|
|
| נשלח ב-3/3/2010 19:53 |
|
| |
דאס איז א שוואכע מיטל אונז אפצושטלען...
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2010 19:57 |
|
| |
אוי את אשר יגורני בא! די ארוינים דא האבן זיך אזוי צום הארץ גענומען פון דעם גאנצן געשעפט אז זיי האבן געכאפט א טאטאלן נערוון-צוזאמענבראך.
גלייבט מיר איך האב פרובירט איין מאל און נאכאמאל אפצוליינען און צו פארשטיין גערעכטערס ווערטער, אבער לא עלתה בידי. ארוינים איך פארשטיי אייך אינגאנצן נישט. כ'האב פריער אייך גע'עצה'ט איר זאלט אפווישן די נאז און גיין ווייטער, אבער עפעס האלט זיי צוריק. די ארוינישע חי'אישע אינסטיקטן צעפלאקערן זיך און ס'קען נישט אפגעלאשן ווערן מיט די שענסטער רייד.
טא, אז איר האלט מיך נישט ביים פאלגן, האב איך נישט מיט אייך וואס צו רעדן. ווי פלעגט אונזער באליבטער ר' וואלף פריעדמאן זאגן צו די אויפגעברויזטע ארוינים וואס פלעגן איבערדרייען דאס בית המדרש יעדן שני וחמישי?
יונגעלייט גייטס אהיים, שמועסטס עס איבער מיט די ווייבער ווער ס'האט נאך, רוב האט עטס נישט. עטס זענטס א באנדע גרושים. ודפח"ח.
און צו דעם לעיט-קאמער פייוו-בארא וואס פאלגט מיר אזוי שיין און ווישט זיך אפ די נאז: קיפ איט אפ! הלוואי זאלן נאר אלע ארוינים זיין אזוי אינטעליגענט ווי דיר!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2010 20:02 |
|
| |
יא, תשמ"ט, דעמאלס האבן מיר געהאפט איר וועט זיך אפשטעלן, יעצט איז דאס אין אידיש גערעדט "פאן"! מיר האבן סיפוק ווי איר שימפט און פרובירט אלע מיטלען צו אפשטעלן די נייע דורכבראך אין סידור קידושין, און ס'העלפט ווי טויטע באנקעס!
איר האט מיט דעם פארלוירן ענקער לעצטער שטעקן, אלע קוילן זענען שוין אויסגעשאסן, אלע האפענונגען צו דערביטערן דאס לעבן פאר קהילה קדושה "בני יואל" איז זיך צורינען און צופארן ווי א בייזער חלום, איר פרובירט אלע מיטלען עס אפצושטעלן, אבער דער זיסער לעכטיגער מציאות לאכט ענק אין פנים!
איין זאך ווייזט איר מיט אייער שימפן אין היידפארק, אז "איר ווישט זיך נישט אפ די נאז און געגאנגען ווייטער", איר קענט נישט אוועקקריכן פון דעם נושא, עס גריזשעט ענק און לאזט אייך נישט מסיח דעת זיין אפילו איין רגע דערפון.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2010 20:08 |
|
| |
גראדע האב איך א געוואלדיגע הנאה צו זען אז די עלטערע ארוינים אויפ'ן פארק, ר' יונה און ר' יענקל וכו' האבן יא אנגענומען מיין עצה, און האבן אנגענומען א מויל פול מיט וואסער. קיין פיפס נישט וועגן היינטיגן סידור קידושין אין בעקערי פארום. איך גראטוליר אייך! מ'זעט אז איר זענט שוין עלטערע יונגעלייט, פערציג-פופציג און ארויף, וואס פארשטייען יא אביסל פאליטיק, און איר נעמט אן די עצה פון א גוטן פריינד, כאטש ער איז טאקע צווישן די שונאים. איך הייב מיך דאס היטל פאר אייך!
מי יתן והי' איר זאלט אויפקלערן די יונגערע היץ-קעפ וואס מיינען אז מיט'ן שרייען-ווילדעווען און שימפן קומט מען אן ערגעץ.
והי' זה שכרי!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2010 20:18 |
|
| |
גערעכטער: א שאד צו ענטפערן!
נעם מיין מנהג, ענטפער אויף א זאך "איין מאל", אז זיי מאכן זיך ווי זיי פארשטייען נישט , זאלסטו זיין רואיג אז זיי - און אלע ליינער - האבן אלעס גוט פארשטאנען, און אצינד איז זייער אפציע צו האבן דעם לעצטן ווארט.
(לדוגמה: איך האב דא מסביר געווען אז אונזערע מחאות זענען נישט קיינע "שימפונגען", נאר א מצוות מחאה. דו - גערעכטער - האסט עס ארויסגעברענגט מער באריכות. האט עס עפעס געהאלפן? זיי קייען ווייטער די זעלבע. "לאז געמאכט" און פארטיג.)
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2010 20:27 |
|
| |
ווארענונג: נישט שרייבן קיין ניבול פה ח"ו.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2010 20:29 |
|
| |
???
