בית פורומים כל העולם כולו

א דערהער: סידור קידושין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/2/2010 19:42 לינק ישיר 
א דערהער: סידור קידושין קרית יואל

א טיפער געדאנק, וואס דארף דערהערט ווערן,

טראכט גוט אריין, בני יואל פייפט זיך שוין אריין אין ר' אהרן פאר 25 יאר, ממש יעדער איינציגער הינזיכט וואס געבט זיי זעלבסטשטענדיגקייט האבן זיי שוין געטון, אייגענע קהלה, אייגענע רבנים, אייגענע דיינים, אייגענע בתי מדרשים, אייגענע מוסדות, אייגענע ביה"ח, אייגענע בוטשער, זייערע באסעס קורסירן קרית יואל פראנק און פריי, וואס נישט, זיי זענען שוין 25 יאר גענצליך אפגעהאקט מיט די קהלה און זייערע מנהיגים,

פארשטייט יעדער בר דעת וואס האט א טראפקעלע שכל אין קאפ, אז דער אקט פון אליינס מסדר קידושין האט שוין גארנישט מוסיף גיין אין זייער זעלבסטשטענדיגקייט, איבערהויפט אז ס'זענען אלע די זעלבע מענטשן וואס האבן שוין מורד געווען פאר 25 יאר, און די זעלביגע פארשטייט יעדער בר דעת אז אפי' לו יצויר מ'זאל יא קענען זיי מונע זיין פון אליינס מסדר קידושין, גייט ר' אהרן קיינמאל נישט האבן עפעס מער שליטה אדער פארמינערן זייער גענצליכע זעלבסטשטענדיקייט.

דאס גאנצע וואס איז בלויז געבליבן זיך צו קריגן איז א ריינער הלכה'דיגער פונקט, עפעס אנדערש איז באמת נישטא, ממילא בכגון דא איז דער שורת הדין זאגט, אז די איין איינציגער אגענדע וואס ר' געציל בערקאוויטש האט מיט זיין פסק הלכה איז בלויז ריין הלכה לשם שמים, ווייל קיין אנדערע אגענדע איז ע"פ שכל נישטא. לפי שיטת ר' געציל זענען אט די סידור קידושין נגד הלכה און מ'שפילט זיך ארום מיט דברים חמורים.

בנוסף, וואס איך האב שוין געהאט ארויסגעברענגט, אז ר' געציל האט א זויבערע רעקארד, ער שטייט געווענליך שטיל און עניני פאלאטיק, ממילא אלס דער דיין פון די ארטיגע קהלה האט אלע רעכטן צו דעם חוות דעת, און מיר האבן ע"פ הלכה נישט קיין שום רעכט איהם צו דן זיין לכף חובה אז ער זאל מייעןט פאליטיק און פארטיי, איבערהויפט אז זייער פארטיי געינט ממש גארנישט פאליטיקלי, (חוץ אויב א נייטראלער רב, נישט פון די פורשים אדער זייערע סימפאטיקער, וועלן מסדר קידושין זיין, אזא גאטונג ווי ר' שמעלקא לייפער, גאלאנטער רב, פאפא רב וכדומה, וואס דאס גייט לכאורה קיינמאל פאסירן, אזוי לאנג ר' אהרן ור' געציל לעבן).

די בני יואל מיט די זאלויניס גרויסן זיך אז זיי טוען דא עפעס אפ פאר ר' אהרן, און ר' אהרן רעגט זיך צו וואס, קודם כל ווי געשמועסט, איז דער אקט באמת א מינדעריקער, ריינער סימבאלישער אקט, אין זייער לאנגער 25 יעריגער מרידה, ר' אהרן גייט זיך שוין זיין וועג פאר יארן, די בני יואל גייען זיך שוין זייער וועג, צו זאגן אז פונקט דאס זאל איהם באדערן, איז נאנ-סענס,

אפי' לו יצויר אז אויפן מאמענט, ר' אהרן מיט די אהרונים רעגן זיך געפערליך, שטעלט זיך אבער די קשיא וועם טוט עטס באמת דא אפ? משל למה הדבר דומה, א שווער מיט א איידעם זענען געווען ביטער ציקריגט, ויהי היום, דער איידעם האט געוואלט ציפיקסט דעם שווער, האט דער איידעם זיך אפגעהאקט זיין אייגן נאז, אזוי אז דער שווער זאל זיך אוועקשעמען מיט זיין איידעם, דער שווער האט זיך טאקע געשעמט, און דער איידעם איז געבליבן מיט א חצי נזק לעולם ועד, די זעלבע לענינו, לאמיר זאגן אז די אהרונים שעלטן און רעגן זיך, אבער זיי וועלן זיך אפ רעגן פאר א שטיק צייט, און דערנאך וועט שוין יעדער פארגעסן דערפון, און אט די פארפעלקער, וועלן מעגליך זיך אפלעבן זייערע גאנצע לעבנס, מיט שאלה'דיגע פסולע קידושין'ס און זיך אומגליקליך מאכן פאר דורי דורות, ווען די גאנצע מחלוקה וועט שוין לאנג זיין פארגעסן און נישט זיין אקטועל, נו, פרעגט זיך די פראגע, רבונו דעלמא כולם! וועם טוט עטס באמת אפ?!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2010 15:25 לינק ישיר 

גוט געזאגט.

סקאט, דיך דארף מען אויספראקן. אז דו קענסט יא אזוי גוט פארוואס טוסטו דאס נישט אפטער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2010 17:17 לינק ישיר 

 

איך האב געהערט נעכטן א גוט ווארט פון איינעם לכבוד פורים, וועלן מיר עס דא אריינברענגן.

ווען האט ושתי חתונה געהאט מיט אחשורוש, מען טרעפט נישט אין ערגעץ ווען, קען זיין די סעודה וואס אחשורוש האט געמאכט איז געווען די סעודת החתונה, פארשטייט זיך ער האט געמאכט א חתונה מיט פסולע קידושין, רוב אידן זענען טאקע צו די סעודה נישט געגאנגען, אבער ס'זענען געווען וואס זענען יא געגאנגען, (און אינטערעסאנט, אחשורוש האט געוואוינט אין פרס, די כלה ושתי איז געקומען פון בבל, אבער ער האט אימפארטירט די כלה צו זיך)

למעשה האט זיך אויסגעלאזט וואס ס'האט זיך אויסגעלאזט

שפעטער ווען המן איז נתגדל געווארן, האט ער געשריגן פאר אחשורוש, ישנו עם אחד מפוזר ומפור"ד, עס איז דא קהלות נפרדות.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2010 20:20 לינק ישיר 

א געוויסער כותב האט זיך געדינגען מיט מיר, מיטן טענה אז איך בין א ספינער, ווייל די בני יואל זענען פשוט איטערדריקט אין געפייניקט, און זיי האבן אלעס געטאן בלית ברירה, און נאך ממש ביז יעצט האבן זיי די פייניקער, די אהרוניס, נאך פרובירט מיט אלע כוחות זיי נישט צו לאזן מסדר קידושין זיין ווייל זיי ווייל הייסן די אויסשליסליכער מרא דאתרא,

דאס איז מיין אנטווארט:

דיין ספין איז פאפעריש און פארפירעריש, און די ווייזט עס זייער גוט, ווייל מאכסטעך אינגאנצן נישט וויסענדיג פונעם אפענעם פאקט אז זייט די ארוני זאלוני מחלוקה איז בני יואל גענצליך באפרייט פון זייערע פייניקער אין גייען זיך זייער וועג פראנק אין פריי, איך וואלט געזאגט אפשר אפי' 2-3 יאר פאר די ארוני/זאלוני מחלוקה, דאס איז א חשבון פון 13-14 יאר וואס זיי גייען זיך זייער וועג אומגעשטערט, און די אהרונים האט שוין לאנג פארגעסן און אויפגעגעבן זייער קאמפיין קעגן בני יואל'ס עקזיסטענץ, אויף אזוי ווייט אז דעם ווינטער האט בני יואל געקענט מאכן א פראטעסט אין מיטן שטאט און מחרף ומגדף געווען קעגן ר' אהרן בקול רם, ואין פוצה פה ומצפצף, סא, שפיל נישט רחמנות.

אין אלנספאל איז עס בכלל נישט קיין נפק"מ, ווייל ווי געשמועסט, זענען די נייע מסדרי קידושין פונקטליך די זעלבע גרופע מענטשן וואס רעוואלטירן קעגן ר' אהרן'ען שוין צענליגער יארן, (די לעצטע 13 יאר אומגעשטערט), ממילא ווען די זעלבע מענטשן טוען נאכמאל א מינדעריקע סימבאלישע אקט, איבערהויפט אז קיין איין איינציגער נייטראלער רב גייט ווייטער נישט מסדר קידושין זיין אן רשות פון ר' אהרן (ווי למשל די באבובער רביס, אדער טענקער רב, וכדומה), זעה איך נישט וואס איז די ביג דיל פאליטיש, גארנישט האט זיך נישט געטוישט ס'איז ממש מפטירין כדאתמול, די חסידי ר' אהרן האלטן ווייטער אז ער איז יא מרא דאתרא, די שונאי ר' אהרן שרייען ווייטער, ווי די לעצטע 25 יאר, צי וויפיל, אז ער איז נישט, און שאר העולם, זוכט זיך ווייטער נישט צו פארטשעפען מיט ר' אהרן, נו מאי שנא היום מיומים? די איינציגע זאך וואס קען יא זיין היסטאריש, אז ליידער וועלן מעגליך זיין חסידישע משפחות פסולות בישראל אלעס צוליב דרעקישע חסידישע מחלוקת, שהשנאה מקלקלת השורה, ליידער ליידער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2010 19:01 לינק ישיר 

סקאט, די האסט זייער גוט ארויסגעברענגט "ענקער פוינט אף וויוא"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2010 19:25 לינק ישיר 

וואס איז דאס "ענקער"? ווי ווייט איך ווייס איז דער סקאט ענדרעש א טאהשער ווי אן ארוני



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > א דערהער: סידור קידושין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext