בית פורומים אידישע געדאנק

די "נעים קאלל" פורים געים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/3/2010 00:07 לינק ישיר 
די "נעים קאלל" פורים געים

ווי באקאנט האט ראט איינגעפירט א מנהג אז ער שפילט פורים ביים טיש א געים מיט די חסידים.

ער רופט אויס א געוויסע זאך, און אלע חסידים מוזן ארויפקומען אויפן טיש.
איין יאר האט ער געשפילט אז ווער עס הייסט "מרדכי" מוז ארויפגיין אויפן טיש.
און ס'איז אסאך פאן, ספעציעל למשל ווען אלטע אידן וואס הייסן מרדכי שלעפן זיך ארויף אויפן טיש קוילערט זיך דער גאנצע עולם פאר געלעכטער.

היי יאר פורים תש"ע, האט ר' אהרן געשפילט די געים מיט די "בית השחיטה" אז ווער עס האט א שייכות מיט די בית השחיטה מוז ארויפגיין אויפן טיש.

בשעת מעשה האט ער אויסגעלויבט זיין בית השחיטה, און באשמוצט די אנדערע בית השחיטה, און צוגעלייגט אז ס'איז אים א כבוד אז מען בארעדט אים.





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/3/2010 00:36 לינק ישיר 

אינטרעסאנט אז וועגן די קאטשקעס האט ער נישט דערמאנט קיין איין ווארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/3/2010 00:50 לינק ישיר 

פערל ווערטער פון רא"ט בשעת'ן שפילן די געים.

איך וויל נישט רעדן אויף קיינעם גארנישט,
אבער מען זאל וויסן וואס עס מיינט אז, א שוחט שלאפט אינדערהיים...
מיט זיין בני בית...
אויף זיין געלעגער...
און און שטייט אויף אינדערפרי און גייט אין מקוה...
דאס איז א הידור שאין כמוהו...
דאס קען מען נישט נאכמאכן...דאס איז א הידור און דאס האב מיר אונז דא.

ערגעץ אנדערש זאלצן גוים,
גוים, איז עס פארטאריקאנער גוים, מעקסיקאנער גוים, זיי זאלצן,
ווען מען זאל וועלן מכבד זיין די זאלצערס זאלן ארויפקומען אויף א טיש,
וועט מען אריינרופן די פארטאריקעס מיט די מעקסיקאנער,
ביי אונז אין בית השחיטה זאלצן חסידישע יונגעלייט.

איך וועל ענק אויסזאגן דעם אמת, מען איז בודק צומות הגידין אין אז מען זוכט טרעפט מען.
מען טרעפט טריפות, יא, יעדן טאג, נישט צופיל, ווייל מען זוכט...
צומות הגידין... דאס איז עכט, עכט, עכט, עכט טריפה
ערגעץ אנדערש ווערט אויסגעמישט, בטול ברוב, אידישע קינדער,
ויאכלו ענוים וישבעו, דא איז מען בודק יעדעס עוף.

און ס'איז אונז א כבוד מען בארעדט אונז,
איך וויל זאגן ס'איז אונז א כבוד מען בארעדט אונז.

יואלי ווייס איז דא? ר' מאיר הירש איז דא?

ע"כ.


די מערסטע פאני איז, ער הייבט אז ער וויל נישט רעדן אויף קיינעם גארנישט, נאכדעם בארעדט ער יעדן [ערגעץ אנדערש], און צום סוף איז אים א כבוד אז מען בארעדט אים...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/3/2010 01:02 לינק ישיר 

נישט דאס איז טייטש "והנפוך הוא"?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/3/2010 01:18 לינק ישיר 