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2010 20:29 |
|
| |
היינט איז שוין געווען פאשקווילן אין ק"י מיט אלע נעמען פין די חתן כלה אין די מסדר קדושין פין די הייטיגע חתונה מיט גרויסע ווערטער סעמפעל אין איך הער אז סהאט געארבעט די מחותנים זיכן א נייע זאל אויף היינט נאכט קען זיי איינער העלפן
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2010 20:33 |
|
| |
די אלע זאכן טוען זיי נישט ח"ו ווייל זיי שעלטן און שוימען, זיי לאכן זיך אויס.. נאר פשוט "יוצא צו זיין" די "מצוות מחאה...", ביטע נישט לאכן הויך..
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2010 20:40 |
|
| |
שוין איך זע שוין. פייוו-בארא איז אן אינטעליגענטער מענטש. ער פארשטייט א ווינק אויפ'ן ערשטן מאל, און פאלגט ווי א טאטעלע.
אבער דער גערעכטער קען עפעס נישט שטיל בלייבן. ס'ווילדקייט זיינער לאזט אים נישט איינרוען, אפילו ווען די אייגענע בעטן זיך ביינאים: הער אויף! דו לייגסט אונז אלע צו נער!
טא, דעמאלט מיין איך אז מיר האבן מיט אימען נישט וואס צו רעדן. אבער פייוו-בארא דו ביזט א הירא! דו האסט ארויס די זאליס נאך בעסער ווי זיי אליינס!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2010 20:45 |
|
| |
דער פייוו בארא האט א טיפער ארגומענט וואס דארף שטארק דערהערט ווערן
אין מיינע אויגן איז דאס נאך א קלאסישער עקזעמפעל פון איך יא און די נישט, הא לן והא להו.
דער קאשויער רב ודאית ליה האבן באשולדיגט דעם ברך משה ודאית לי' מיט עבודה זרה וכפירה, דאס איז דער ארגעסטער עבירה ביי אידישע קינדער מאז היתה ישרא' לגוי צו באשולדיגן, דאן האט עטס אלע פארשטאנען אז יעדער איז בארעכטיגט מיט זיין מיינונג און יעדער האט א רעכט צו מוחה זיין לפי דעת שכלו,
פארוואס איז ר' געציל מיט די אהרונים נישט בארעכטיגט מיט דעם, זיי ווייסן קלאר אז זיי גייען נישט אפשטעלן די סידור קידושין זיי האבן דאס פון די ערשטע מינוט קלארגעשטעלט אין דער בלאט עדיטאריעל, מיט דעם אלעם האט ר' געציל א רעכט צו האלטן אז עס בניגוד הלכה איז ס'איז א דבר חמור מאוד, און טאן אלעס וואס קומט מיט עס.
זיי די ווייטער מסדר קידושין שלא ברשות ר"א, און די אהרונים וועלן ווייטער מוחה זיין, מפרסם זיין די נעמען און פארשרייבן אין זייער פנקס, זיי זענען גרייט צו האבן א פנקס ביזן דאך, ס'אינטערסירט זיי נישט
עטס קענטס ווייטער מוחה זיין אויפן סקול דיסטקריט און זיי וועלן מוחה זיין אויף ענקער סידור קידושין.
אלא מאי?
הא לן והא להו
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2010 20:52 |
|
| |
סקאט, די פארגלייך איז עפעס זייער אינטערסאנט. איך האב אין מיין לעבן נישט געוויסט אז קאשויער רב זצ"ל און אלע צדיקים וואס זענען ארויס קעגן די פאבליק סקול האבן אויסגעשפרייט פאשקעווילן מיט די נעמען פון די תלמידים אין די מוסד און די נעמען פון עלטערן וואס שיקן אהין?!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2010 20:56 |
|
| |
ביי די סארט פירצה פון סידור קידושין שלר ברשות המרא דאתרא, שטייט קלאר אז מ'זאל מפרסם זיין די נעמען אזוי שרייבט דער דברי יואל אין זיין תשובה
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2010 20:57 |
|
| |
סקאט, נו, זיי מסביר. וואס ווילסטו יעצט זאגן?
הוא הדבר אשר דברנו! הללו אוסרין הללו מתירין. ביים עירוב האט איר דאך אלע עס אזוי שיין נאכגעזונגען.
קיינער זאגט נישט אז ר' געציל איז נישט בארעכטיגט צו זיין מיינונג. אבער לעומת זה דארפסטו פארשטיין אז די אנדערע זיבן דיינים מומחים זענען בארעכטיגט צו זייער מיינונג.
נו, על מה ולמה יצא החרי האף הגדול הזה? וואס מייקט מען אויף די גאסן? וואס שימפט מען אין הייד-פארק? וואס שרייבט מען פנקסים? הללו אוסרין והלללללו ממתירין האט דאך דער רבי געזאגט.
דאס איז מיין גאנצע טענה, און צוליב דעם בעט איך די ארוינים זאלן זיך האלטן דאס מויל, אבער ללא הועיל. אפשר קענסטו דאס ביי זיי פועל'ן. זאלן זיי שוין דאס אמאל איינזען.
|
|
|
|
|