בית פורומים אידישע געדאנק

הכרזת ב"ד

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/3/2010 21:19 לינק ישיר 

איך זע אז ארשיווע רב שליט"א אויף זיין "טעלעפאן ליין" שטיצט דעם הרב געשטעטנער מיט הרב בלום אין די מערכה.

האט איינער מער פרטים ווער ס'איז דער הרב געשטעטנער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2010 22:10 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2010 23:00 לינק ישיר 

איך ווייס נישט ווער די מענטשן זענען, אבער אז דעם צודרייטן געשטעטנער'ס נאמען איז אריינגעמישט, שמעקט עס שוין נישט גוט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2010 23:06 לינק ישיר 

ס'איז גוט, מענדעלע בלום (לרפואה שלימה) האט זיך געעפנט א ניק אויף יודישע געדאנק.

מענדעלע מענדעלע, ס'קומט גוטע צייטן... ווארט מיט געדולד... ס'קומט ס'קומט. רודער נאך אביסל..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2010 00:25 לינק ישיר 

די מעשה גאר אין קורצן - וויפיל איך ווייס - איז, אז מענדל בלום האט מעגן געווען זיין ווייב (נאכן זיך צוטיילן) מיט'ן פולסטן מאס רשעות אן קיין שום תירוץ, בלויז ווייל ער האט איר נישט פארגינען זי זאל קענען לעבן א נארמאל לעבן.

זי איז געווען א עגונה נעבעך "צען יאר"!!

נאך צען יאר האבן עסקנים און רבנים (פון לאנדאן - דארט ווי זיי האבן געוואוינט) זיך אריינגעלייגט איר צו ראטעווען, און מען האט אים אריינגעכאפט אין א שטוב, וואו עס זענען געווען אנוועזנד א בי"ד, און יונגעלייט זענען געשטאנען מיט שטעקענעס, און די בי"ד האט אים געווארנט אז אויב וועט ער נישט איבערגעבן דעם גט "פאר איר אין די הענט" (זי איז אויך דארט געווען) וועט מען אים אנ'מקל'ען די ביינער.

המן, כמיין.. בלום, זעענדיג כי כלתה אליו הרעה, האט נישט געהאט קיין ברירה און ער האט איר איבערגעגעבן דעם גט.

אלע לאנדאנע רבנים זענען געווען אינוואלווד, און אלע האבן באשטעטיגט אז דאס דארף מען טאן, און אז דאס איז אויסגעהאלטן הונדערט פראצענט.

די פארגאנגענע וואך האבן אפאר משוגעים פארדרייט א קאפ ביים רבי'ן שליט"א מהר"א מסאטמאר, האט ער אנגערופן הרב דונער פון לאנדאן, און רב דונער האט געזאגט "עלי ועל צוארי זי האט א כשרן גט בלי שום פקפוק"!

אצינד דרייט זיך בלום ארום מיט זיינע בריוון פון א א. ג. בי"ד וועלכע באשטייט פון א ראב"ד ותו לא.. און געשטעטנער שרייבט קלארע פאקטן וואס ער האט מברר געווען ביי מיסטער בלום אליינס.. נישטא ווער זאל לאכן...
און אזוי ביני ביני האט שוין אלט משה גאלדבערגער אויך וואס צו טוהן מיט די צייט (אלטר משה'לע: ביי וועלכע בי"ד האסטו געמאכט דיין אייגענע גט? הא? זאג שיין הויעך, פארצייל אלעס).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2010 00:39 לינק ישיר 

גוט מארגן גוט יאר!

ר' יואליש מארגנשטערן האט זיך אריינגעמישט און געקאלט האכהייזער פון לאנדאן, רודפ'ן וועגן זייער שידוך.

ר' יואליש'ל יואליש'ל, א מחלל קידושין ביסטו שוין, יעצט קומט גיטין אין די רייע?....

שוטה!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2010 00:46 לינק ישיר 

יישר כח פייוו בארא, האב איך געהאט א גוטן שמעק.. ווי מ'זעט דעם צודרייטן געשטעטנער איז עפעס נישט אין דער ארדענונג..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2010 00:55 לינק ישיר 

איך וויל קלארשטעלן אז איך מיין נישט און איך וויל נישט אריינדרייען די סאטמארע פאליטיק דא, איך האב נאר פארציילט א נייעס וועגן ר' יואליש וואס איך האב יעצט געהערט קראנט, און עס האט זיך אזוי געצויגן א פאראלעל צו זיינע צדקות - און ליבשאפטן צו שמוץ - אינעם עבר... אבער למעשה זענען דא פילע רבנים וועלכע אנגעהערן צו די בני יואלע סעקטע, און זיי זענען דא אויף די אנדערע זייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2010 01:00 לינק ישיר 

פון אישי

שרייב צו אז די רעדע דא אין קורצן אז די הלכה איז אז א רודף מעג מען "כופה זיין" צו געבן א גט, און דא האלטן די אלע דיינים סיי פון דאהי און סיי פון לאנדאן אז דער מענדל - חתן דנן - איז א "רודף" מיט אלע מפרשים.

ווער עס קען אים גוט פון דער נאנט ווייסט טאקע אז ער איז א פרעכער "מאפיאנער" מיט'ן חסידישסן לבוש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2010 01:03 לינק ישיר 

שקר גס! שארמאשער רב שליט"א אנגערופן ביידע צדדים הערן וואס גייט פאר, און ער האט קיינעם נישט גערודפ'ט.

למעשה הער איך אז דער בלום איז אייניקל פון ר' ברוך מילער.

און למעשה הער איך אז ארשיווע רב זאגט אז ער האלט אז בלום איז גערעכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2010 01:09 לינק ישיר 

KJ כתב:
שקר גס! שארמאשער רב שליט"א אנגערופן ביידע צדדים הערן וואס גייט פאר, און ער האט קיינעם נישט גערודפ'ט.

איך זאג דיר גאר קראנט! ר' יואליש האט געקאלט אויפקלערן אז מ'זאל אפשטופן די חתונה ווייל מ'דארף איבערמאכן דעם גט.

אז מליגט אין טינופות....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2010 01:25 לינק ישיר 

פון אישי, ניק: געשטעטנער

איך האב נישט קיין רשות כתיבה, פליז לייג אריין מיינע פאר ווערטער, איך האלט שוין מיט די מעשה מער ווי דריי יאר, יעדע ווארט איז אמת ויציב: יישר כח.

דער מענדל בלום איז א פאלנער עוכר ישראל, אויסגעפייניגט זיין ווייב מער ווי צען יאר, און פאר דעם איז ער אויך קיינמאל נישט געווען אינדערהיים, אייביג ארומגעפארען די וועלט, און געלאזט זיין ווייב הונגערן מיט זיינע לעבעדיגע יתומים, נאך אלע מינים אינטערווענצען פון אלע לענדער, ביד"ץ פון ירושלים, רב פאדווא און נאך לאנדאנע רבנים, בתי דינים פון אמעריקא וואס האבן אים אלע געהייסען געבען א גט, האט ער זיך אנגעטשעפעט אין דעם ש"ד נותן יד לכל הפושעים אברהם שמואל געשטעטנער (א שטראמעל מאכער און טראבעל מעיקער פון מאנסי) וואס האט שוין א האנט אין אסאך צובראכענע שטובער מיט פארביטערטע עגונות, און דער עם הארץ און באנדיט האט אים נאך מחזק געווען

נישט לאנג צוריק האט אים א בית דין אין מאנסי געסטראשעט אז זיי ווייסן אויף אים אסאך מעשים טובים, און אויב גיט ער נישט א גט ביז 24 שעה וועט ער האבן בזיונות, ער איז געקומען צו לויפען געבען די גט, ווען מ'האט אים קלאר געפרעגט אסאך מאל (ווי ס'איז מיוסד אין די נוסח הגט) צו ס'איז ברצון און נישט באונס, ער האט געענפערט אז ס'איז ברצון הטוב!!!!

אפאר וואכען נאך דעם האט ער זיך געטראפען מיט דעם געשטעטנער און אים דערציילט אז ער איז "דורעכגעפאלען" און געגעבען א גט, האבען זיי דעמאלץ אנגעפאנגען א שמוציגע מערכה צו מוציא לעז זיין אויף די גט מיט אלע מינים ליגענטס און בלאף.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2010 04:47 לינק ישיר 

איך האב מברר געווען אביסל די מעשה

ס'רעדט זיך דא פון איינער בלום וואס איז אויף די ליסטע פון די FBI וועגן פארשידענע פרשות רח"ל

אין די עסקנים האבן מיט עם געמאכט א מורא'דיגע ארבעט מען האט עם אריין גע'נער'ט דורך א גוי, חדשים האט די גוי געשפילט די שפיל אז ער איז פון די FBI און ער קען עם קלינען זיינע פיילס,

און די פלאן איז געלונגען דער חכם האט געקויפט די מעשה ער האט באקומען א טראסט אין דעם גוי עד כדי כך אז אין די קעיס פון רב וויינגארטען (וואס מען האט דעם ווינטער געגעבן 30 יאר ל"ע) האט ער זיך געקריקט מיט די לויער'ס אז ער האט א אינסיידער פון די FBI אין ער האט זיי נישט געלאזסט מאכן פארשידענע זאכן אלעס ווייל זיין מענטש וואס מען האט עם פארשאפט דער גוי וואס האט געשפילט FBI דורך עם וועט ער קענען בעסער מסדר זיין די זאך,

בקיצור די שפיל איז גוט געלונגען און דער תנאי מיטן עם פארשאפן אזא גוטע קאנטאקט איז געווען אז ער זאל געבן א גט
און דער חכם איז אריין געפאלן אין זאק
און ער האט געגעבן די גט
דער גוי האט עם איינגערעדט, אז ער איז מיט עם, אזוי ווייט אז ער האט עם ערלעדיגט צו באקומען 18000$ ווען ער געט די גט,
באמת איז דאס געלט געווען פון בי"ד ווייל איינמאל ער נעמט די געלט געט דאס א הכשר אז די גט איז געווען מרצון

ויהי ממחרת
ער גייט אהיים פון גט אין ער וויל רופן זיין גוי
והילד איננו דער גוי איז שוין נישט דא
נאך א פאר טעג האט ער זיך גע'כאפט אז לא דובים ולא יער, קיינמאל נישט געווען א FBI
איז ער געלאפען צו רב געשטעטנער
און יעצט הייבט אן צו ליינען זייער בריוו'ן,
ווערטס נישט מיד ס'קומט זיכער נאך,

די גט האט באקומען א הכשר פון כדתיא די לאנדענע בי"ד
דער קרית יואל'ע רבי האט שוין דענסמאל ביים מאשר זיין די גט גערופן רב דונער אין לאנדאן אז ער זאל מברר זיין גוט די מעשה פאר די בי"ד געט דעם כתב און רב דוננער האט עם פונקטליך מסביר געווען די די מציאות הדברים פון וועם מ'רעדט און וויפל מ'קען אן נעמען זיינע שקרים וכזבים וכו',

סתם להערה בעלמא
שרייבט רב געשטעטנער אז די געלט וואס מ'האט משקיע געווען צו באקומען די גט וואלט מען געקענט מאכן שלו' ביי זיי אין שטוב

קודם אויב קומען שקצים מיט שטעקענעס איז וועלעכע געלט רעדט מען דא די פאר הונדערט דאללער וואס מ'צאהלט פאר אזעלעכע חברה?

שנית, רב געשטעטנער, איר קען די מעשה פון דער נאנט אדער איר ווייסט נאר אז ער דארף נישט געבען א גט,
ווייסט איר בכלל אז דער יונגערמאן איז קיינמאל נישט געווען און לאנדאן ער איז ס"ה פון נאך אין שנה ראשונה דאס איז א מעשה פון 17 יאר צוריק געווען אין לאנדאן אלעס צוזאמען אפשר 90 טעג ער איז 5 - 6 מאל געקומען קיין לאנדאן אויף א פאר טאג און נאכדעם 9 חדשים שפעטער צוריק געקומען צום ברית
רב געשטעטנער פון וועלעכע שלו' אין שטוב רעדט איר
פון די ערשטע 9 יאר וואס דאס תמימות'דיגע אשת חיל האט מיט מסירת נפש נעבעך געמיינט אז איר מאן זיצט ביי זיין הייליגע זיידע דער קאשוי רב זי"ע און שטייגט און תורה ויר"ש און בשעת מעשה האט ער דארט אפגעטוען וואס ער האט אפגעטוען, און זי תמימות'דיג האט אויפגעשטעלט מיט עם א שטוב פון 4 קינדער

נאך 9 יאר האט זי ערשט געכאפט וואס טוט זיך און זי האט עם געזאגט עד כאן

איז רב געשטעטנער דעם שלו' אין שטוב האט איר געמיינט

איך בין אייך נישט חושד אז איר זענט אזוי שלעכט, מיר אלע פארשטיינען אייך זייער גוט
ליידער איז טאקע דא שרעקליכע מעשיות פון נישט קיין כשר'ע גיטין
האט איר נעבעך געקויפט די לאקשען פון דעם בלום און איר מיינט נעבעך אז איר טוט א מצוה,

רב געשטעטנער איז דארפט ווייטער אן גיין מיט אייער ארבעט ווייל ליידער אסאך יונגעלייט דארפן אייער הילף,
איר דארפט נישט קויפן וואס איך זאג נאר ס"ה וויל איך פארשטיין דאס וואס איר זאגט
איר זאגט אזוי פיל געלט וואלט מען געקענט מאכן שלו' אין שטוב, זייט מיר מסביר וועלעכע שטוב





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2010 05:40 לינק ישיר 

IAMSORRY
די האסט אויף וואס צו זיין סארי,
פאר דיין התנהגות פונעם ערשטען טאג

אז די ווילסט נישט מ'זאל וויסן ווער די ביסט
לייג נישט ארויף קיין בילדער פון קאשוי רב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2010 14:48 לינק ישיר 

IAMSORRY



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > הכרזת ב"ד
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.