בית פורומים אידישע געדאנק

הכרזת ב"ד

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/3/2010 16:22 לינק ישיר 

ווער לייגט ארויף?

דער מגרש אליין האט געפענט דעם אשכול און ער מאכט פאבליק זיינע אייגענע שמוץ




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/3/2010 17:47 לינק ישיר 

ב"ה שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה, אז די געליטענע ווייבעל האט שוין חתונה געהאט בשעה טובה ומוצלחת כדת משה וישראל, נאכען באקומען א כשרע גט ביי א חשובע בית דין אין מאנסי נ.י.

אצינדער איז די ריכטיגע צייט צו מפרסם זיין די קשר בוגדים פון רשעים ואכזרים וואס האבן געהאלפן דעם שלאנג מענדל בלום אויספייניגען א אומשולדיגע אידישע טאכטער, און ווען ס'איז שוין ענדלעך געלינגען צו באקומען פון אים א כשרע גט כדת של תורה, האבען זיי אים געהאלפען מוציא לעז זיין אויף די גט

בראש וראשון איז דער שייגעץ אליין דער וואס האט מעגן געווען זיין ווייב טראץ וואס בתי דינים פון איבער די גאנצע וועלט האבען אים מחייב געווען בעל פה און בכתב צו געבען א גט, אריינגערעכענט די בי"ד אין לאנדאן, הרב פאדווא ובית דינו פון לאנדאן, בי"ד הגדול שבירושלים, און אפאר בית דין'ס אין ניו יארק אויכעט

אויכעט האבען זיינע אייגענע פעטערס היינטיגע קאשויע רב און נאך אים געווארענט מיט די שטרענגסטע זאכען אויב ער איז ווייטער מעגן זיין אומשולדיגע ווייב, אויך זיין זיידע הגה"צ הישיש רבי ברוך מילער שליט"א האט זיך געבעטען צו אים צו געבען א גט, האט ער זיך וועגען דעם צוקריגט מיט זיין גאנצע משפחה, זיידע פעטערס מומעס קאזינס, ווער ס'האט נאר געהאט די חוצפה צו זאגען אז ער זאל אראפנעמען זיינע רשעות'דיגע נעגעל פון זיין נעבעכדיגע עגונה

דערנאך איז דער מחריב ומהרס געשטעטנער פון מאנסי, וואס האט זיך דערקלערט פון איין טאג אויפען צווייטען א אזויגעריפענע "בית דין", פון א שטריימעל מאכער וואס האט געקענט ווייקען און פלעכטען שוואנצען פון חיות, איז פלוצלינג געבוירען געווארען אין איין מינוט א בית דין וואס קען מיטאמאל בעסער חושן משפט און הוראה ווי אלע בתי דינים אויף די וועלט, אין זיין קורצע פינסטערע קאריערע האט שוין דער שטריימעל מאכער חרוב געמאכט אסאך אידישע שטיבער ה"י

ואחרון אחרון הכביד, דער פארביטערטער דעפרעסטער אלטר משה גאלדבערגער, וואס האט אן קיין שאלות און אן צו הערען אפילו א אנדערע צד האט ער זיך צולאזט מיט מיאוסע ניוול פה און מטיל זיין פגמים אין משפחות חשובות בישראל כדרכו מאז ומתמיד, ער ווערט נעבעך משוגע פון ליידיגקייט, און כאפט זיך צו צו יעדע לשון הרע און הוצאת שם רע וואס איז שייך, און דא האט ער געטראפען א טשענס צו כאפען צוואנציג עבירות אויף איינמאל

ס'איז דא נאך אפאר מושחתים און בייזע רוחות וואס האבען אים געהאלפען מיט שרייבען זיינע בריווען און אים געראטען אויף טריט און שריט וויאזוי אנציגיין מיט זיינע רשעותדיגע מעשים, אויב וועט די מערכה ווייטער אנהאלטען, וועל איך אי"ה מפרסם זיין זייערע נעמען,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > הכרזת ב"ד
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.