ווען איך האב באקומען א טעקסט מעסעזש פון א חבר מיט א נומער ווי מען קען הערן א אינטערעסאנטע דרשה פון ר' אהרנ'ן וואס קאסט א שמייכען און היבש ביסל געלעכטער, האב איך זיך נישט געאיילט אנצוריפען דעם אנגעגעבענעם נומער, ווייל וואס אינטערעסירט מיר וואס דער גלות רבי (ער פארדינט דעם נאמען מיט רעכט וועלעכע רבי קענט איר -אין אפילו א סך א קלענערע רעבעל וואס איז געצווינגען צו פאקען פעק איעדע שני וחמישי, איין יום טוב דא א צווייטע דארט יעדען דינסטאג און יעדע אנדערען שבת, ער נעכטיגט כמעט נישט אויפן זעלבען בעט פון איין טאג צום צווייטן. אנשטאט די חסדים זאלן ארויסקומען צו אים אויף יום טוב מוז ער נעבעך וואנדערן רוב ימים טובים פון זיין הויפט בית נאוה קודש. נישט אומזיסט איז ער רבי על כל קצבי תבל...) האט צו שפייען
אבער ווען איך האב שוין יא געמאכט די קאלל האב איך זייער הנאה געהאט ווייל עס האט מיר געגעבן נאך א סיבה צו דאנקען דעם בוכ"ע פאר דעם גרויסן חסד וואס ער האט געטון מיט כלל ישראל אין דען היינטיגן הסתרת פנים
דער 'גאון הגדול אין טפשות' רעדט דארט עטליכע מינוט ווען פון זיין מויל גיסט זיך גאלאנען מיט גאוהדיגע און רימערישע דיבורים, און פון זיין רינשטאק גיסט זיך די טיפשות ווי וואסער פונעם ברונען,
א רחמנות האט מיר אנגעכאפט ווען איך האב געזעהן פאר מיר דאס בילד ווי הינדערטער קעלבער שטייען ארום און שלינגען מיט דארשט די הוילע פאנטאזיעס פון זייער אייגנגעקלויבטע מורה דרך און הערן זיך צו ווי 'די רבי' קלאפט זיך זעלבסט אין רוקן...
און פון די אנדערע זייט האט עס מיר געגעבן נאך א סיבה צו די גאר לאנגע ליסטע סיבות פארוואס צו דאנקען און לויבן דעם אייבישטער, אז ער האט אונז מיט אונזערע קינדער אפגעראטעווען פון אינטער זיין השפעה.
רופט און האט הנאה
1718-305-6942
דרוקט אריין 4
נאכאמאל 4
63#
9
9
ברוך הוא אלוקינו.....
תוקן על ידי יואלי808 ב- 04/03/2010 00:15:16
נשלח ב-4/3/2010 00:15
די עסקנים פון "קול סאטמאר" זענען דיר זייער דאנקבאר...
נשלח ב-4/3/2010 00:21
איך וויל מזכה את הרבים...איך ווייס נישט, ווען איך בין א ביסל און א טרויריגע און פאראומעטע גיסטע האב איך תיכף די אדרעסס -קול סאטמאר
די דרשת פונעם מלך טיפש און די קראקאדיל ג"ס דרשת ברענגט ארויס ביי מיר אזא געלעכטער אז איך קום כמעט צו צי הוללות
אגב אז מ'רעד שוין ווער האט אמאל געגלייבט און ביי אמאל מיין איך נישט מער ווי 15 יאר צירוק אז די נאמען סאטמאר וועט גיין באנאזאם מיט אזאלעכע זאכן ווי -קול סאטמאר- א האטליין. מיט א טעאטער-אחורי הפרגוד פארשטעלונג???
תוקן על ידי יואלי808 ב- 04/03/2010 00:24:38
נשלח ב-4/3/2010 01:27
וויסט איינער ווי מען קען הערן רז"ל'ס דרשות פון פורים? אויך פון די לעצטע שובבי"ם תורות? ישר כח.
נשלח ב-4/3/2010 01:28
FiveBoro כתב:
די עסקנים פון "קול סאטמאר" זענען דיר זייער דאנקבאר...
זיי האבן געהאט ארויפגעלייגט א פיקטשער פון די היסטארי פעידש פון די קאמפאני אין די טאג פון די גענעראל פארזאמלונג אין קרית יואל. די טאטעל איז געווען 27,000 קאלס יענעם טאג.