נעקסט יאר'יגע געים


ר' אהרן רופט (שרייעט) אויס, ווער עס הייסט אהרן זאל שוין! ארויף קומען אויפן טיש!
דער עולם קוק ארום, מען דרייעט זיך פון רעכטס אויף לינקס, ס'איז דא אן אהרן? יא יא ס'איז דא, מען הערט איינעם שרייען אהרעלע גיי ארויף, אהרעלע דער רבי רופט גיי ארויף, צוביסלאך רוקן זיך ארויף אלע אהר'עלעך, זיי שטייען און קוקן זיך ארום, די פנים'ליך רויט, און ווייסן נישט וואס מען וויל פון זיי.
ר' אהרן האט א ברייטן שמייכל אויסגעצויגן אויף זיין פנים, ער קוקט נאך יעדן אהרעלע וואס קריכט ארויף אויפן טיש. ס'גייט ארויף איינס, צוויי, פינף, נאך איינער, און ס'ענדיגט זיך.
ר' אהרן קוקט פארלוירענערהייט, מקען זען אויף זיין פנים ווי ס'פרעגט איז דא נאך איינער וואס קומט ארויף? אבער...דאס איז עס....נישטא....פלוצלינג! ווערט דאס שמייכל פארשוואונדען, די פנים ווערט זויער'ער און זויערער ביי די סקונדעס....ס'ווערט שוין רויט..ער שרייעט אויס: נישטא נאך וואס הייסן אהרן?!!! די גבאים דערשראקענערהייט פרובירן אים צו בארואיגן, ניין! ס'איז נישטא! וואס גייט פאר?!!! ר' אהרן פרעגט נאכאמאל, זיכער? זיכער? נישטא מער קיין אהרן? די גבאים שוין אינגאנצען פארלוירן ענטפערן קאטאגאריש ניין! ס'איז נישטא! טראך! א גלאז פליעט, צושפליטערט זיך אויפן טיש, מען קוקט זיך ארום און.....ער איז אינדרויסן.. נישטא צו באקומען.
די גבאים לויפן ארום אים זיכן, מ'טרעפט אים אין א שטוב, וויינענדיג און כליפענדיג. וואס גייט פאר רבי? וואס גייט פאר?
כ'האב געמיינט אז ס'איז דא מער אהרונים...מע..מע.. מע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/3/2010 08:02 לינק ישיר 

פארוואס האט מען נישט ארויפגעשטעלט אויפן טיש די אלע "חברי ועד משמרת הדעת", אנגעהויבן ביי די גדולי הרבנים רמ"א פריעדמאן, ר"א סימאן, רמ"ל קטינא, און דערנאך די "ועד בעלי בתים", און פארשטייט זיך דער באקאנטער פה מפיק מרגליות הגאון ר' זאבעל, ואתו עמו דער בעל מספר נפלא מגיד מישרים טעללער, ועל כולם די "מסירות נפש'דיגע בחורים" וועלכע זענען ארומגעפארן מיטן טראק מיט גרויס מסירות נפש, [אויפן טיש קענען זיי קומען מיט מאסקעס, קיינער וועט עס נישט הייסן אראפנעמען, ס'איז דאך ממילא פורים ...]????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/3/2010 08:10 לינק ישיר 

ווייסט איינער פארוואס ער איז געווען גאנץ פורים און קרית יואל ? פארוואס איז ער נישט געפארן אויך קיין וויליאמסבורג ווי די פארגאנגענע יארן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/3/2010 17:49 לינק ישיר 

פון זיין טאטן האט ער זיך נישט געלערנט די פאני זאכן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2010 08:39 לינק ישיר 
פורים געים 1

http://www.microsoft.com/Windows/MediaPlayer" >

תוקן על ידי אגוטןטאג ב- 09/03/2010 08:47:07




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/3/2010 08:49 לינק ישיר 

קען מיר איינער מסביר זיין וואס עס באדערט זיי????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/3/2010 18:02 לינק ישיר 

סי'באדערט זיי אז זייער רבי האט נישט אזוי שיין מסביר געווען אין שושן פורים די ענין פון די "אייגענע געלעגער............" ווי דער שור הבר פון קרית יואל האט געטין און ארארפגעלייגט מיט אלע גרעפיק דיטעילס אזוי אז אלע זיינע "געהויבענע" בחורים זאלן אויך גוט פארשטיין די "הייליגע" (?) ניוול פה..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/3/2010 18:16 לינק ישיר 

יישר כח!
אונזער קהלה האט שוין באשטעלט די פסח ארדערס ביי די שחיטה המהודרת.

ווי זאגט די וועלט: מיט אזעלעכע מתנגדים ווער דארף חסידים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > די "נעים קאלל" פורים געים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext