| נשלח ב-5/3/2010 01:00 |
|
| |
U TURN אין סידור קידושין מערכה. גרינגע וועג ארויס.
U TURN אין סידור קידושין מערכה. גרינגע וועג ארויס.
1. דער בלאט האט אויפגעהערט מפרסם זיין די נעמען פון די כלה'ס. אנשטאד עדווערטייזן זיי נאר די נעמען פון די רבנים מסדרי הקידושין.
2. די פנקס האטליין האט אפגעפייגערט עס האלט שוין ביים דריטן טעלעפון נומער אבער די דריטע חתונה האבן זיי נאכנישט "אנגעיאגט" אריינצולייגן, נאכדעם וואס די ערשטע צוויי האבן זיי ארויפגעלייגט תיכף נאך די חופה. עס זעט אויס ווי די אהרוינישע פירער האבן זיך ענדליך געכאפט אז זיי זענען ארויפגעקראכן אויף צו א הויכע בוים און זיכן די וועג אראפ. איך האב שוין לאנג א שאלה וואס זיצט נאך דערווייל בלי פטרון: דאס איז זיכער אז בני יואל'ע אדער זאלי'ס און לכאורה אויך תו"א טאהש ספינקא וכו' די אלע וואס האבן בתי מדרשים אין קרית יואל וועלן זיך נישט אפהאלטן פון חתונה מאכן ביי בני יואל אויב ווילן זיי נישט ר' אהרן זאל זיין די מסדר קידושין. לדעת די וואס מאכן דארט חתונה איז דאס קיין פראבלעם. די פראבלעם איז נאר לדעת ר' אהרן. אויב אזוי איז זיכער אז ביז עטליכע יאר וועלן וואוינען אין קרית יואל "טויזענטער" פסולע קינדער! א קורצע חשבון פון 10 משפחות וואס מאכן דארט חתונה (עס האלט שוין ביי דריי) מיינט ביז עטליכע יאר 100 קינדער (בערך 10 פער משפחה). 100 חתונות מיינט שוין "טויזענט" קינדער! דאס איז א זאך וואס ר' אהרן קען בשום אין אופן נישט אפהלאטן. אויב אזוי ווי נעמט ר' אהרן אויף זיך די אחריות? (פארשטייט זיך לדעתו אז עס איז דא א פראבלעם בכלל). פארוואס אין אזא פאל זאל ער נישט זאגן בפה מלא "אין בין מוותר"? אזוי ווי די גמרא זאגט אין מסכת יבמות (דף סה ע"ב), אמר רבי אילעא משום רבי אלעזר בן רבי שמעון, כשם שמצוה על אדם לומר דבר הנשמע כך מצוה על אדם שלא לומר דבר שלא נשמע דאס איז אמאל זיכער אז דער עולם וועט זיך נישט אפהלאטן, ווי נעמט ער די אחריות פון (לדעתו) "טויזענטער" פסולים? איז דען נישט מער אויסגעהאלטן כלפי שמים "מוותר" צו זיין? די שאלה איז שטארק פאר זיך און איך ווארט אויף א גוטע תשובה. חוץ מזה איז דאס לכאורה די בעסטע וועג פאר ר' אהרן ארויס פון דעם פלאנטער. "רבותי מיר האבן געטון וואס מיר קענען מיר האבן יוצא געווען, היות זיי זענען עומדים במרדם בין איך מוותר און דערמיט פארמינער איך טויזענטער פסולים איך טו דאס כלפי שמים" אפשר וועט אים מיט אזא מהלך אויך געלונגען אפצו-ווישן אביסל פון די שמוץ וואס האט זיך אנגעזאמלט לעצטנס.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2010 01:08 |
|
| |
דיין קשיא איז אייזן: אבער אויב רא"ט וואלט געקענט ארויסזאגן פון זיין מויל די ווערטער "איך בין מוותר" (עכט, עכט, עכט, עכט) וואלט ער מסתמא היינט געווען דער איינציגסטער מסדר קידושין אין קרית יואל.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2010 01:27 |
|
| |
נפל: דיין קשיא איז אייזןאגוטןטאג: דיי תירוץ איז פעלזן פעסט סקאט: ????? פינעווער: ????? גערעכטער1: ????? כל אהרונים כולו: ?????
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2010 01:40 |
|
| |
| סאטמארפלעק כתב: |  | | נפל: דיין קשיא איז אייזן אגוטןטאג: דיי תירוץ איז פעלזן פעסט סקאט: ????? פינעווער: ????? גערעכטער1: ????? כל אהרונים כולו: ????? |
|
בג"ץ בג"ץ בג"ץ
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2010 03:01 |
|
| |
ווייטער ככלבים שבים אל קיאם. (איך זאג עס נאך דערווייל מיט א כ"ף הדמיון...)
עס גייט פאר די ארונים גאנץ ווייניג אן וויפיל און וואו גרויס די ליסטע גייט זיין, איך שיהי' וועלן זיי "יא" מפרסם זייין די ליסטע, כדי ערליכע אידן וואס די "תורה" איז ביי זיי העכער ווי "פאליטיק" זאלן וויסן און געדענקען די נעמען פון די משפחות וועלכע זענען נישט כשר חתונה געהאט, און וויסן מיט וועם זיך נישט צו אויסמישן, און "וכל בני ישראל הכשרים יעשו הבדלה והפרשה מהאנשים הרשעים במעשים המכורעים כאלה".
ווידעראום די צווייטע "באמבע קושיא" (אויף וואס אלע אינאיינעם זענען אויפגעשפרינגען ווי הונגעריגע אויף אן פארפוילטע פאטעטא שאלעכץ) אז רבינו שליט"א זאל "מוותר" זיין אויף די "חרם הקדמונים", - אדער גאר מוותר זיין אויף זיין מרא דאתרא'שאפט צו וואס ער איז ערוועהלט געווארן דורך די טובי העיר צום פרייד פון רוב תושבים בימים ההם, און אוודאי בזמן הזה ביתר שאת, - דאס איז שוין א גאונות שאין כמוהו. ס'טייטש, וויבאלד "יענער פורק עול" גייט ווערן א איש פסול צוליב זיינע אייגענע מעשים, דעריבער זאל "איך" אפטרעטן פון מיין אמט. ממש גאונות. וואס איך וואלט אבער געוואלט, איז עפעס א גוטער מראה מקום אויף אזא דערהער. ביזדערווייל איז געווען איין מראה מקום וואס "נפל" האט געברענגט, ווי פאלגנד: אזוי ווי די גמרא זאגט אין מסכת יבמות (דף סה ע"ב), אמר רבי אילעא משום רבי אלעזר בן רבי שמעון, כשם שמצוה על אדם לומר דבר הנשמע כך מצוה על אדם שלא לומר דבר שלא נשמע ווען איך וואלט געווען נפל'ס רבי אין חדר, וואלט ער באקומען א מיינעס אויף דעם פארהער. ווער קען איבערטייטשן די גמרא אין אידיש און דערנאך צושטעלן אונזער מציאות?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2010 03:22 |
|
| |
טאקע א גרויסע קשיא, פליאה עצומה מאוד, אין להשיב,
איך האלט אז דער קשיא איז נאך שטערקער אויפן ר"ת, פארוואס אנשטאט אריינלייגן אין חרם אריין ערליכע אידישע קינדער, וואלט ער געקענט פסק'נען אז דער מרא דאתרא זאל מוותר זיין.
צע"ג
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2010 03:38 |
|
| |
בארא טייערער, ס'וועט קיינער נישט ברוגז זיין ווען דו וועסט זאגן אן א כ"ף הדמיון. עטס האטס שוין געזאגט און געשריבן פיל פיל ערגערע זאכן ווי דאס, און ס'האט קיינעם נישט געקימערט.
און לגוף הענין, וויל איך נאך איינמאל פרעגן: פארוואס האט דער בלאט-קהל אויפגעהערט צו לייגן די נעמען פון פסולים?
ביטע ענטפערן נאר אויף דעם. צע"ג.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2010 04:04 |
|
| |
סקאט, סוואלט געמעגט קומען א בעסערס נאכן לאזן ווארטן אזוי לאנג אויב ר' אהרן טוט זיך אויף מיטן זיין פרומער פון רביה"ק בעל ויואל משה, נו וואס וועט שוין זיין געפערליך צו זיין פרומער פונעם ר"ת?.... העכסטנס וועט ער האבן וואס זיך צו קלאפן אויפן בויך נעקסטען פורים. אבער ערנסט גערעדט, די ר"ת זאגט אן הלכה, דאס מיינט נישט אז מען טאר נישט מוותר זיין, אדרבה, קענסט מיר ברענגן די פנקס פון ממזרים וואס די ר"ת האט אהער געשטעלט? אפשר ברענגסטו מיר די פנקס פון די טויזנטער ממזרים וואס רביה"ק דער בעל ויואל משה האט אהער געשטעלט?
תוקן על ידי סאטמארפלעק ב- 05/03/2010 04:04:32
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2010 05:55 |
|
| |
נו, סקאט, איך בעט דיך ווער נישט יעצט פארשווינדן.
אלץ ביים סאמע שפיץ, דעמאלט געסטו דיך א לאז ארויס און שווימסט אריין אין א צווייטן אשכול.
דאס איז נישט מענטשליך.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2010 06:12 |
|
| |
דיסקלעימער: איך טוה עפעס אנדערש אין מיין לעבן אויסער זיך ענדשויען אויף היידפארק, איך עס, שלאף, דאווען, לערן, און גיין אין ביהכ"ס, אויב איר האלט אז איך ענטפער נישט ווייל איר האט מיך מנצח געווען פארגין איך אייך דעם קורת רוח מיטן גאנצן הארץ, ותהא זה שכרי.
יעצט לענינינו, ווען האט ר' אהרן זיך אויפגעטאן אז ער איז פרומער ווי דער אלטער רבי זצ"ל? לפי ידיעיתי האט ענקער רב לייטנער ז"ל מיט זיינע שווארצע געזאגט 'רבינו סר מן הדרך', נישט רב אהרן
דאס איז איינס, צווייטענס, איך פארשטיי באמת נישט וואס די גרויסע חכמה מיט די מוותר זיין איז, א נייער מין מושג, לויט דעם קענט עטס אויסרייסן דעם גאנצען חרם דר"ת
בכלל ענקער גאנצער רומערייען אז היות ס'דא גרויסער ציבור פורצים ממילא פארדעם זאלן די ר' געציל מיט די אהרונים נאכלאזן זייער מחאה און זייער דעת תורה, איז דאס טאקע דרך התורה?
איך זאג ענק שוין, די אהרוניס האבן גרייט א גרויס גראבער פנקס פון דער ערד ביזן הימל און האבן נישט קיין פראבלעם צו פארשרייבן אפי' 100 טויזנט נעמען, און מפרסם זיין די נעמען זיי האבן די געלט אין צייט דערצי, ענק לאכן זיך דאך ממילא אויס, אזוי זאגט עטס דאך, נו לאז זיי שרייבן אין פנקס, און מאכטס ווייטער ענקערע חתונות דארט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2010 08:07 |
|
| |
קיינער האט נישט גערעדט פון מוותר אויפן רבינו תם מיטן חרם הקדמונים, דא איז נישט דא וואס צו מוותר זיין,
מ'האט גענומען א רבינו תם מיט א כנסת יחזקאל און מ'מאכט פון זיי ליצי ליצנות במלוא מובן המלה, דע צביעות איז שוין לאנג נתברר געווארן דורך א מנין מורי הוראות, און אויסער פנקס שמינקעס הערט מען נישט פון זיי פאר א רפואה א הסבר פארוואס זיי האבן אריינגעלערנט פשט אין די אוסרים אז זיי רעדן ווען דער מסדר איז א מורה הוראה יודע בטיב גיטין וקדישין א רב פון א קהילה אין דעם שטאט מיט אייגענע דיינים, שחיטה, מקוה, אפשר ווייסט איינער ווער האט אים בכלל געגעבן רשות זיך צו רופן מרא דאתרא? מ'האט אמאל געפרעגט די תושבים צו זיי זענען מסכים? וואס איז דאס טיטול "מרא דאתרא" ווער האט דיך געפרעגט? דו ביסט נישט ראוי בכלל צו זיין א תושב אין קרית יואל, די מייסד הקריה רבינו הקדוש זי"ע האט נישט געלאזט וואוינען א משפחה וואו מ'רעדט די טמא'נע עיברית, זיי יא מוותר און גיי דיר מיט דיין פרוי לחיים ולשלום דארט ווי עטס באלאנגטס
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2010 16:21 |
|
| |
איך האלט אז FiveBoro איז זייער טיף גערעכט מיט זיין טענה אז דא קייט מען איבער די זעלבע געמויזעכט 1000 מאל, מיטן ציל צו פשוט האבן דאס לעצטע ווארט, דאס איז נישט מיין ציל, איך זיך נישט צו האבן דאס לעצטע ווארט,
קוקט למשל דעם תגובה, זאל מיר איינער זאגן צו ממש יעדעס ווארט דא האט נישט לכה"פ 15 אשכולות, איך וועל ענטפערן בקיצור, וירא הקהל וישפוט
| וואלןמה כתב: |  | | קיינער האט נישט גערעדט פון מוותר אויפן רבינו תם מיטן חרם הקדמונים, דא איז נישט דא וואס צו מוותר זיין,
הוא אשר דברנו
מ'האט גענומען א רבינו תם מיט א כנסת יחזקאל און מ'מאכט פון זיי ליצי ליצנות במלוא מובן המלה,
אין מקום לומר על ר' געציל שליט"א זה, שיש לו היסטורה ארוכה, לעמוד מן הצד במקום שיש חשש פוליטיק, ממילא מחוייבים אנחנו לעמוד על חזקתו שלשם שמים נתכוון
דע צביעות איז שוין לאנג נתברר געווארן דורך א מנין מורי הוראות,
הדיינים הללו, או הם מהכת הלז, שכבר חלקו מאז בעת שכל העולם הי' כנגדם, או הם פליפ פלאפערס ללא נאמנות וללא סייעתא דשמיא, שהם בעצמם אסרו המוסדות הפורשים, או הם סתם הדיוטים קופצים בראש, שלא נשמע מעולם.
און אויסער פנקס שמינקעס הערט מען נישט פון זיי פאר א רפואה א הסבר פארוואס זיי האבן אריינגעלערנט פשט אין די אוסרים אז זיי רעדן ווען דער מסדר איז א מורה הוראה יודע בטיב גיטין וקדישין
התקנת ר"ת מפורש אפי' עם הוא רב יודע טיב גיו"ק, שצריך דוקא רב הנבחר בעיר הזאת
א רב פון א קהילה אין דעם שטאט מיט אייגענע דיינים, שחיטה, מקוה,
הקהלה הלז נסדו באיסור, ואין משגיחין בהוק-אפס ומכתבים מ'מיאמי, כהוראת הרב מסטרופקוב ז"ל, ור' איציקל גווירצמן ז"ל
אפשר ווייסט איינער ווער האט אים בכלל געגעבן רשות זיך צו רופן מרא דאתרא? מ'האט אמאל געפרעגט די תושבים צו זיי זענען מסכים? וואס איז דאס טיטול "מרא דאתרא" ווער האט דיך געפרעגט?
כבר נתברר עשרות פעמים, בשנים האחרונים, שרוב העיר בוחר בהרב שליט"א
דו ביסט נישט ראוי בכלל צו זיין א תושב אין קרית יואל, די מייסד הקריה רבינו הקדוש זי"ע האט נישט געלאזט וואוינען א משפחה וואו מ'רעדט די טמא'נע עיברית,
מהיכן דנתנו, זה תורה חדשה, אדרבא הן הן גברותיו, שאדם גדול הוא, שנשא אשה ממשפחת האגודאים, ועמד בצדקו, הוא וכל בניו ויוצאי חלציו הולכים בשיטת רבינו בלי שום שינו זוז כ"ש,
זיי יא מוותר און גיי דיר מיט דיין פרוי לחיים ולשלום דארט ווי עטס באלאנגטס
ורוב בני העיר קוראים בקול רם שמקומו של רב אהרן הוא בקרית יואל על כס הרבנות, ואחרי רבים להטות
|
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2010 18:53 |
|
| |
סקאט, דו קלערסט אז ווען די שרייבסט דיינע שקרים אויף ל"ה קופט עס דער עולם בעסער?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2010 00:06 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | איך האלט אז FiveBoro איז זייער טיף גערעכט מיט זיין טענה אז דא קייט מען איבער די זעלבע געמויזעכט 1000 מאל, מיטן ציל צו פשוט האבן דאס לעצטע ווארט, דאס איז נישט מיין ציל, איך זיך נישט צו האבן דאס לעצטע ווארט,
קוקט למשל דעם תגובה, זאל מיר איינער זאגן צו ממש יעדעס ווארט דא האט נישט לכה"פ 15 אשכולות, איך וועל ענטפערן בקיצור, וירא הקהל וישפוט
וואלן אנטשוליג פארן זיך אריינמישן, אבער במקום שאין איש, אפשר האלסטו נאך אינמיטן פרישטאג..
קיינער האט נישט גערעדט פון מוותר אויפן רבינו תם מיטן חרם הקדמונים, דא איז נישט דא וואס צו מוותר זיין,
הוא אשר דברנו
הוא אשר אדבר
מ'האט גענומען א רבינו תם מיט א כנסת יחזקאל און מ'מאכט פון זיי ליצי ליצנות במלוא מובן המלה,
אין מקום לומר על ר' געציל שליט"א זה, שיש לו היסטורה ארוכה, לעמוד מן הצד במקום שיש חשש פוליטיק, ממילא מחוייבים אנחנו לעמוד על חזקתו שלשם שמים נתכוון
ר' געציל איז טאקע נישט קיין פאליטישן און זיין פסק איז געבויט אויף הלכה, און פארדעם האט מען דא געברענגט א משפט ישרים אז א דיין וואס שטאפט זיך צו די אויערן און וויל נישט הערן וואס מ'רעדט צו אים איז דבריו נתבטלין, דא איז דא שאלות און פירכת פון א מנין מורי הוראות מיט 10 מראי מקומות, און ווען מ'רופט אים אן האקט ער אראפ דעם טעלעפאן כן נראה לי בעיני, זיין פסק איז צריך עיון גדול
דע צביעות איז שוין לאנג נתברר געווארן דורך א מנין מורי הוראות,
הדיינים הללו, או הם מהכת הלז, שכבר חלקו מאז בעת שכל העולם הי' כנגדם, או הם פליפ פלאפערס ללא נאמנות וללא סייעתא דשמיא, שהם בעצמם אסרו המוסדות הפורשים, או הם סתם הדיוטים קופצים בראש, שלא נשמע מעולם.
דיינע ווערטער איז א מדרש פליאה, יעדער דיין קען חוזר זיין, די גאנצע חז"ל איז פיל מיט הדרה ביה, יעדע מציאות טוישט זיך און יעדער מענטש טוישט זיך און ס'טיפשות צו זאגן אז א מצורע בלייבט א מצורע א גאנץ לעבן ווייל דער כהן האט אמאל געזאגט אז ער האט קרעץ
און אויסער פנקס שמינקעס הערט מען נישט פון זיי פאר א רפואה א הסבר פארוואס זיי האבן אריינגעלערנט פשט אין די אוסרים אז זיי רעדן ווען דער מסדר איז א מורה הוראה יודע בטיב גיטין וקדישין
התקנת ר"ת מפורש אפי' עם הוא רב יודע טיב גיו"ק, שצריך דוקא רב הנבחר בעיר הזאת
התקנת ר"ת מפורש שלא יקפח פרנסת הרב, דע אלע מחותנים פלעגן ביז היינט חתונה מאכן אין מאנסי ווימ"ס, דער חתונה זאל מחוץ לעיר גייט אים נישט צונעמן קיין פעני, און דעס אלעס איז ווען ער איז נבחר געווארן נישט נקבע געווארן, און על אחת כמה וכמה ווען די ווערטער אין די קאנסוס, בשם מאות תושבי קרית יואל איז שקר גמור, מ'קען ציילן אויפן פינגער וויפל מענטשן ס'האבן דעמאלטס משתוקק געווען אים צו האבן פאר זייער מרא דאתרא
א רב פון א קהילה אין דעם שטאט מיט אייגענע דיינים, שחיטה, מקוה,
הקהלה הלז נסדו באיסור, ואין משגיחין בהוק-אפס ומכתבים מ'מיאמי, כהוראת הרב מסטרופקוב ז"ל, ור' איציקל גווירצמן ז"ל
לפי דברי המהרש"ג אז א נוגע בדבר קען נישט מתיר זיין א חלוקה איז פשוט אז פונקט ווי א נוגע קען נישט מתיר זיין א חלוקה קען א נוגע אויך נישט אסר'ן א חלוקה, קיינער איז זיך נישט טועה עכ"פ א דרויסענדיגער וואס האלט מיט, אז יענע איסור איז געווען פשוט להצלת הדת יהודית אן קיין נגיעות מיט די מלוכה! ומה גם שהנסיון הוכיח על זה במשך דע 20 יאר האט זייער עקסטיזענץ נישט געשאדט נישט לתורה נישט לעבודה און נישט אין גמ"ח אויב עפעס האבן זיי מוסיף געווען פי כמה און אלע 3 און וואס דארף מען מער דאס סיי ר' משה ארי' ז"ל סיי ר' יצחק טובי' שליט"א האבן און זענען מכיר די צווייטע צד אין קרית יואל ואתם עמם טייל חברי בד"ץ קיינער זעט נישט היינט דערין א מכשול לדורות א חוץ...
אפשר ווייסט איינער ווער האט אים בכלל געגעבן רשות זיך צו רופן מרא דאתרא? מ'האט אמאל געפרעגט די תושבים צו זיי זענען מסכים? וואס איז דאס טיטול "מרא דאתרא" ווער האט דיך געפרעגט?
כבר נתברר עשרות פעמים, בשנים האחרונים, שרוב העיר בוחר בהרב שליט"א
לשיטתך שאתה מברר ששנים אחרונות אינו מבטל האיסור של השנים קדמוניות, גם זה לא שאני, וחסידי האחרוניות אינו מהפך התנגדות ההתמנות מכשנים הקדמוניות ומה גם אפילו כהיום אי אפשר להביא ראיה מהבחירות שהשתתפו בה בחורים וגם נשים שאינן מכריע רק ע"פ חוקי המדינה ולא על חוקי התורה, ואדרבה כל אחד מצד השני הם מוכנים עד היום הזה לסדר בחירות באופן שהיתה במאנטריאל שכל אחד ראה אז מי הם הרוב ומי המועט
דו ביסט נישט ראוי בכלל צו זיין א תושב אין קרית יואל, די מייסד הקריה רבינו הקדוש זי"ע האט נישט געלאזט וואוינען א משפחה וואו מ'רעדט די טמא'נע עיברית,
מהיכן דנתנו, זה תורה חדשה, אדרבא הן הן גברותיו, שאדם גדול הוא, שנשא אשה ממשפחת האגודאים, ועמד בצדקו, הוא וכל בניו ויוצאי חלציו הולכים בשיטת רבינו בלי שום שינו זוז כ"ש,
הוא אשר דברנו, עמד בצדקו מ'רעדט ווייטער עיברית.. און דאס איז בכלל נישט קיין תורה חדשה.. און טאקע דאס איז די חורבן איז אז זי רופט זיך סאטמארע רעבעצין, אזא שטוב פארנעמט נישט קיין ארט אין דעם הייליגן שטעטל
זיי יא מוותר און גיי דיר מיט דיין פרוי לחיים ולשלום דארט ווי עטס באלאנגטס
ורוב בני העיר קוראים בקול רם שמקומו של רב אהרן הוא בקרית יואל על כס הרבנות, ואחרי רבים להטות
רבינו ז"ל למד אותנו שאין מקבלין טענה זו, זהו מה השהמציאו הציונים ימ"ש בעת הקמת המדינה
|
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2010 05:44 |
|
| |
זיכער קען א דיין חוזר זיין פון זיין אייגן פסק, אבער נאר אויב דער מציאות טוישט זיך, ווי למשל אויב סאטמאר איז געווען קעגן קלויזנבורגער ז"ל, שפעטער ווען דער קלויזנבורגער רבי איז נסתלק און מ'רעדט פון זיינע קינדער מיט איידעלע כאראקטערס איז נישטא קיין סיבה זיך ווייטער צו קריגן, אדער אויב למשל דער בעלזער רבי האט מחליט געווען זיך איבער צי בעטן מיטן דברי יואל לפי כבודו אין זאגט חטאתי עוותי פשעתי, איז אין לך דבר העומד בפני תשובה, משא"כ דא, דער מציאות איז אז בני יואל פון היינט איז דער זעלבער בני יואל פון אמאל, די זעלבע מורדים ופורשים, זיי האבן קיינמאל נישט חוזר געווען מדרכם הרעה, זיי זענען ווייטער עמדם במרדם, נאך עד היום זענען זיי מחרף ומגדף דעם ברך משה מיט זילזולים, זיי זענען נישט מכיר אין די הנהגה פון ברך משה, נו, ווי איז דער היתר פאר די הייטיגע דיינים צו מבטל זיין דער פסק פון דעם ברך משה אין די ביד"צ בירושלים, אזוי לאנג מ'רעדט פון פונקטליך די זעלבע גע'אסרטע קהלה וואס עדיין עומדים במרדם.
ר' געציל האט באמת נישט צופיל וואס זיך מסביר צו זיין ס'איז זייער גרינג צו פארשטיין, קהילות בני יואל ודומיהם [קהילות רז"ל] איז לכו"ע לכתחלה געווען אסור ע"פ פסקו של הברך משה והבי"ד בירושלים, און פארוואס עפעס זאל זיך עס טוישן? צוליב א הוקופ פון מיאמי?
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 07/03/2010 05:45:18
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2010 06:40 |
|
| |
יעדע קהלה נפרדה אין די היסטאריע האט געהאט אוסרים דער מנחת יצחק ובית דינו האט נישט געבראכן רעקארד מיטן אסרן בני יואל און בני יואל האט נישט געבראכן רעקארד מיטן אינגנארן זיין איסור, ס'איז א דערהערטע זאך קהל בני יואל איז נישט אנגענומען אין די וועלט אלס א פסולע מוסד, יעדער האלט מיט וואס דא טוט זיך, יעדער ווייסט דאס ס'איז נישט קיין נייעס, זייט מתן תורה איז געווען זה בונה וזה סותר זה אוסר וזה מתיר, דער מנחת יצחק האט געאסרט בני יואל, נו, די תורה שטעלט זיך נישט אפ ביים אוסר.
|
|
|
|
|