לא קשיא: הא לן והא להו
אזוי ווי מיר האלטן אפאר טאג פארן יו"ט פורים ווען ס'איז דא די מצוה פין חייב איניש לבסומי בפוריא עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי.
אין ווי רביה"ק זי"ע האט געטייטש די גמרא כמה פעמים (עיין פורים תשי"ט) אז די בני בניו של המן שלמדו תורה זענען אזלכע תלמדי חכמים וואס זיי לערנען תורה ברבים אבער זיי זענען עמלקים ממש, אין כלל ישראל ליידט זיך אן אלע צרות פין די ת"ח וואס זענען מזרע עמלק. דאס איז די ענין פין חייב איניש לבסומי בפוריא אז ער זאל וויסען אז אסאך מאל קוקט דער ארור המן אויס ווי דער ברוך מרדכי, עכדה"ק. (עיין עוד פורים תשט"ז)
נאך א בחינה זאגט ער (עיין פורים תשט"ז ותשי"ז) אז א גאנץ יאר איז דא וואס האבן מורא ארויס צי זאגן דעם ארור המן אין פורים דארף מען צוקומען צי די בחינה אז מ'זאל נישט מורא האבן אין זיך נישט שעמען ארויס צו זאגן דעם ארור המן, עכדה"ק.
האב איך מיר גענומען די צייט אביסל ארויס צו ברענגן די ארור המן'ס, וואס זענען מתיר די גאנצע תורה אלע תרי"ג מצות איז מותר פאר איין ציל, די ציל איז מתיר אלע אסורים שבתורה אין אסר'ט אלע התירים, אלעס מיט די היתר פין עת לעשות לה' הפירו תורתיך. סאיז שוין 10 יאר וואס מען איז מפיר די הייליגע תורה, ווען וועט שוין קומען די זמן וואס מ'דארף שוין היטן די הייליגע תורה ווייסט איין איינציגער באשעפער.
[וואס בעצם איז דאס וואס די אגידיסטען האבן ג'טענהט, אז זיי ווילן נאר אויפטוהן פאר אידישקייט אפי' אויב דארף מען גיין צו די בחירות אין אריינגיין אין די ממשלת הטמאה איז עס עת לעשות לה', אין אויף דעם האט רביה"ק והטהור זי"ע געשריגן אז מטאר נישט עובר זיין אויף די הייליגע תורה אפי' א קיצו של יוד, אין אויב דארף מען עובר זיין אויף די תורה איז א סימן אז דאס איז נישט דער רצון השם, די תורה קען מען נישט רירען אין נישט דרייען.]
חוץ דעם האבן זיי א דרך אז וואס יענער טוט איז ער א שגץ אין ער איז משנה וכדומה, אין ווען די זעלבע זאך פארסירט ביי זיי איז נישט דא דער איסור וכדומה, ווייל הא לן והא להו.
האב איך געמאכט א שטיקעל רשימה פין זאכן וואס איז עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי ווען דער ארור המן טוט דאס איז עס מותר, אין ווען דער ברוך מרדכי טוט דאס איז עס אסור, ותן לחכם ויחכם עוד.
א) ווען קהל יטב לב איז געגאנגען אין ערכאות ברשות בי"ד נאך 3 הזמנות לדי"ת: האבן די ה... געשריגן אז זיי זענען מוסרים אין הולכי בערכאות וכל מיני קללות.
ווען זיי זענען געגאנגען בערכאות בלא רשות בי"ד אין אן שיקן הזמנות לדי"ת, סיי אין וויליאמסבורג אין אופן ביה"ח אין בארא פארק אין מאנטריאל: איז עס געווען א מצוה.
והעולה על כולנה גיין אין בג"ץ הטמאה, איז רח"ל א מצוה.
וואס איז די חילוק הא לן והא להו
ב) ווען קהל יטב לב האט געמאכט א מיטונג א' שמות תשס"א איז ארויס געקומען א בריוו פין די ה... קשר בוגדים אז מטאר זיך נישט אפטיילען.
תש"ע ווען זיי ווילן מאכן א זאל אין ק"י קומען די זעלבע ה... אין שרייבן אז נפרדו מהקהלה.
וואס איז די חילוק הא לן והא להו
ג) ווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מאכט א שחיטה מהודרת פאר בהמות, איז ער משנה אין מטאר נישט.
ווען זיי מאכן א שחיטות בית יוסף, איז דאס נישט קיין שינוי מעג מען.
וואס איז די חילוק הא לן והא להו
ד) ווען מען נעמט מהידור'דיגע ווייץ פין אריזאנע, איז מען משנה.
ווען מען נעמט ווייץ פין קאליפאניא מישיגען וכדומה, מעג מען.
וואס איז די חילוק הא לן והא להו
ה) ווען פריוואטע מענטשען האבן לאטס אדער בילדונגס ארום וויליאמסבורג אין ווילען עס אויף בויען פאר ארטיסטען ווי זיי קענען דארט מאכן כמה וכמה פעמים מער געלט ווי עס צי בויען פאר אידן (כדוגמה די גרעטש), זענען זיי שקצים וכדומה אין מען שרייבט קול קורא'ס קעגען זיי אין מען מאכט פראטעסטן.
ווען זייער ראשי הקהלה האבן א בילדונג פין ארטיסטען אין וויליאמסבורג (אין פאר לא יחרץ געלט בויען זיי א ביהמ"ד דערנעבן), אדער ווען משה דוד נידערמאן מאכט געלט פין שעפיר מעג מען דאס בויען פאר ארטיסטען.
וואס איז די חילוק הא לן והא להו
ו) ווען מען אינדארסעט א אנדערע קאנדידאט פין משה דוד נידערמאן (וואס ארבעט נאר קעגן די אינטרעסן פין די קהילה), זענען זיי שקצים אין מ'צוברעכט די כח פין אחדות וכדומה.
אין קרית יואל ווען מען צוברעכט די כח פין די ווילידזש אין יעדער פאליטישאן וואס העלפט נאר די ווילידזש אינדארסט מען זיין קעגנער, דארט מעג מען.
וואס איז די חילוק הא לן והא להו
ז) ווען קרית יואל ארבעט צי באקומען וואסער פין נ"י סיטי איז עס התגרות באומות.
ווען זיי גייען אין קאורט מיט די גוי'שע שכנים ווייל זיי ווילן מאכן א ווילידזש אין בלומינג גראוו, איז דאס נישט קיין התגרות באומות.
וואס איז די חילוק הא לן והא להו
ח) ווען קהל יטב לב זאגט אז ווער עס באניצט זיך מיט די בתי מדרשים, מצות, זאלן, וכדומה וואס איז זיי האבן גע'גנבעט פינעם ציבור וואס האט עס געבויט אין דארט געווען פאר יארן, אז ס'איז גזולה, זענען זיי בהמות וכדומה.
אויף די בית החיים וואס איז אלס געווען אינטער די רשות פין קהל יטב לב איו איז ווייטער אינטער זייער רשות, דארט ווער סלינגט דארט איז עס קרקע שאינו שלא.
וואס איז די חילוק הא לן והא להו
ט) ווען כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א מאכט א גרויסע חתונה פאר זיין זון, איז מען א געטשקע.
ווען הגז"ל מאכט א גרויסע חתונה פאר זיין זון, איז עס נצח ישראל לא ישקר.
וואס איז די חילוק הא לן והא להו
י) ווען בני יואל גייט אין ערכאות קעגן קהל יטב לב ק"י וועגן די ערקאדישענס אויף די דאך פין זייער שול אין זיי פארלירן די קאורט אין די קאורט הייסט עס אפשפארן, איז דוד עקשטיין א מסור אין א שגץ.
ווען זיי שפארן אפ בתי מדרשים כדוגמא די מנין פין די עידיות שבעידיות אין תהלות יואל תש"ס ווייל זיי האבן "מחשבות זרות", אדער אפשפארן אין ארויסווארפען די כולל אויפן גאס מעג מען.
וואס איז די חילוק הא לן והא להו
יא) ווען הרה"ג ר' אליקום שלעזינגער שליט"א ואתו עמו רבני אייראפא ארבעטן אז מזאל צריק לייגן די עצמות קדושות אין שפאניא וואיז ארויס געגראבן געווארן, איז ער א שגץ וגו'.
ווען 2 יאר פארדעם געבן זיי רשות פאר די שפאנישע רעגירונג מפנה צו זיין א בית החיים, מעג מען.
וואס איז די חילוק הא לן והא להו
יב) ווען מעטשען מאכן קליינע עירובין אויף זייער גאס טאר מען נישט.
ווען ער וויל פירן א גרויסע טיש (לדוגמא שבת שבע ברכות) אין האבן ברענטשעס, מעג מען מאכן א עירוב.
וואס איז די חילוק הא לן והא להו
יג) ווען אידן וויינען זיך אויס ביי שלוש סעודת תורות אדער ימים נוראים וכדומה, איז עס א פארטיי.
ווען מען בעט אז די בחורים זאלן קומען צי שלש סעודות, איז עס די נקודה פין רבין זכרונו לברכה.
וואס איז די חילוק הא לן והא להו
יד) ווען א יחיד האט א זאל ראוז קעסל שוין פאר יארן אין ער איז דארט נאך פאר אידן האבן דארט אריין געמופט, אין ער פארדינגט עס פאר פריצות'דיע חתנות, איז ער א שגץ אין מען שרייבט בריוון אן אים אריבער רופן וכדומה. (וואס אגב ווען די רבנים האבן געדערט צי די בעל הבתים וועגן דעם האבן זיי אויפגעהערט, עיין מכתב אב"ד ישראל והזמנים).
ווען זייער מוסד האט א זאל עטרת אברהם וואס איז געבויט מיט ציבור'ס געלט אין הארץ פין וויליאמסבורג אין מען פארדינגט עס פאר פריצות'דיגע חתנות, איז אין פוצה פה ומצפצף. וואס איז די חילוק הא לן והא להו
טו) טאמער הגאון הגדול דומ"ץ ק"י שליט"א זאגט אז מען טאר נישט מסדר קידושין זיין אין ק"י יהי' מי שיהי', איז ער מבזה א תלמיד חכם.
ווען זיי שרייבן אויף הגאון הגדול דומ"ץ ק"י שליט"א, תולים בוקי סרוקי וגו' ומאצי לעז וכו', איז נישט קיין בזיון תלמיד חכם.
וואס איז די חילוק הא לן והא להו
טז) ווען דער בלאט ווייסט אויף די זיופים פין ר' יצחק שטיין'ס בריוו, אדער ווען זיי לייגן אריין א מודעה פין קהל וועגן איינער וואס האט איז א פורץ גדר אין מאכט פסולע קידושין, זענען זיי מבזה ת"ח.
ווען דער איד שרייבט וואך נאך וואך אויף א מנהיג ישראל אין אויף יעדן רב ותלמיד חכם וואס גייט נישט אין זייער שפאן, מעג מען.
וואס איז די חילוק הא לן והא להו
יז) ווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מאכט חתונה תקנות, טיילט ער איין פאר מענטשען ביי זייער שמחה.
ווען זיי מאכן א זאל ווי מען טיילט איין וועם צו נעמען פאר שמש ביי די חופה אדער ווען צי בענטשען וכדומה, דאס הייסט נישט איינגעטיילט ביי יענעם'ס שמחה.
וואס איז די חילוק הא לן והא להו
יח) ווען קהל יטב לב פארלירט א קאורט איז עס לא ינוח שבט הרשע וכו', ולא ירעו ולא ישחיתו וכו' העברת התורה לא יצלח.
ווען זיי פארלירן א קאורט איז עס שטנא נצח, הסתרת פנים, וכו'.
וואס איז די חילוק הא לן והא להו
יט) טאמער קומט אריין א משוגענער אין ביהמ"ד הגדול בק"י פרייטאג צו נאכטס ביי מנחה אין גייט צום ארון הקודש אין וויל אנהייבן צי שרייען אין מען טראגט אים ארויס, האט מען ר"ל געשאלגן א איד וגו'.
ווען שלאגט אידן יעדן צווייטען טאג צו איז עס ווייל ער וויל זאגן גוט שבת פאר רביה"ק בעל ברך משה ז"ל, אדער אין די סוכה ועוד ועוד, מעג מען.
וואס איז די חילוק הא לן והא להו
כ) ווען סאטמער האט א גרויסן ציבור, איד דאס לא מרובכם וכו'
ווען מען בעט די בחורים אז זיי זאלן קומען צים דינער וכדומה, איז עס ברב עם הדרת מלך.
וואס איז די חילוק הא לן והא להו
תם ולא נשלם ס'איז דא נאך אסאך דוגמאות ועוד חזון למועד.
לאמיר אלע זינגען צוזאמען, הא לן והא להו....
 |
|
|