|
|
| נשלח ב-25/2/2010 23:52 |
|
| |
| נפל כתב: |  | עס איז נישט אפילו א הווא אמינא צו פארמאכן, די חברת תהלים וועט אנגיין דעם יאר אין ויואל משה פונקט ווי די פארגאנגענע יארן! |
|
איך מיין דעמאלטס אז די קענסט אינז געבן ענקער מוירטעל שול
איך גאראנטיר דיר אז מיר גייען ווייטער דאווענען אין לערנען דארט - אויב עפעס ביתר שאת וביתר עוז, אפשר אפי' בויען א היכל התורה, אזווי מיר טוהן איבעראל
די איינציגסטע זאך איז כ'וויל טוישען די מייסדים אין פירער'ס
שוטה דו!
דיין רבי איז טאקע אזא קאלטבליטיגע רשע, ס'טוט אים וויי אז איינער וואס גייט נישט אין שפאן מיט אים פירט אן אזא שיינע פראיעקט פין וואס די שכינה הק' האט שעפט אזוויפיל תענוג ונחת?
אלעס פאר שנאה אין תאוות איר ער גרייט עס צו צושטערן, אין צוברעכן די אחדות ביי א אסיפה פין אזוויפיל תשב''ר...
ביי זיין הייליגען טאטען האט ער דאס נישט געזעהן, לכאורה האט ער זיך אנגעהערט ערגעץ.... ה''י
|
|
|
|
| נשלח ב-25/2/2010 23:58 |
|
| |
רעב יאנקל בוסט אן אפגעריסענער וואס פלאפעלט נאך וואס יעדער פערד שיקט דיר אין אישי; פארמאך דיר דאס מויל (אדער דאס מויל פון די וואס זאגן דיר אונטער דארט...), ר' אברהם יושע ניימאן דארף נישט זאלסט זיך פאר אים אננעמען. אי"ה מיר וועלן זיך אלע משתתף זיין ביים לאנג-יאריגן מעמד "אילת השחר" באולם קאנקארד פלאזא, און דו מיט די אנדערע מחרחרי ריב קענען זיך צוזאמקומען אין ויואל משה פורים אינדערפריה זיך שעלטן און שלאגן איינער דעם צווייטן!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 00:03 |
|
| |
ב"ה אלעס וועט אי"ה אנגיין ווי אין די פריערדיגע יארן. מיט איין אויסנאם אז עס איז די לעצטע מינוט געטוישט געווארן די לאקאציע.
היי יאר וועט די גרויסע חברת תהילים "מעמד אילת השחר" פארקומען אין די זאלן פון "קאנקארד פלאזא" (בעדפארד קאר. פלאשינג.)
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 00:32 |
|
| |
אינטערסאנט , איך האב היינט געטראפען מיין נעפיא וואס לערנט און 82 האט ער מיר געזאגט אז ביז עס איז נישט געווען און עטרת אברהם פלעגט ער דארפן איבערהערן ליינען די מגילה א אלטער יוד ליינט און מען קען נישט הערן, און אויך עס איז אן קיין סדר ביים עסן און אזוי ווי ער איז א ציריק געצויגענע יונגל האט קיינער נישט געקיקט אויב עס האט א סידור א תהילים עסן וכדמ', און פאראיאר ביי עטרת אברהם איז געווען זיין רבי פון אמאל און געזען אז יעדער זאל אלעס האבן
איך נעם נישט קיין שטעלינג אויף פאליטיק, איך דערצייל נאר ווי אזוי איך האב געהערט פון א יונגעל
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 00:41 |
|
| |
לעבעדיגער
דערמאנסט מיך אין די אהרונים ווען זיי האבן געעפענט זייערע מוסדות איז אלעס געווען ווי די פריערדיגע יארן נאר מען האט געטוישט לאקאציעס....
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 00:52 |
|
| |
| געזינט כתב: |  | אינטערסאנט , איך האב היינט געטראפען מיין נעפיא וואס לערנט און 82 האט ער מיר געזאגט אז ביז עס איז נישט געווען און עטרת אברהם פלעגט ער דארפן איבערהערן ליינען די מגילה א אלטער יוד ליינט און מען קען נישט הערן, און אויך עס איז אן קיין סדר ביים עסן און אזוי ווי ער איז א ציריק געצויגענע יונגל האט קיינער נישט געקיקט אויב עס האט א סידור א תהילים עסן וכדמ', און פאראיאר ביי עטרת אברהם איז געווען זיין רבי פון אמאל און געזען אז יעדער זאל אלעס האבן
איך נעם נישט קיין שטעלינג אויף פאליטיק, איך דערצייל נאר ווי אזוי איך האב געהערט פון א יונגעל |
|
פין אישי
וועגן די עסן אין מגילה וכו'
דער בעל קורא איז הרב ברוך יודא שניצלער, מ'הערט אים קלאר יעדעס ווארט,
אין א רחבות וואס דארט איז געווען איז זעלטן צו טרעפן, פין יעדע טיש בלייבט איבער
יעדע טיש האט א מלמד וואס קוקט זיך אום אויף זיין טיש
(דיין א''ג נעפיו איז מן הסתם געווען תשס''ח אין ער האט געהאט פין י' ט'ס מלמדים אין יענער איז געווען א חי', ווייל פארוואס עטרת אברהם האט ער זיך יא אומגעקוקט אויף זיין טיש און אין ויוא''מ נישט)
די נעמסט נישט קיין שטעלונג אין פאליטיק - ווי אלע זאלי'ס (איר געדענקט נאך נוטראלער?)
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 00:53 |
|
| |
| דוד46 כתב: |  | | לעבעדיגער
דערמאנסט מיך אין די אהרונים ווען זיי האבן געעפענט זייערע מוסדות איז אלעס געווען ווי די פריערדיגע יארן נאר מען האט געטוישט לאקאציעס.... |
|
אויב גייט זיין די זעלבע טויש, איז דאס די בעסטע וואס קען זיין
מעז יצא מתוק
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 00:54 |
|
| |
| באלאנד כתב: |  | | רעב יאנקל בוסט אן אפגעריסענער וואס פלאפעלט נאך וואס יעדער פערד שיקט דיר אין אישי; פארמאך דיר דאס מויל (אדער דאס מויל פון די וואס זאגן דיר אונטער דארט...), ר' אברהם יושע ניימאן דארף נישט זאלסט זיך פאר אים אננעמען. אי"ה מיר וועלן זיך אלע משתתף זיין ביים לאנג-יאריגן מעמד "אילת השחר" באולם קאנקארד פלאזא, און דו מיט די אנדערע מחרחרי ריב קענען זיך צוזאמקומען אין ויואל משה פורים אינדערפריה זיך שעלטן און שלאגן איינער דעם צווייטן! |
|
באלאנד
גיס נישט אויף מיר דיין אייגנע שמיץ
דיין הייליגע רבי אין חברים לאיש משחית האבען דא ציבראכען אזא הייליגע כינוס
וואיזוי האסטו נאר געזאגט?: עתיד ליתן את הדין
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 00:55 |
|
| |
דער רעביאנקעל איז נעבעך אזוי דעפרעסט, אז ער איז כסדר ביזי מיטן סאטמארער רבין.
אזוי שטארק באדערט ער דיך?...
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 00:56 |
|
| |
דוד. וואס ווילסטו ארויסברענגען? אז די רישעות איז געלונגען און די אלע קינדער וועלן מיזן גיין אויף קאנקארד אנשטאט ויואל משה? זיכער איז עס אייך געלונגען! ס'איז קיין קלער.
ווען איך שרייב "ווי אין די פריערדיגע יארן" מיין איך צו זאגן אז די הונדערטער קינדער וועלן ווייטער גיין אין קאנקארד און נישט צו זאלי. זיי גייען נישט צום זאל, זיי גייען צו די געטרייע למדים און עסקנים וואס גיבן זיך אפ.
די נארמאלע צווישן ענק קוקן עס אויך אראפ אלץ פרעכער שלעכטיקייט (נוסח זאלי) און זעהן נישט קיין שום סיבה פארוואס דאס איז געטוען געווארן, נאכדערצו די לעצטע מינוט ממש, אויב נישט שלעכטקייט און פארביסענקייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 00:58 |
|
| |
לעבעדיגער
אז דו רעדסט פון "די נארמאלע צווישן ענק קוקן עס אויך אראפ אלץ פרעכער שלעכטיקייט", וויל איך דיר פרעגם א זייטיגע שאלה:
וויאזוי קוקן אן די "נארמאלע" צווישן ענק, ווען מען שליסט א ביהמ"ד ואו רבינו הקדוש זי"ע האט געדאווענט, מען איז מבזה רבנים תלמנידי חכמים, מען איז מוציא לעז אויף אידישע קינדער?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 01:01 |
|
| |
זיי גיבן די הענט פאר ר' דוד עקשטיין און לויבן אום פאר זיין קוראדזשפולע שריט פון אפשפארן א מושב לצים אין די קריה נאמנה.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 01:03 |
|
| |
דאס האב איך טאקע געוואלט הערן פון דיר!
אבי דו האלסט אז ביי אונז א נארמאלער מענטש איז קעגן טעראר, און ביי ענק זענען די "נארמאלע מענטשן" פאַר טעראר!
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 01:05 |
|
| |
ברויכסט אבער פון דעם אליין פארשטיין אז די ביסט נישט צווישן די נארמאלע. כאפסט?
און צווייטענס. איר האט געטוען טעראר. פיינע איידעלע אינגעלייט פירן א חברת תהילים און איר ווארפט זיי ארויס א טאג פאר פורים אויף די גאס על לא עוול כפם. ווידעראום קהל יטב לב אין קרית יואל האט געטוען ווי די תורה פארלאנגט און געטוען וואס די חברי קהלה פארלאנגען. ס'האט גארנישט מיט טעראר. איר זענט געגאנגען אין קאורט קעגן קהל און איר האט דערפאר געכאפט פון קאורט א פראסק פון וועלעכער איר האט זיך נאכנישט ערהוילט. פינטל.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 01:07 |
|
| |
איך האב דיר נישט געזאגט אז דו ביזט גערעכט מיט די מעשה וואס דו פארציילסט, איך האב דיר אנגעוויזן אויף א זייטיגע הערה וואס דו אליינס שרייבט.
צווייטענס, ווער ווארפט ארויס?
דו אליינס האסט דאך געשריבן אז עס איז געווען פארדינגען, נו וויל איך נישט יעצט פארדינגען.
|
|
|
|
|