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext