בית פורומים אידישע געדאנק

כ"ק אדמו"ר שליט"א היינט סידור קידושין אין ק"י

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/3/2010 21:00 לינק ישיר 

נו, וואו איז פייוו-בארא? קום שנעל צו לויפן זען ווי מ'ווישט זיך אפ די נאז און מ'גייט ווייטער. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2010 21:01 לינק ישיר 

מען מאכט דא די אלטע חזרה פון די גאנצע מחלוקת.


די אהרונים האלטן אז דער ברך משה האט געהאט א מיליאן שונאים אין קרית יואל. און אויף א מיסטריעזן וועג האבן זיי געהאלטן אין איין וואקסן, האט מען קעגן זיי געפירט א מלחמה, און רא"ט האט געמאכט א גרויסן "פנקס" פון שונאים (בימים ההם האט עס געהייסן "שווארצע ליסטע"), און די אלע "שונאים" וואס זענען פארשריבן אינעם פנקס, טאר מען זיך נישט איבערבעטן לעולם ועד.

די זאליס האלטן אז דער גאנצער "שונאים" - "שווארצע ליסטע" - "פנקס" סינדארם, איז נעבעך א מחלה פון ר' אהרן וואס פירט זיך אויף ווי א קליינע בעבי און קריגט זיך מיט יעדן, און אמת עס זענען געווען מחוצפים קעגן ברך משה וואס האבן אים נישט געוואלט אקצעפטירן אלס "סאטמערער רעבע" און אלס ממלא מקום אויפן חלק הרעביסטעווע. נאר אלס "רב" אין די קהלה, אבער זיי האבן נישט געהאלטן ביים פירן מלחמות קעגן אים. אבער ר' אהרן מיט זיין קריגערישע נאטור און מיט די "שונאים ליסטעס", האט שטענדיג געהאלטן אין איין מאכן פרישע שונאים, און ווען ער איז געקומען וויינען טאג נאך טאג צום טאטן, האט ער זיך מיט גרויס רחמנות אנגענומען פאר'ן זון וועמען יעדער האט ליב צו טשעפענען. - כאטש די אידן זענען געגאנגען צום ברך משה און קלאר געזאגט אז זיי מיינען נישט אים, נאר זיין זון רא"ט, און אויב ער וועט שיקן אן אנדערן קינד וועט מען אים מקבל זיין בסבר פנים יפות, האט ר' אהרן באוויזן צו איבערצייגן דעם טאטן אז זיי זענען יא "עכטע שונאים".

נאך לאנגע יארן ווען דער ברך משה האט געזען אז עס נעמט נישט קיין עק, און עס האט אים אנגעהויבן זייער שטאק וויי צו טאן פארוואס עס איז געווארן א מצב אז ער איז צוקריגט מיט אלע חשוב'ע תלמידים פון פעטער זי"ע, און מיט צענדליגער חשוב'ע רבנים מובהקים וואס ער איז געווען לאנגע יארן בידידות זענען אויך אריין אינעם פנקס "שונאים ליסטע", און ווען רא"ט האט ערקלערט קריג קעגן טאטן, ביים אויפנעמען זיין ברודער פאר וויליאמסבורג'ער רב, האט דער ברך משה ענדליך איינגעזען אז דער פראבלעם איז נישט די "שונאים ליסטעס", נאר ליידער זיין אייגענער זון.

ממילא האט דאך שוין נישט קיין שום זין, זיך צו שלאגן מיט טויזנטער ערליכע אידן, עכטע תלמידים פון רביה"ק זי"ע מסאטמאר, האט ער אפגעשטעלט די מלחמה מיט בני יואל, און געגעבן רשות צו עפענען קהלות נפרדות אין קרית יואל, מיט מסדר קידושין זיין.

לויט די שיטת הארונים איז דער גרעסטער בזיון פאר'ן ברך משה זי"ע אז זיין אייגענער זון גייט צו די "שונאים".
לויט די שיטת הזאליס איז דער גרעסטער כבוד פאר'ן ברך משה זי"ע, אז זיין אייגענער זון ווייזט פאר די גאנצע וועלט אז מען האט אפגעשטעלט די נארישע בעבישע "פנקס שונאים ליסטעס", און מען קריגט זיך מער נישט ארום מיט ערליכע אידן יראים ושלמים, וועלכע האבן זיך אזויפיל אנגעליטן פון זיין ברידערס שוואכקייטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2010 21:08 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2010 21:08 לינק ישיר 

אגוטןטאג, מ'האט שוין געהערט דעם גאנצן פשעטיל, קענסט ספינען וויפיל די ווילסט, די אהרונים האלטן אז דער אישו איז דא א ריינער א הלכה'דיגער, גארנישט עפעס אנדערש, נישט קיין שונאים, נישט קיין אוהבים, דער דיין ר' געציל האלט אז להלכה איז עס א דבר חמור, און להלכה ווען איינער טוט דער פירצה דארף מען זיך אזוי אומגיין מיט עס, מפרסם זיין די נעמען, און פארשרייבן אין א פנקס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2010 21:11 לינק ישיר 

סקאט, טוה א מצוה, לאז זיי האבן דעם לעצטן ווארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2010 21:13 לינק ישיר 

סקאט. אויף וועם שטייט "והוקע אותם נגד השמש"? פארט האבן די צדיקים נישט פארשפרייט פאשקעווילן מיט נעמען!

ביים פאבליק סקול איז דא א פסוק א מצוות עשה דאורייתא!

דא נישט!

טו א טובה און הער אויף צו באשאפן נייע הלכות און פארלייקענען אלטע...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2010 22:12 לינק ישיר 

ארונים,
 מסכים, ר' געציל האט אפגעלערנט דעם כנסת יחזקאל מיטן תשובה אינעם אגדות מהרי''ט אז זיי רעדן דארט ביי א פאל ווען דער מסדר איז געווען א מורה הוראה יודע בטיב גיטין וקדושין און גיהער צו א באזונדערע קהילה אין דעם שטאט וואס האט אייגענע מורי הוראה, שחיטה, מקוה, וכו' און דעסט וועגן דאך זענען די קינדער פסולים, נו, אלץ דומ''ץ דמתא אן קיין שום נגיעה, איז ער בארעכטיגט אויסצוטייטשן דעם רבין'ס תשובה לויט זיין געשמאק, כ'האב נישט קיין טענות,

אבער וואס איז דאס, ס'איז ארויסגעקומען א פסק קודם פון 3 מורי הוראה, עשה עצמו כאילו לא ידע, נאכער איז ארויסגעקומען נאך 5 מורי הוראה דערפון עלטערער פון אים און די זעלבע נתמנה געווארן ע''י רבינו ז''ל מייסד הקהילה, ועשה עצמו כאילו לא ידע, נאכער קומען דיינים ורבנים זיך משתתף זיין ביי די חתונה און שבע ברכות ווייטער עשה עצמו כאילו לא ידע,

אויף וועם דען האט דער משפט ישרים געשריבן (ח"א סי' רפ"ד) דיין שמקשים על דבריו מדברי פוסקים ואינו חושש להקושיא רק שאומר כך נראה לי ה"ז דיין שקר ודבריו אינם מעלין ולא מורידין ובסוד הדיינים ובמניינם לא יבוא וכמאן דליתיה דמי,

BORO, איך בעט זאלסט מיר נישט ענטפערן ווייל איך וויל ארויסגיין דער לעצטער..  

 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2010 22:26 לינק ישיר 

וואלןמה כתב:
BORO, איך בעט זאלסט מיר נישט ענטפערן ווייל איך וויל ארויסגיין דער לעצטער.. 

האסט געפרעגט א נייע קשיא, וויל איך יעצט יא ענטפערן, און הערשט דערנאך וועסטו האבן די ברירה צו געווינען.

ר' געציל האט טאקע אנגערופן די אלע דיינים (אויסגעקרויזט די עמי הארצים) וועלכע האבן אונטערגעשריבן, צו הערן צו זיי האבן עפעס מענה בפיהם. אויסער די ליצנות'דיגע בריוו פונעם ברך משה ז"ל און די פאלשע געשטיקלטע מהרש"ג האבן זיי גארנישט געהאט צו זאגן.

עטליכע פון די דיינים (?) האבן תיכף אראפגעהאקט דעם טעלעפאון. ממש מורי הוראה מובהקים.

