|
|
| נשלח ב-4/3/2010 18:24 |
|
| |
דורכברוך: "שירה" גרעיפ דזשוס בהשגחת ביד"ץ קהל יטב לב דסאטמאר
מיט גרויס פרייד נעמט אויף די חרד'ישער ציבור די פאזיטיווע נייעס אז עס איז ענדליך געלונגען פאר די באוואוסטע "קדם" פירמע צו ערצייגן א נייע ליין פון גרעיפ דזשוס און וויין מיט די שטרענגע השגחה פון ועד הכשרות שע"י "ביד"ץ דקהל יטב לב ד'סאטמאר", שטארקע כוחות איז געווארן אריינגעלייגט אז די גרעיפ דזשוס זאל זיין סיי גאר שטרענג אין כשרות מיט אלע הידורים און שטארקע השגחה פון פאר'ן פרעסן ביז נאכ'ן ווערן פארזיגלט אין די באקסעס, און אויך אז די טעם און קוואליטעט זאל זיין אויפ'ן העכסטן און בעסטן סטאנדארט..
ספעציעל איז יעצט די ריכטיגע צייט דערפאר ווען כלל ישראל זוכט גוטע און מהודר'דיגע גרעיפ דזשוס פאר דעם אנקומענדיגן חג הפסח..
די גרעיפ דזשוס ווערט פראדוצירט דורך "קדם" אין א ספעציעלע ליין אינערהאלב די גרויסע "קדם" וויין פירמע, און ווערט אויך דיסטריביוטעד דורך זיי, ווי מ'הערט שוין פון די ערשטע פאר טאג וואס עס איז הערשט ארויס געקומען, אז עס איז דא גאר א גרויסע פארלאנג דערויף, ווייל גאר אסאך אידן מדקדקים בכשרות אפילו נישט דוקא פון סאטמאר זענען מהדר צו נעמען וואס ס'איז נאר שייך אונטער די סאטמארע השגחה וואס איז באוואוסט צו זיין גאר שטרענג און פשרה'לאז מיט די העכסטע סטאנדארטן ווען ס'קומט צו כשרות און הידורים אין כשרות.
דעריבער האט "קדם" געעפנט די נייע ליין פון "שירה" גרעיפ דזשוס און וויין מיט די השגחה פון ביד"ץ, זעענדיג דעם גרויסן פארלאנג ביים חשוב'ן ציבור, זוכנדיג - ווי אייביג - צו צושטעלן פאר'ן עולם לויט די פארלאנג, זעענדיג אין דעם א גרויסן געלעגנהייט און עתיד..
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/3/2010 21:40 |
|
| |
| וויכטיג כתב: |  | ווי מ'הערט שוין פון די ערשטע פאר טאג וואס עס איז הערשט ארויס געקומען, אז עס איז דא גאר א גרויסע פארלאנג דערויף, ווייל גאר אסאך אידן מדקדקים בכשרות אפילו נישט דוקא פון סאטמאר זענען מהדר צו נעמען וואס ס'איז נאר שייך אונטער די סאטמארע השגחה וואס איז באוואוסט צו זיין גאר שטרענג און פשרה'לאז מיט די העכסטע סטאנדארטן ווען ס'קומט צו כשרות און הידורים אין כשרות.
|
|
יא, כ'האב אויך געהערט דערפון..
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2010 23:41 |
|
| |
געוואלד און געשריגן!!!
וואו מעג מען משנה זיין???
"חדש אסור מן התורה" האט דאך דער מהרז"ל געשריבן לגבי די מהודר'דיגע אריזאנע ווייץ!
ליידער ליידער, זעהט מען ווי דאס דור פאלט, דאס גוי'אישקייט וכדו' פון די אנדערע מחנה דרינגט גאר שטארק אריין במחנינו, אזש ליידער אויך ביי די שרי התורה די חברי הביד"צ (וועלכע געבן דעם הכשר)...
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2010 08:56 |
|
| |
האבן קדם באשלאסן אויפציהערן מיט די ציוניסטישע שפיצלעך?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2010 20:24 |
|
| |
ווילאנג קיינער שטעלט זיך נישט אויף מיט חוצפה מטיל דופי זיין אין די פריערדיגע צדיקים צו זאגען אז זיי האבען ח"ו געגעסען און געטרינקען נישט כשר, ווי צו אויסדרוקען מיט געמיינע חוצפה אזאנע אויסדריקען ווי: "זיי האבען ארויסגענומען א היתר פון טאש" (רח"ל), אדער אז "מהאט אלע יארען דאס געגעסען, אבער לבי נוקפי" (רח"ל) און דעסגלייכען, ווילאנג מטוט נישט דאס, איז נישט קיין פראבלעם
סאיז דא 'קדם' וויין און גרעיפ דשוס מיט צעהלים, 'תירוש' מיט התאחדות, 'פארברענגען' מיט לובאוויטש, 'בעראן הערצאג' מיט נייטרא, סאיז דא וויין מיט מישקאלץ זעקבאך עדה חרדית און ציריך, איז דא נאך א וויין מיט סאטמאר, סאטמארע אידען וועלען זוכען ספעשעל זייער וויין מיט א השגחה וואס זיי זענען קאמפטעבעל, מיינט נישט אז אנדערע וויין זענען נישט אין ארדענינג
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2010 20:33 |
|
| |
לידיעה בעלמא, די נייע שירה גרעיפ זשוס וואס די זאלוינים געבן ארויס, איז נישט די גרעיפ זשוס וואס "חומת הדת" האט מודיע געווען אז מ'ארבעט אויף א נייע מהודר'דיגע גרעיפ זשוס.
ודי בזה!
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2010 15:27 |
|
| |
בושות וחרפות זייענדיג א מיטגליד פון די עדה החרדית אין ירושלים עיה"ק, און פארשטייט זיך אז די זכרונות פון יענע פינסטערע טעג קען מען נישט פארגעסן און פארגעבן, ווען דער בער פון אגריפס האט מיט חוצפה און שטאלץ זיך ארויס געשטעלט אנטקעגן אונזערע גרויסע רבי'ס אנהייבנדיג מיט דעם ברך משה זצוק"ל לברכה און למעלה בקודש דער הייליגער מנחת יצחק (ס'איז נישט מעגליך צו אראפלייגן די רשעות און טעראר וואס ער מיט זיינע חסידים האבן אים אנגעטהון) און למעלה בקודש דער הייליגער בעל ויואל משה - דברי יואל וכו' וכו', זענען מיר געווארן אין שאק ווען מיר האבן געהערט אז דער סאטמער רבי האט גשיקט שליחים מיט א משלוח מנות, צו האט מען שוין פארגעסן די אלע חרמות מיט איסורים וואס דער הייליגער מנחת יצחק האט מיטן בית דין צדק פון די עדה החרדית און אלע גדולי ישראל כ"ק ר' יענקעלע מפשעווארסק זצוק"ל כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן בעל דברי אמונה זצו"ק כ"ק ר' יודעלע זצוק"ל דער וואידיסלאבער זצוק"ל ר' משה אריה פריינד דעמאלס ראב"ד ירושלים עיה"ק זצוק"ל און נאך אסאך גדולי ישראל האבן דעמאלס געחתמעט אנטקעגן אים. אונז ירושלימער אידן אינטרעסירט גאנץ ווייניג די גאנצע פאליטיק אין סאטמר בא אונז זענען בידע גלייך אבער דא האט סאמער רבי ר' אהרן שליט"א לדעתי ולדעת אסאך ערליכע אידן וואס האבן מיטגעהאלטן דעמאלס די מערכה געטהון א גרויסן טעות וואס ס'איז שווער צו אראפשלינגען עם כל הכבוד צו ר' אהרן שליט"א ווי גרויס ער זאל נישט זיין קען ער נישט קומען און מבטל זיין די אלע איסורים און זיך צושטעלן צו די בעלזער וואס האבן בועט געווען אין כל היקר והקדוש לנו, חוץ טאמער האט ער מחליט געווען אז ער האט נישט מער קיין שייכות צו דעם אויסגעטראטענעם וועג וואס אונזערע רבי'ס האבן אונז אויסגעטראטן ביז היינט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2010 01:25 |
|
| |
ווי קען מען באקומען די נייע גרעיפ זשוס אין וויליאמסבורג אין אין בארא פארק?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2010 02:50 |
|
| |
| KJ כתב: |  | לידיעה בעלמא, די נייע שירה גרעיפ זשוס וואס די זאלוינים געבן ארויס, איז נישט די גרעיפ זשוס וואס "חומת הדת" האט מודיע געווען אז מ'ארבעט אויף א נייע מהודר'דיגע גרעיפ זשוס.
ודי בזה! |
|
די והותר.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/3/2010 17:28 |
|
| |
אז ס'איז שוין יא דא אזא גרעיפ זשוס, וואו קען מען עס קריגן אין קרית יואל?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2010 18:10 |
|
| |
אין רוסלאנד...
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2010 21:26 |
|
| |
ליידער צוליב די העצערייען וואס עטליכע פון די מחרחרי ריב הידועים האבן אויסגעטיילט צו די בעלי בתים און דיסטריביוטארס פון די וויין פירמע, איז געלונגען מיט זייער העץ קאמפייןכאטשיג צוריק צו האלטן די דיסטריביושאן פון די נייע מהודר'דיגע גרעיפ דזשוס פון ווערן געהעריג פארשפרייט פאר דעם קומענדיגן פסח.
בלויז עטליכע הונדערט קעסטלעך איז ארויס צו אחינו בני ישראל המדקדקים בכשרות וואס קוקן אזוי ארויס דערויף, ביים רבינ'ס טיש פורים איז געווען צו טרינקן לרחצה דערפון, עטליכע סאטמארער מקואות האבן פארקויפט דערפון א מספר מצומצם, איך בין אויך פון די וואס האבן געהאט די זכיה צו באקומען א קעסטל פון די גאר מהודר'דיגע גרעיפ דזשוס, אזוי וועל איך מיט די משפחה קענען געניסן דערפון פאר די ארבע כוסות און אויף יו"ט.
ס'איז א שאלה פון צייט ווען די מהודר'דיגע גרעיפ דזשוס וועט ארויס קומען געהעריג ברוב פאר והדר, אידן מדקדקים בכשרות קוקן ארויס אויף די פולע ליין פון וויין און גרעיפ דזשוס בהשגחת וועד הכשרות דקהל יטב לב דסאטמאר, וואס וועט בע"ה זיין אויף די שעלווס ביז אפאר וואכן.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/3/2010 02:22 |
|
| |
בקיצור, א קול פון א געוויין...
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|