נאכן פסק פין די לישקע אז מען מעג עפענען אן אייגענע קהילה אויך אין די זעלבע שטאט, איז דאך שוין נישט דא קיין סיבה פארוואס נישט שלום צו מאכען מיט בעלזא. (לויט די פסק, איז דער בעלזער אינגאנצען אומשילדיג פין די מחלוקה, און עס קומט אויס אז מען האט אים סתם גערודפט אין געדריקט צום וואנט אז ער זאל צוריק שלאגען סאטמר)
ווי אויך דארף מען דערמאנען, אז דער בעלזער איז קיינמאהל נישט געגאנגען און בג"ץ הציוני.
אין דו חטא פון נעמען געלט פון די מדינה (וואס ער האט אן היתר פון ר' אהרן מבעלזא זצ"ל) איז קיינמאהל נישט געווען א אפהאלט און סאטמר פון זיך צו לעבען בשלום מיט קהילות וואס טיען די דאזיגע (צבש. רבותנו הק' האבן זיך אייביג געטראפן מיט גער און וויזניץ און נאך).
נאך מער "בעלזא" איז א גרעסערע לוחם קעגען ציונות וויא "גער" "ויזניץ" אין נאך.
איך מיין אז די וואס האבען שלום געמאכט מיט דו ערגסטע שונאים פינעם ברך משה זענען דו לעצטע וואס קענען דא רעדען א ווארט. (דער בעלזער האט נישט געטיען קיין צענטל וואס די האבען געטיען פארן ברך משה זצ"ל)