אויב איז דיין פראבלעים אז עס איז נישטא קיין בירור בכתב איבער די פאלשקייט פון זייער ליצנות'דיגן פסק דין, דאן האלט דיך געשפאנט אביסעלע...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2010 22:45 לינק ישיר 

דאס איז נייעס FIVE, איך בין באמת אנטציקט פון דעם ר' געציל, ער זאגט זיין דעת תורה מיט א פעסטקייט בכתב ובעל פה, און ער אנטלויפט נישט דערפין,

האבן די זאלויני דיינים אמאל ערקלערט זייער אומדערהערטע קשר בוגדים, תהלוכי הקהלה פסק? קיין שום בירור הלכה איז נישט דא איבער דעם, נאר קללות וחרמות. בכגון דא נאמר דער דערמאנטער משפט ישרים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2010 22:51 לינק ישיר 

אויב מ'וועט זיך ארומטענען וואס זיי האבן גערעדט אויפן טעלעפאן אין לדבר סוף ווייל איך ווייס אז ר' שלמה לייב האט  אפגעפרעגט ר' געצלין אויפן טעלעפאן אבער אזוי ווי דו גייסט מיר שוין ענטפערן אז די מעשה איז נישט אמת.. בין איך שוין מקדים, ר' געציל האט געשריבן זיין פסק בכתב און זיי האבן אים אפגעענפערט בכתב, וואס ס'איז פארגעגאנגען אויפן טעלעפאן איז נישט אינטערסאנט צו רעדן, ר' געציל זאל ענטפערן א תשובה בכתב אזוי ווי יעדע מורה הוראה אין א שערוריא, נישט דער בלאט זאל ענטפערן..   



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2010 22:54 לינק ישיר 

ביטע נישט אריינמישן אנדערע פאליטיק ישר כח.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2010 23:00 לינק ישיר 

קהל בני יואל ווארט אויף א תשובה אויף זייער מכתב

ר' מאיר יודל ווארט אויף א תשובה אויף זיין שאלה

דייני קיט''ל ווארטן אויף א תשובה אויף זייער פסק

דערווייל האבן זיי אלע באקומען א געשטיקעלטע תשובה פון שמואל ווידער

הזאת נעמי.. ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/3/2010 08:18 לינק ישיר 

בכורשוטה כתב:
האט רז"ל חרטה געהאט די לעצטע מינוט און אריין געטראכט אז זיין טאטע מרן רבינו הק' בעל ברך משה זצוקלל"ה האט געאסערט אריין צו גיין און די מוסדות פון בני יואל?????
אדער...........??????????


צו ווייסט איינער ווען דער ברך משה "האט געאסערט אריין צו גיין און די מוסדות פון בני יואל"??????

ער האט געאסר'ט: צו עפענען מוסדות בני יואל
ער האט געאסר'ט: אריין צו לייגן קינדער אין די מוסדות בני יואל
ער האט געאסר'ט: דריסת הרגל אין סאטמאר פאר די בני יואל [שייגעץ ארויס]

אבער ווען האט ער געאסר'ט אריין צו גיין אין די בניני המוסדות פון בני יואל???

תיקו!

תוקן על ידי זיבענבערגן ב- 04/03/2010 08:24:18




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/3/2010 16:11 לינק ישיר 

זיבענבערגן כתב:


צו ווייסט איינער ווען דער ברך משה "האט געאסערט אריין צו גיין און די מוסדות פון בני יואל"??????

ער האט געאסר'ט: צו עפענען מוסדות בני יואל
ער האט געאסר'ט: אריין צו לייגן קינדער אין די מוסדות בני יואל
ער האט געאסר'ט: דריסת הרגל אין סאטמאר פאר די בני יואל [שייגעץ ארויס]

אבער ווען האט ער געאסר'ט אריין צו גיין אין די בניני המוסדות פון בני יואל???

תיקו!

 
אין ער האט נאך אראפ גענימען די איסור בחייו ווען ער הא זיך אפגעלזאט פין זיין סבלן אין באקימען א אייגענע מיינונג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > כ"ק אדמו"ר שליט"א היינט סידור קידושין אין ק"י
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.