ש''ב לנכד האדמו''ר מ'סוקלען, בהשתתפות גדולי רבנים שליט''א
נעכטן איז פארגעקומען א שבע ברכות אין שטוב פין סקלעני רבי שליט''א, פאר זיין אייניקעל א קינד פין זיין איידעם הרה''ג ר' דוד לייב קלוגהאפט שליט''א
ווי עס האבען זיך באטייליגט גדולי הרבנים שליט''א ובראשם סאטמערע רבי שליט''א, וועלכע האט זיך געפינען אין וומ''ס ווי יעדע דינסטוג אויפצונעמן דעם ציבור אנ''ש
ווערט געזעהן מונקאטשער רבי שליט''א ,אין טשערנאבלער רבי שליט''א
ביים מחול לצדיקים
תוקן על ידי rebyankel ב- 24/02/2010 22:23:54
נשלח ב-24/2/2010 22:19
נאכדעם וואס סקולענער רבי שליט''א האט ארויסבאגלייט סאטמאר רבי שליט''א אינאיינעם מיט מינקאטשער רבי שליט''א
נשלח ב-24/2/2010 22:38
מ'שטיינס געזאגט אז נאך די געהויבענע הייליגע באזוכן וואס ר' אהרן האט אפגעהאלטן ביים סקולענער רבי'ן, און דער סקולענער רבי איז אראפ פון די ליסטע פון די רבנים וואס ווערן באשמוצט פארן נישט גיין אין שפאן, וועט חסד לאברהם אנהייבן עדווערטייזן אין בלאט???....
נשלח ב-24/2/2010 22:40
טיפש'ל די רבי האט נישט באזוכט ביי בלום פין חסד לאברהם, ער האט באזוכט ביי סקולענער רבי
נשלח ב-24/2/2010 22:44
חכם'ל
די לעצטע אכט יאר האט דאך ר"א נישט באזוכט דעם רבין פון חסד לאברהם, נישט נאר ר' אברהם יצחק בלום.
נשלח ב-24/2/2010 22:51
ער קומט נאר ווי מ'רופט אים
נשלח ב-24/2/2010 22:57
נו היתכן אז ביז היינט האט סקולען נישט געשפירט פאר וויכטיג צו רופן דעם רשכבה"ג ר' אהרן צו זייערע מסיבות און שמחות?
נשלח ב-24/2/2010 23:37
ווייל לויט וויפיל איך קען סקולענע רבי שליט''א האט ער נאך אין זיין לעבן נישט גערופן קיין רבנים צו זיינע אייניקלעך'ס שמחות איינמאל איז געווען וואס ער האט אליין גערופן רבנים איז געווען ביי תימן וואס דאן האט ער גערופן סאטמערע רבי שליט''א, אבער ער איז נישט געווען דאהי ביי די אסיפה.
סיי וויאזוי, I FEEL YOUR PAIN זייט די באזוך אין פאלם ספרינגס פילסטו כמעט אזווי נאך די באזוך פין ר' לייבוש
נשלח ב-25/2/2010 01:21
לאפלאש כתב:
נו היתכן אז ביז היינט האט סקולען נישט געשפירט פאר וויכטיג צו רופן דעם רשכבה"ג ר' אהרן צו זייערע מסיבות און שמחות?
זעט אויס אז זייט מ'האט אנגעהויבן באשמיצן ר' יוא-ליש מארגענשטערן און די איבעריגע ווערעמלעך, האט זיך דער סקולענער רבי בארעכנט.