בית פורומים כל העולם כולו

אלערט: וויינלאנד אדער מארוויד גייען פארלירן סייעתא דשמיא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/2/2010 19:54 לינק ישיר 
אלערט: וויינלאנד אדער מארוויד גייען פארלירן סייעתא דשמיא

באקומען אין אימעיל

ווי באקאנט ליידט די 82 בוטשער אין וומ''ס לעצטענס שטארקע רעדוקציעס אין סעילס, די עיקר סיבה דערצו איז ווי באקאנט, ווייל די דעמענד נאך פלייש פין קרית יואל וואקסט ב''ה ציליב אירע פילע חומרות אין הידורים, אין די אפענע טיר פאר יעדן ת''ח, אין 82 קען אבער נישט אריינעמען די פלייש פשווט וועגן פליטיק, אין די ניגון גייט אז מ'קען נאר ניצן פלייש פין א בית השחיטה וואס שטייט שוין נאך פאר קרית יואל האט  זיך געגרינדעט ווייל דארט איז דא סייעתא דשמיא.....

זיי פראבירן יעדע שטוק צייט פארשידענע שריט, שמיציגע אין זויבערע, אפצושלאגען די רעדוקציע,
ווי ארויסלאזען יעדע שטיק צייט נאך א פאלטשע סקאנדאל קעגן בית השחיטה, וועלכע בעקפייערט ע''פ רוב, ווי אויך האבען זיי יעצט געפענט נאך א בוטשער אויף לי מידעלטאון.
עס האלט אזוי ווייט אז דער גוועזענער גרעסטער בוטשער אין ניו יארק, דארף היינט אינוויסטערן שווערע געלטער פאר PR פשוט צו קענען אנהאלטען א גרויס חלק פין זיינע קאסטומערס, ער טוט פעולות וואס ער האט קיינמאל נישט געדארפט טוהן.

זענדיג אז דאס אלעס העלפט נישט ווילן זיי יעצט אויפהערן צו נעמען פין איינס פין די 2 א''ד שעכט הייזער פין ווי זיי נעמען ביז היינט, אין גיין צו איינס פין די נייערע שחיטות (זשי ענד זשי אדער באבא''ד, די געלט גייט לכאורה מאכען די דעסיזשען) אין מ'פארקויפן אז מ'האט אנגעהויבן מיט א שחיטה המהודרת (ס'קען זיין דאס וועט ארויך אריינגיין אין די קלעבער/אייזלען גלאט).

דערוויייל ווייסט מען נאכנישט אויב מ'גייט ציריק אנהייבן מיט שטיין זאלץ, א זאך וואס מ'וואלט שוין לאנג געקענט באשטיין צו טוהן, ס'פאסט נאר נישט אז די ארונים וועלן קלעימען וויקטארי אויף די מערכה.

די שאלה וואס בלייבט איז וויאזוי מ'וועט קענען אהינשלעפן די סייעתא דשמיא וואס מ'האט געהאט אין וויינלאנד צו די נייע שחיטה.... ימים ידברו.


תוקן על ידי rebyankel ב- 24/02/2010 19:58:04




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אלערט: וויינלאנד אדער מארוויד גייען פארלירן סייעתא דשמיא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext