בית פורומים אידישע געדאנק

כ"ק אדמו"ר שליט"א היינט סידור קידושין אין ק"י

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/3/2010 05:54 לינק ישיר 
כ"ק אדמו"ר שליט"א היינט סידור קידושין אין ק"י

היינט נאכט קומט אי"ה פאר בקול גלה ורנן די דריטע חתונה אין דעם נייעם חתונה-זאל אין וואודבארי. וחוט המשולש לא במהרה ינתק!

צו די היינטיגע חתונה קומט אי"ה צו פארן כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער וועט אי"ה מסדר קידושין זיין כדת משה וישראל, און וועט אי"ה אפגעענטפערט ווערן דורך די הונדערטער משתתפים בקול רנה ותודה המון חוגג: מזל טוב מקודשת!!! וואס וועט אי"ה אפהילכן אין קרית יואל און אפקלינגען איבער דער גארער וועלט.
לויט ווי עס איז געווארן איינגעפירט ביי די פאריגע צוויי געהויבענע חתונות וועט מן הסתם דער גאנצער ציבור אי"ה דארט אויפ'ן פלאץ אנרופן די חברי וועד משמרת הדת איבערגעבן א הארציגן מזל טוב בשם רבבות אלפי ישראל בכל קצווי תבל, און אויך בעטן זיי זאלן בטוב לבם אריינשרייבן די נייע גליקליכע פארפאלק אין זייער פורים-פנקס.
ווי פלעגט ר' אהרן זאגן ביי די ארמארי שבע ברכות'ן? א מזל טוב דעם טאטן, א מזל טוב דעם שווער. א מזל טוב את אשר ישנו פה ואת אשר איננו פה. די פון בארא פארק און די פון מאנסי, הן די עלטערע הן די יונגערע וכולו וכולו,
און איך זאג: מזל טוב קרית יואל! ואחרי כן יקרא לך עיר הצדק קרי' נאמנה! בעלוץ צדיקים תעלוץ קרי'!


תוקן על ידי אמיגא ב- 03/03/2010 06:02:46




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2010 06:18 לינק ישיר 

גוט געזאגט, ברוכים תהיו, אי"ה ביי אונז אלע "אויף שמחות, און אין פנקס"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2010 07:09 לינק ישיר 

דער מחותן האט אריגינעל געוואלט מכבד זיין שארמאשער רב מיט די סידור קידושין, אבער דער חתן איז א תלמיד ישיבתינו הק' און ער האט געבעטן אז ער וויל מכבד זיין זיין ר"מ כ"ק רבינו שליט"א כנהוג בכל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2010 10:51 לינק ישיר 

האט רז"ל חרטה געהאט די לעצטע מינוט און אריין געטראכט אז זיין טאטע מרן רבינו הק' בעל ברך משה זצוקלל"ה האט געאסערט אריין צו גיין און די מוסדות פון בני יואל?????
אדער...........??????????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2010 13:58 לינק ישיר 

מעג טאקע א זון פונעם אוסר אריינגיין אין דעם מקום אסור?
אדער מבטל איסור זיין אדער האלטן זיך געטריי צום טאטן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2010 15:39 לינק ישיר 

בכורשוטה

יא זיין טאטע האט גע'אסר'ט בני יואל, און שפעטער אראפגענומען דעם איסור.

סאבילונא
זיין גרעסטע געטריישאפט צום טאטן זי"ע איז אז ער גייט קיין בני יואל, און ווייזט פאר די וועלט אז דער ברך משה זי"ע האט אראפגענומען דעם איסור, און געהאט די געלעגנהייט בחייו, זיך איבערצובעטן מיט אלע ערליכע סאטמאר'ע אידן, ההוולכים בשיטת רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע.

דאס איז געווען זיין רצון, און אזוי האט ער געזאגט פאר אסאך אידן, ער האט שטארק הנאה געהאט זיך איבערצובעטן מיטן פעטער'ס תלמידים.

מכבדו בחייו ומכבדו במותו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2010 16:21 לינק ישיר 

דער סך הכל איז:


כ"ק מהרי"י שליט"א איז א "קינד" פון ברך משה, און ער איז זיין ממלא מקומו. ער וויל זיין טאטנס "כבוד" מער ווי איך און דו,
דערצו איז ער א דורכגעטראכטער מענטש, וואס טוט נישט קיין איבערגעאיילטע שריט.
און האט דעם ענין דורכגערעדט מיט זיינע געשוויסטער און דעם טאטנס גוטע פריינד.
פאר ער האט מחליט געווען אנצונעמען דעם סידור קידושין, האט ער גוט איבערגעטראכט וואס ער טוט און באשלאסן אז דאס איז דער ריכטיגער כבוד פאר זיין טאטע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2010 16:33 לינק ישיר 


אוי בכור שוטה און סבילונא, מיין הארץ גייט אויס פון רחמנות אויף אייך.


ווען איך ווייס ווען פאר דעם וואס פאר א צער מיין ארימע תגובה וועט אייך פארשאפן, מעגליך אז איך וואלט עס נישט געשריבן.


נעבעך.. איר מיינט דאך גארנישט זיך, נאר דעם הייליגן ברך משה'ס רצון איז אייך הייליג און טייער. איר האט חלילה קיינמאל זיך נישט מתחצף געווען. איר ווייסט נישט וואס דאס טייטש חוצפה פאר'ן ברך משה. איר ווייסט נישט פון דיסטריביוטן זיינע מעדיקל רעקארדס קבל תבל ומלואה. אמת'ע געטרייע חסידים וואס האבן קיינמאל נישט געפרעגט קיין קושיות, נאר מקבל געווען בתמימות כל היוצא מפיו... געמיינע היפאקריטן וואס איר זענט!!


און צום שלוס ארוינים טייערע: טוט נישט די זעלבע נארישקייט ווי אייערע דומע פירער פון זיך צום הארצן נעמען פון יעדע חתונה אינעם נייעם פראכטפולן זאל, ווייל... עס גייט אייך גארניקס העלפן. נאדא. עס גייט אי"ה געפראוועט ווערן אין דעם זאל הונדערטער אידישע חתונות עד ביאת הגואל, על אפכם ואל חמתכם.

אלזא נעמט מיין עצה: ווישט אייך אפ די נאז און גייט ווייטער. פארקויפט פאר אייערע קעלבער אז עס איז נישט דא קיין חתונות נאר בר מצוות, און אויך נאר איינמאל א יאר, און פערטיג. יעדער וועט גלייבן. די שרעקליכע דעמאראלעזאציע וואס הערשט אין ענקער לאגער נאך די נאכאנאנדע דורכפעלער וועט אנהייבן צוביסלעך אויסוועפן, מען וועט אנהייבן צו רעדן פון די משלוח מאנעס אויסטויש פון הגה"ק מיט'ן בערעלע, ושלום על ישראל, א עק צו די צרות. - נעמט אן עצה פון א גוטן פריינד אייערן.

נאכאמאל: א מזל טוב אייך אלע!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2010 17:45 לינק ישיר 

אגוטןטאג כתב:
דער סך הכל איז:

כ"ק מהרי"י שליט"א איז א "קינד" פון ברך משה, - ווען איז ער געווארן א "קינד"? איך האב עם קיינמאל נישט געזען ביים ברך משה! - און ער איז זיין ממלא מקומו. - מיט וואס? בתורה? בחכמה? ביראת שמים? בהתמדה? בהנהגה? -
ער וויל זיין טאטנס "כבוד" מער ווי איך און דו, - אה, שאר! וועגן דעם זענען זיינע בעסטע חברים די שונאים פון זיין טאטן! -
דערצו איז ער א דורכגעטראכטער מענטש, וואס טוט נישט קיין איבערגעאיילטע שריט. - נישטא וער ס'זאל לאכן !!! -
און האט דעם ענין דורכגערעדט מיט זיינע געשוויסטער - מיט וועלעכע? יודעלע וויינשטאק צו דעם ידו כידי משה גבאי? -
און דעם טאטנס גוטע פריינד. - גוטע פריינד? מיינסט יאשקע מסור? אדער יאנקל טארעך? וועלעכע גיטע פריינד? -
פאר ער האט מחליט געווען אנצונעמען דעם סידור קידושין, האט ער גוט איבערגעטראכט וואס ער טוט און באשלאסן אז דאס איז דער ריכטיגער כבוד פאר זיין טאטע. - פאר אלע שונאים געזאגט אזא כבוד !!! - ודילמא לאו אביו הוא??? -




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2010 17:54 לינק ישיר 

געוואלד גערעכטער טייערער, וואו איז דיין אידיש הארץ???

אזוי צו נעמען א גאנצן בנין, און עס מאכן צונישט ווי א זייפן-בלאז מיט אביסל רויטע טינט? וואו איז דאס סבלנות דיינע מיט וואס דיין פאלק צייכנט זיך אזוי אויס?? 
ווען דו דערמאנסט נאר דאס ווארט מאשקע מאסער, הייבן זיך מיר אן צו ווארפן הענט און פיס, ווער רעדט נאך ווען דו גיסט אזא שרייב יענקל טארעך, דעמאלט פיל איך ווי א שארפער מעסער ווערט אריינגעשטאכן אין מיין רוקן.
און דאס וואס דו זאגסט אז דו האסט דעם רבי'ן שליט"א קיינמאל נישט געזען ביים ברך משה, איז א דבר פשוט; דו באלאנגסט דאך צו די גרופע עזי פנים און היפאקריטן וועלכע האבן געשלאגן כפרות פון הייליגן ברך משה ווען ער האט ממנה געווען בנו יקירו דעם רבי'ן שליט"א אלס אב"ד דקהלתינו, אזוי ווי דו ווייסט נישט, וועלעך דיר מגלה סוד זיין אז מאז ועד עתה האט מען אלץ געזען דעם רבי'ן שליט"א לימין אביו הגדול זי"ע. ולא זז ידו מתוך ידו. א שאד דו האסט אזעלכע געהויבענע זמנים פארפאטשקעט אין ווייסן טענט....
און צו דיר גערעכטער פערזענליך: א הארציגן מזל טוב!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2010 17:56 לינק ישיר 

בכורשוטה כתב:
האט רז"ל חרטה געהאט די לעצטע מינוט און אריין געטראכט אז זיין טאטע מרן רבינו הק' בעל ברך משה זצוקלל"ה האט געאסערט אריין צו גיין און די מוסדות פון בני יואל?????
אדער...........??????????
         
דו שוטה,,,,,,,ווער נאך ווי דער הייליגער ברך משה האט וואס האט לוחם געווען אנטקעגן "ב,ע,ל,ז,"און ווער נאך ווי זיין אייגענער זוהן וואס האט אריין געשטאכן א מעסער און רוקן פון זיין הייליגער טאטע דער ברך משה זי"ע מיטן שיקען משלוח מנות דורכן סאטמאער בני ברקער ראש הקהל יחזקאל רוטער צוזאמען מיט איצק ווייס א ארבטער און דע מוסדות ,ווי זיי זענען מכובד געווארן צו זיצן ביים שלחון הטהור ליד המלכות מיטן נאמען נציגי ושליחי מרן אדמו"ר "מסאטמאר"רח"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2010 19:17 לינק ישיר 

אגוטן טאג
פארוואס איז ער נישט געגאנגען אלע יארן בחייו פון זיין טאטן צו די בני יואל???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2010 19:28 לינק ישיר 

אוי אמיגא, צער? רחמנות? באמת ס'פעלט נישט אויס, ווען די העדליינס וועט זיין אז כ''ק אדמו''ר מסוקולען שליט''א גייט דארט זיין מסדר קידושין, דאן אפשר, אבער ווען ר' זאלמען גייט דארט מסדר קידושין זיין דארפסטו אויף אונז נישט רחמנות האבן, ווייל הוא אשר דיברתי, מיר זענען גערישט אויף די פאר פורצי גדר, און דאס איז אונז בכלל נישט קיין דורכפאל, איך ווייס אז יעדע וואך וועט זיין א פרישער העד ליין, כ''ק אדמו''ר משארמאש, כ''ק אדמו''ר מפיליפינו, כ''ק אדמו''ר מטשאד, כ''ק אדמו''ר "אלל-מאוסט" ירושלימער רב, כ''ק דיין מאנטריאל, וחוזר חלילה, דער גרויסער ר' זאלי און דאן קיטשי ר' זאלי, אבער קיין שום ערענסטן רב / רבי וועט איר דארט נישט האבן, און אויב יא קענסטו דאן אנהייבן רחמנות צו האבן,

הער מיך גיט צו, דו ביסט א מחוצף שאין כמוהו, און איך מיין נישט דוקא דיך פערזענדליך, איך מיין דיין רבין מיט זיינע נאך שלעפערס, מען נעמט אן אלטן טאטן, וואס זיין מצב הבריאות האט אנגעהויבן נאך צולאזן, און מען האט אנגעהויבן דאס אויסצונוצן פאר אלע שייגעצשטיק, מען האט עם מבזה געווען מסוף העולם ועד סופו, מען האט פון עם געמאכט ליצי ליצנות, מען האט עם איינגעשפארט אין שטוב זיין בענאק זאל טאנצן הקפות, מען האט עם געשלעפט קיין פלארידע ער זאלל נישט קענען באשיינען די שמחה ביי זיינע אייניקלעך, און איר שרייט אז מיר זענען מחוצפים?, ווער איז א מחוצף?, רבי יקותיאל הערש ווערצבערגער?, רבי דוד הויער?, ווער זענען די מחוצפים?, ווען איר האט געשריגן אז דאס איז דער רצון פון ברך משה האבן מיר בדלית ברירה געדארפט ווייזן זיין מעדיקל רעקארד, הייסט דאס חוצפה?, מיט טרערן אין די אויגן האבן מיר דאס געטוהן!, אז מיר האבן מגלה געווען ענקער בלאף, הייסט דאס חוצפה?, יא יא, אמת, געטרייע חסידים טוהן דעם רצון פון זייער רבי בלונדערהייט, און דאס טוהן מיר!, באש ובמים וועלן מיר טין דעם "עכטן" רצון פון רבינו הקדוש זי''ע, און דריבער זענען ממש אלע "עכטע" חסידים פון ברך משה חסידים פון כ''ק רבינו שליט''א, און ממש אלע "עכטע" שונאים פון ברך משה זענען היינט צו טאג ביי דיין רבי.

און יא, שיעור נישט פארגעסן, ס'איז פשוט חסדי השם אז רעב זאלמיין האט ענדליך באקומען גאטס און בכבודו ובעצמו גייט ער אויפהייבן זיין הייליגן גוף און דאס שלעפן קיין קרית יואל און ער אליין בכבודו ובעצמו וועט טרעטן אויף די תורה, ווייל ביז היינט האט דער טשיקן זיך אלץ ארויסגעדרייט פון נעמען עפעס א שטעלונג, ער האט זיך אלץ מוציא געווען מיט יענעם, ביים אפשפארן די קרעטשמע האבן די קרעציגע געווארט צו הערן עפעס א שטיקל מחאה פונעם גרויסן צדיק, אבער ווי ווען וואס, מען האט פון עם קיין פיפס נישט געהערט, איז ב''ה היינט א גרויסער טאג ביי אידן, זאל דו גאנצע וועלט זען ווי ווייט א מענטש קען זיך דערקייקלען, מיר ווארטן אויף עם דא אין קרית יואל מיט אפענע ארעמס, מיר ווארטן שוין אויף דעם טאג היבש לאנג, זאל יעדער זען בחוש וואס א קינד קען טין פאר א אייגענעם טאטן, ווי נידעריג דארף מען צו זיין דאס צו טון, זה היום עשה השם נגילה ונשמחה בישועתו, מיר גייען עם מיט גרעסן כבוד ארויף לייגן אויפן אויבן אן אין דעם פנקס הבועטים בהשם ובתורתו, און אין דעם פנקס פון המרבים ממזרים ופגומים ביי כלל ישראל, און ער מיט זיינע לאניס קענען ווייטער לאכן פונקט ווי אלע נעאלאגן און רעפארמער האבן אלץ געלאכט פון די ערליכע אידן, אבער מיטן פלעק גייען זיי בלייבן.      





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2010 19:30 לינק ישיר 

אמיגא כתב:
און צום שלוס ארוינים טייערע: טוט נישט די זעלבע נארישקייט ווי אייערע דומע פירער פון זיך צום הארצן נעמען פון יעדע חתונה אינעם נייעם פראכטפולן זאל, ווייל... עס גייט אייך גארניקס העלפן. נאדא. עס גייט אי"ה געפראוועט ווערן אין דעם זאל הונדערטער אידישע חתונות עד ביאת הגואל, על אפכם ואל חמתכם.

אלזא נעמט מיין עצה: ווישט אייך אפ די נאז און גייט ווייטער.



אקוראט דאס טוען מיר!

אבער, נאכן ווישן די נאז, טוען מיר אויך אויספאלגן די הוראה פון רבותינו הקדושים און מיר זענען מכריז די נעמען פון די מוחרם'דיגע אידן. (אן קיין טראפ פארטייאישע ווייטאג..).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2010 19:39 לינק ישיר 

אמיגא כתב:
געוואלד גערעכטער טייערער, וואו איז דיין אידיש הארץ???
אזוי צו נעמען א גאנצן בנין, און עס מאכן צונישט ווי א זייפן-בלאז מיט אביסל רויטע טינט? וואו איז דאס סבלנות דיינע מיט וואס דיין פאלק צייכנט זיך אזוי אויס?? 
ווען דו דערמאנסט נאר דאס ווארט מאשקע מאסער, הייבן זיך מיר אן צו ווארפן הענט און פיס, ווער רעדט נאך ווען דו גיסט אזא שרייב יענקל טארעך, דעמאלט פיל איך ווי א שארפער מעסער ווערט אריינגעשטאכן אין מיין רוקן.
און דאס וואס דו זאגסט אז דו האסט דעם רבי'ן שליט"א קיינמאל נישט געזען ביים ברך משה, איז א דבר פשוט; דו באלאנגסט דאך צו די גרופע עזי פנים און היפאקריטן וועלכע האבן געשלאגן כפרות פון הייליגן ברך משה ווען ער האט ממנה געווען בנו יקירו דעם רבי'ן שליט"א אלס אב"ד דקהלתינו, אזוי ווי דו ווייסט נישט, וועלעך דיר מגלה סוד זיין אז מאז ועד עתה האט מען אלץ געזען דעם רבי'ן שליט"א לימין אביו הגדול זי"ע. ולא זז ידו מתוך ידו. א שאד דו האסט אזעלכע געהויבענע זמנים פארפאטשקעט אין ווייסן טענט....
און צו דיר גערעכטער פערזענליך: א הארציגן מזל טוב!

זאג נאר!, ווען איז דער ברך משה געווארן דער "הייליגער" ברך משה?, פון תשל''ט ביז תשנ''ט ווען דער ברך משה איז נאך נישט געווען אזוי הייליג, ער איז נאך געווען דער "סיגעטער" האב איך דעם רעב זאלמען קיינמאל ביי זיין טאטן נישט געזען, אויסער ווען ליפא האט עם אוועק געפליקט זיין שטריימל און צוריק געשיקט קיין ביסטריץ, איך בין מסכים, אונזער רבי שליט''א איז דער ממלא מקום אבין הק' פון תשל''ט ביז תשנ''ט, מיט די גאנצע הנהגה, מיט די זיסע תורות, מיט זיין דער רבן של ישראל, און דיין רבי איז דער ממלא מקום פון זיין טאטן פון תשנ''ט ביז תשס''ו, ער לערנט גענוי וויפיל ער האט געלערנט די יארן, ער זאגט תורה פונקט וי ער האט געזאגט די יארן, זיינע דעסישאנס זענען גענוי ווי זיין טאטענס פון די ס' יארן, ער איז דער ריכטיגער ס' יארן ממלא מקום. איך בין א מחוצף,  אמת?.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2010 19:52 לינק ישיר 

ענקערע שימפונגען גיט אונז די גרעסטע מאס חיזוק וואס איז שייך..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > כ"ק אדמו"ר שליט"א היינט סידור קידושין אין ק"י
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext