בית פורומים אידישע געדאנק

U TURN אין סידור קידושין מערכה. גרינגע וועג ארויס.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/3/2010 07:09 לינק ישיר 

יוסף וואלדמאן אין די סיקסטי מיניטס האט נישט גענוצט אזא געמיינעם שפראך אויפן ברך משה ווי דער קלויזענבורגער אויפן רבין, יעדער ווייסט זיינע אויסדרוקן אויפן רבין ואכמ"ל,

יעצט וויאזוי ארבעט עס ווער קען יא פאלן צום פיס און ווער נישט?? נאך בחייו פונעם ברך משה האט יוסל וואלדמאן זיך איבערגעבעטן ער האט נאר נישט געפעסט די פראבעישן, אבער אז ער קומט יעצט צוריק און איז דערווייל וואויל, דארף מען אים ענדערש צוריקקאפען ווי דער קלויזענבורגער?

ס'איז דאך הא בהא תליא ר' זלמן לייב איז א שגץ ווייל ער טאנצט מיט יוסל וואלדמאן, נו,פארוואס דא קען מען  נישט נוצן דעם 'איבערבעטן' געשעפט וועט אלעס זיין מסודר?
 
סקאט ביסט א גוטע בעל הסבר זיי מסביר וויאזוי ס'ארבעט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/3/2010 20:19 לינק ישיר 

איז דען דא א הווא אמינא אז בני יואל וועט נישט חתונה מאכן אינם נייעם זאל? איז דען דא א הווא אמינא אז די זאליס וועלן נישט בויען ווייטער זייער אייגענע זאל? זיכער אז נישט! בני יואל וועט ווייטער חתונה מאכן אין זייער זאל און די זאלי'ס וועלן ווייטער בויען און דערנאך חתונה מאכן אין זייער זאל!

דאס מיינט אז אין "איין" דור פון היינט זענען "האלב" פון די קרית יואלער אינגווערג (די וואס שטייען אויף שידוכים) לשיטת האהרוינים פסולים! (עס איז איבריג זיך צו טענה'ן אויף די "פונקליכע נומערן" רופן קען מען דאס זיכער "האלב").

א.   האט ר"ת אזוי געהאלטן "בנידון דידון"? ווען עס איז דא אין שטאט א באזונדערע קהלה? אדער האט ער גערעדט פון יחודים יוצאים מן הכלל? האט ער אזוי מתקן געווען וועגן מלחמות צווישן קהלות אדער א גדר קעגן מסדרי קידושין וואס קענען נישט די הלכות? איז געווען א הווא אמינא ר"ת זאל פסלן "האלב" אידענטום (מדקדקום בקלה כבחמורה, ערליכע אידן) וועגן טענות צווישן קהלות? אדער האט ר"ת אזוי געהאלטן לגבי גודר זיין אז עס זאל נישט זיין א הפקרות בעניני קידושין עס זאל נישט מסדר קידושין זיין נאר א רב וואס איז בקי בטוב גיטן וקידושין?

ב.   דאס איז קלאר אז א "מרא דאתרא" איז נישט "מחוייב" צו זיין דער מסדר קידושין! עס איז נישט דא קיין שום פוסק וואס האט געהאלטן אז דער "מרא דאתרא" מיז מסדר קידושין זיין. סך הכל האט מען איינגעפירט אז א מרא דאתרא קען אפהאלטן אנדערע פון מסדר קידושין זיין כדי צו קענען הלאטן "כשרות המשפחות" אינטער קאנטראל! דער מרא דאתרא קען אויך שטעלן א פארטרעטער (לדוגמא אין קרית יואל ווי ר' אהרן האלט אז ער האט די אויסשלוסליכע כח אויף סידור קידושין אף על פי כן איז ר' געציל דער דיין מסדר קידושין). אזוי איז ר' אהרן אויך בכח צו מאכן א שווייג און לאזן סיי וועם מסדר קידושין זיין, ער איז אפילו בכוח צו זאגן אז ער איז מסכים אויף געוויסע רבנים. למעשה פירט ער א בלינדע מלחמה אז יעדער זאל ניצן דווקא אים אדער זיין פארטרעטער אין דעם איז אויך אריינגערעכנט זיינע שונאים און אינדעם איז אויך אריינגערעכנט אלע ערליכע אידן וואס ווילן אים דווקא נישט ווייל זיי הלאטן אז ער איז נישט ראוי צו זיין א מסדר קידושין.

סך הכל מאכט ער יעצט "דעם זעלבן טעות" וואס ער האט געמאכט ביי די הכתרה פון ר' זלמן לייב אלס וויליאמסבורגע רב. ווען עז זאל זיך דאן צושטעלן און העלפן דעם ברידער וועלט ער היינט געווען דער אויסשלוסליכער רבי אין סאטמאר און ר' זלמן לייב וועלט געווען אין וו"ב בערך וואס זיין שוואגער בעריש מייזליש איז אין ב"פ"... ר' אהרן וואלט געקענט זיך ווייטער האלטן מיט זיין "כח" אויף סידור קידושין און פונקט ווי ער איז "מסכים" אז ר' געציל זאל מסדר קידושין זיין וואלט ער געקענט "מסכים" זיין אז שארמאשער רב, טשאטער רב און ר' זלמן לייב זאלן מסדר קידושין זיין ביי חתונות פון בני יואל אדער זאלי'ס, און אפהלאטן דרויסענדיגע רבנים פון מסדר קידושין זיין דארט, אזוי וואלט ער געהאט מער טשענס אויסצופירן. יעצט שיסט ער זיך אין די פיס, אמת אויפן מינוט קומען נישט קיין פרעדמעד רבנים אבער ביז עטליכע יאר וועלן זיי יא קומען. (פונקט אזוי ווי שאפראנער רב דאווענט היינט אין די רבצינס שול, אמאל נאכן איסור וואלט ער נישט אריין דארט, היינט יא).

לפי זה פרעג איך נאכאמאל איבער מיין קשיא. איך מיין אז יעצט וועט סקאטמאלען בעסער פארשטיין די קשיא


--


1.   דער בלאט האט אויפגעהערט מפרסם זיין די נעמען פון די כלה'ס. אנשטאד עדווערטייזן זיי נאר די נעמען פון די רבנים מסדרי הקידושין.
2.   די פנקס האטליין האט אפגעפייגערט עס האלט שוין ביים דריטן טעלעפון נומער אבער די דריטע חתונה האבן זיי נאכנישט "אנגעיאגט" אריינצולייגן, נאכדעם וואס די ערשטע צוויי האבן זיי ארויפגעלייגט תיכף נאך די חופה.

עס זעט אויס ווי די אהרוינישע פירער האבן זיך ענדליך געכאפט אז זיי זענען ארויפגעקראכן אויף צו א הויכע בוים און זיכן די וועג אראפ.

און דאס צייגט אז זיי האבן נישט באמת א פראבלעם מיט די כשרות פון די משפחות ווייל אויב יא פארוואס האבן זיי אויפגעהערט עדווערטייזן די משפחות? פארוואס עדווערטייזן זיי די נעמען פון די מסדרי קידושין? אויף אפצוהלאטן "ערליכע איד" פון זיך משדך זיין מיט "פסולים" דארף מען עדווערטייזן דווקא די משפחות נישט די רבנים המסדרים. דאס צייגט אז זיי מיינען נישט "כשרות המשפחות נאר דווקא א כבוד מערכה".

איך האב שוין לאנג א שאלה וואס זיצט נאך דערווייל בלי פטרון:

דאס איז זיכער אז בני יואל'ע אדער זאלי'ס און לכאורה אויך תו"א טאהש ספינקא וכו' די אלע וואס האבן בתי מדרשים אין קרית יואל וועלן זיך נישט אפהאלטן פון חתונה מאכן ביי בני יואל אויב ווילן זיי נישט ר' אהרן זאל זיין די מסדר קידושין. לדעת די וואס מאכן דארט חתונה איז דאס קיין פראבלעם. די פראבלעם איז נאר לדעת ר' אהרן. אויב אזוי איז זיכער אז ביז עטליכע יאר וועלן וואוינען אין קרית יואל "טויזענטער" פסולע קינדער! א קורצע חשבון פון 10 משפחות וואס מאכן דארט חתונה (עס האלט שוין ביי דריי) מיינט ביז עטליכע יאר 100 קינדער (בערך 10 פער משפחה). 100 חתונות מיינט שוין "טויזענט" קינדער! דאס איז א זאך וואס ר' אהרן קען בשום אין אופן נישט אפהלאטן.

אויב אזוי ווי נעמט ר' אהרן אויף זיך די אחריות? (פארשטייט זיך לדעתו אז עס איז דא א פראבלעם בכלל). פארוואס אין אזא פאל זאל ער נישט זאגן בפה מלא "אין בין מוותר"? אזוי ווי די גמרא זאגט אין מסכת יבמות (דף סה ע"ב), אמר רבי אילעא משום רבי אלעזר בן רבי שמעון, כשם שמצוה על אדם לומר דבר הנשמע כך מצוה על אדם שלא לומר דבר שלא נשמע

דאס איז אמאל זיכער אז דער עולם וועט זיך נישט אפהלאטן, ווי נעמט ער די אחריות פון (לדעתו) "טויזענטער" פסולים? איז דען נישט מער אויסגעהאלטן כלפי שמים "מוותר" צו זיין?

די שאלה איז שטארק פאר זיך און איך ווארט אויף א גוטע תשובה.

חוץ מזה איז דאס לכאורה די בעסטע וועג פאר ר' אהרן ארויס פון דעם פלאנטער. "רבותי מיר האבן געטון וואס מיר קענען מיר האבן יוצא געווען, היות זיי זענען עומדים במרדם בין איך מוותר און דערמיט פארמינער איך טויזענטער פסולים איך טו דאס כלפי שמים" אפשר וועט אים מיט אזא מהלך אויך געלונגען אפצו-ווישן אביסל פון די שמוץ וואס האט זיך אנגעזאמלט לעצטנס.

 




תוקן על ידי נפל ב- 07/03/2010 20:38:47




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/3/2010 20:31 לינק ישיר 

כל הנערים, סאיז שוין פיל מאל געווארען ארויפגעברענגט אז "דער מנחת יצחק זצ"ל האט קיינמאל נישט אונטערגעשריבען קעגען בני יואל, ליידער ווען דער קול קורא איז ארויסגעקומען איז דער מנחת יצחק געלעגען על ערש דוי, ער איז שוין נישט געווען ביכולת דאס אונטער צו שרייבן, דעריבער קענסטו אויפזוכן א אנדערע משל, אפשר פון "מאשין מצות".



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2010 04:11 לינק ישיר 

כלפי שמיא, איז לכאורה גענוג גוט אז ער זאגט יעדע נאכט, הריני מוחל...ולא יענש שום אדם בסיבתי...מעגליך טאקע אז בינו לבין עצמו איז ער טאקע מוותר, און ער מוז עס נישט מפרסם, שלא יהא חוטא נשכר, ולא יהא תורות ר"ת והקדמונים כחוכא וטלולא, אזוי איז אלעס מסודר, קיין ממזרים איז נישטא, און די פורצי גדר ברויכן ווייטער א כפרה בינו לבין קונם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2010 04:19 לינק ישיר 

KJ כתב:
כל הנערים, סאיז שוין פיל מאל געווארען ארויפגעברענגט אז "דער מנחת יצחק זצ"ל האט קיינמאל נישט אונטערגעשריבען קעגען בני יואל, ליידער ווען דער קול קורא איז ארויסגעקומען איז דער מנחת יצחק געלעגען על ערש דוי, ער איז שוין נישט געווען ביכולת דאס אונטער צו שרייבן, דעריבער קענסטו אויפזוכן א אנדערע משל, אפשר פון "מאשין מצות".

 
אין נאך מער אינזער חבר מרץ סקאט. זאגט דאך אייביג אז מקען זיך נישט רעכענען מיט איינעם'ס מיינונג אויף דער עלטער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2010 04:32 לינק ישיר 

דער_אקס כתב:
כל הנערים, סאיז שוין פיל מאל געווארען ארויפגעברענגט אז "דער מנחת יצחק זצ"ל האט קיינמאל נישט אונטערגעשריבען קעגען בני יואל, ליידער ווען דער קול קורא איז ארויסגעקומען איז דער מנחת יצחק געלעגען על ערש דוי, ער איז שוין נישט געווען ביכולת דאס אונטער צו שרייבן, דעריבער קענסטו אויפזוכן א אנדערע משל, אפשר פון "מאשין מצות".
 
אין נאך מער אינזער חבר מרץ סקאט. זאגט דאך אייביג אז מקען זיך נישט רעכענען מיט איינעם'ס מיינונג אויף דער עלטער


אונזער חבר מר. סקאט האט דאס קיינמאל געזאגט,

מיט דאנק

סקאטמאלען




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2010 04:32 לינק ישיר 

האמיר דא נאך צוויי ניק'ס וועלכע נעמען אן אז דער איסור אויף בני יואל\סאסמאן איז נישט נשתנה געווארן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2010 04:43 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:

 
אין נאך מער אינזער חבר מרץ סקאט. זאגט דאך אייביג אז מקען זיך נישט רעכענען מיט איינעם'ס מיינונג אויף דער עלטער

אונזער חבר מר. סקאט האט דאס קיינמאל געזאגט,

מיט דאנק

סקאטמאלען



איך וועל דיר אראפ ברענגען אביסל ווי די זאגסט יא דעס

אין דאס איז די לשון פין סקאט
"רצון פון ברך משה? גיי ווייס,

דאס איז כו"ע מודה איז ביז די 85 יאר איז זיין רצון געווען פונקט קאפויער, וואסי געווען נאכדעם איז פארנעפלטע מעשיות אין בעסטן פאל"

אין נאך אביסל פין די פעדער פין סקאט (איך רעדט נישט פין דע זילזול אויף רבי מיט וואס זיינע ווערטער גערעניצן זיך)

וואס?? ביסטו אינגאנצן מכחיש אז דער ברך משה איז נישט געווען אין די פעדערן סוף ימיו








דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2010 05:43 לינק ישיר 

יא יא גערעכט, דאס האב איך טאקע געזאגט, און טאקע נישט וויזוי איר זאגט,

דער חילוק איז כרחוק מזרח ממערב


מיט דאנק,

סקאטמאלען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2010 22:26 לינק ישיר 

דע תירוץ 'עלטער' איז נישט קיין ארטיקל מיינע חברים, אפילו א שכיב מרע וואס קען נאר ארויסזאגן הן הן לאו לאו נעמט מען אויך אן להלכה אלע זיינע ווערטער אפילו ס'איז פארקערט ווי ער האט אייביג געזאגט קוק אריין אין שו"ע הלכות ירושה,

איך וויל נאר סתם מברר זיין דעם איסור אויף בני יואל, כ'האב שוין אנגעהויבן צו רעדן ס'טוט מיר לייט מ'אינגנארט מיר, כ'וועל עס איבערזאגן אביסל ברייטער,

איך האב גיהערט ס'דא א איסור פונעם מנחת יצחק ובית דינו בין איך געגאנגען נאכקוקן אין שו"ת מנחת יצחק כ'האב דורכגעמישט איינמאל און צוויימאל אבער כ'האב נישט זוכה געווען,

כ'האב אריינגעקוקט אין שו"ת חת"ס האב איך געטראפן אויף עטליכע פלעצער ווי ער אסר'ט א קהילה, כ'האב אריינגעקוקט אין שו"ת דברי חיים האב איך געטראפן ווי ער אסר'ט מאשין מצות כ'האב אריינגעקוקט און שו"ת דברי יואל און אין ויואל משה האב איך געזען גאנצעטע בירורים ווי ער אסרט א מדינה, אבער דעס איז זייער מאדנע מ'זאגט נאך אויף א פוסק אז ער האט געאסרט א געוויסע זאך און מ'קוקט אריין אין זיינע תשובה ספרים זעט מען נישט לא מניה ולא מקצתיה,
 
ס'מוז זיין אז דע איסור פון וואס מ'רעדט איז די קול קורא, א שטייגער ווי א קול קורא אז מ'זאל אריינקאלן שתדל'ן וועגן גראסמאן אדער א קול קורא מ'זאל גיין צו א פראטעסט וכדו' יעצט ברויך מען פארשטיין פון וואסערע איסור מ'רעדט דא,

ס'איז א שטיקל חילוק נישט קיין גרויסע, א איסור וואס ווערט געברענגט אין א תשובה ספר מיט א גאנצע בירור, אדער א איסור וואס בי"ד גיט ארויס נאכן הערן 2 צדדים, אדער איז דא אזוי ווי דער איסור אויף בני יואל וואס באשטייט פון א קול קורא,

 ס'איז נישט דא קיין שום מקום צו זאגן אז די קול קורא וואס מ'האט בשעתו ארויסגעגעבן איז בתוקפו עד שיבוא אליהו, מ'דארף נישט מער ווי דעם אז ר' משה ארי' ז"ל וואס האט כידוע שטארק מקרב געווען די בני יואלע ציבור, ווי אויך גדולי תורה אין חו"ל ווי כ"ק אדמו"ר מקאשוי ז"ל וואס איז ווי באקאנט געווען א שטארקע חסיד פון סאטמאר רב, ער ברענגט אים אסאך אין זיין ספר ברכות שמים, האט כידוע אויך שטארק מקרב געווען די בני יואל, מאנטאווידעא רב ז"ל וואס פלעגט בכלל פירן אלע שאלות אין די בני יואלע קהילה, ווי אויך החיים איתנו דער קאלעסבורגער רב שליט"א אזוי קען מען אויסרעכענען א לאנגע ליסט, אדמורי''ם רבנים וואס זענען מדקדק בקלה כבחמורה, האבן מקרב געווען און געשטיצט מוסדות בני יואל,

ס'איז אמת אז א בי"ד קטן קען נישט מבטל זיין א פסק דין פון א בי"ד גדול, און דעס איז די טעות פון די וואס שרייען אז מ'איז עובר אויפן איסור קיינער קען דאס נישט מבטל זיין, מ'קען דאס נישט מבטל זיין אבער מ'קען מחלק זיין, נישט א יחיד אבער א פוסק יא מ'קען אסאך טרעפן אין תשובה ספרים ווי מ'איז מחלק אסאך הלכות אין שו"ע ווערן מבואר אין די פוסקים מ'קען אסאך מאל איבערדרייען א הלכה מקצה אל קצה און מ'רעדט פון א בפירוש'ן מחבר, כש"כ דא ווען דער גאנצער איסור איז מיוסד אויף א קול קורא און ווען מ'געט א קוק פון וואסערע קהילה מ'רעדט דא א קהילה פון גאטספארכטיגע אידן זיי האבן נאך נישט משנה געווען קיין קיצו של יו"ד פון וואס רבינו הק' מייסד הקהלה האט אונז געלערנט, זיי גייען מיטן כלל פון חתם סופר וואס ער האט געזאגט אויף די מתחדשים אין זיין דור, "חדש אסור מן התורה" און מיט דעם וועלן זיי אקעגן גיין קעגן רבינו לעתיד לבוא, מ'וועט אים קענען איבערגעבן צוריק דעם פקדון אזוי ווי ער האט עס אונז איבערגעגעבן מיט די זעלבע מצות, מיט די זעלבע פלייש, מיט די זעלבע חינוך אן קיין סקולערע פראגראמען, אלעס אזוי ווי ער האט אונז גילערנט, און הערשט דעמאלט וועט מען זען וועם דער מנחת יצחק האט געמיינט מיט זיין איסור !     



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2010 23:36 לינק ישיר 

כלהנערים כתב:
דע תירוץ 'עלטער' איז נישט קיין ארטיקל מיינע חברים, אפילו א שכיב מרע וואס קען נאר ארויסזאגן הן הן לאו לאו נעמט מען אויך אן להלכה אלע זיינע ווערטער אפילו ס'איז פארקערט ווי ער האט אייביג געזאגט קוק אריין אין שו"ע הלכות ירושה,

אין "דער איד" איז די וואך געווען א בירור פארקערט ווי דיר (ביי די ארטיקל וועגן די קאטשקעס). די אינטערנעט-רב שרייבט דארט אויף איינע פון די פוסקים וועלכע האבן מתיר געווען די מוסקאווי קאטשקעס, אז ער איז שוין דאן געווען העכער די ניינציג און מ'קען נישט אננעמען זיין פסק.

עיי"ש ודפח"ח... (אויב מעגליך ברענג אויך א קאַפי, וירא הקהל)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2010 23:41 לינק ישיר 

Boro מיט די אלע טענות קעגן בני יואל, בפרט מיט די טענות כאילו כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר וו"ב וואלט געדארפט ממשיך זיין די מערכה פון אדמו"ר מק"י מאכט איר אליינס גרעסער די קשיא היתכן אדמו"ר מק"י חנפה'ט אדמו"ר מבעלזא!

בפרט ווען כמעט אלע אין בני יואל האבן שוין היינט זיך איבערגעבעטן מיטן ברך משה און געווען אויפן קבר אויב נישט 10 מאל דאן 50 מאל, משא"כ דער בעלזער!

אבער לאמיר נישט פארקריכן, וואס איז פשט אז איר האט אנגעהויבן פירן א מערכה קעגן די רבנים מסדרי הקידושין במקום מפרסם זיין די נעמען פון די משפחות פון וועם מען דארף זיך (לשיטתכם) אכטונג געבן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2010 23:52 לינק ישיר 

נפל כתב:

בפרט ווען כמעט אלע אין בני יואל האבן שוין היינט זיך איבערגעבעטן מיטן ברך משה און געווען אויפן קבר אויב נישט 10 מאל דאן 50 מאל


הייסט דאס אז דער זאלי וואס האט מיר נאכגעשריגן אפאר וואכן צוריק: "די פסולע משפחה אהרן טייטלבוים פון קרית יואל בן משה טייטלבוים פון סקאנעמאנק דארף מען ארויסווארפן פון קרית יואל" איז א ארויסגעפאלענער...

הער איך. (איך האף אז דו אליין גלייבסט נישט דיינע ווערטער)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2010 23:55 לינק ישיר 

עס זעט מיר נישט אויס אז די האסט אפגעפרעגט וואס איך האב געשריבן אויך נישט גענטפערט אויף וואס איך האב געשריבן, וואס ווילסטו, סתם פארדרייען די שמעוס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2010 00:34 לינק ישיר 

כלהנערים כתב:
דע תירוץ 'עלטער' איז נישט קיין ארטיקל מיינע חברים, אפילו א שכיב מרע וואס קען נאר ארויסזאגן הן הן לאו לאו נעמט מען אויך אן להלכה אלע זיינע ווערטער אפילו ס'איז פארקערט ווי ער האט אייביג געזאגט קוק אריין אין שו"ע הלכות ירושה,

קענסט אפשר אויך נאכקוקן פאר מיר דארט אין הל' ירושה, וואס דער דין איז ווען דער אלטער איז קאנטראלירט מיט גבאים מיט אן אגענדע און לאזן נישט צו קיין שום מענטש וואס שטימט נישט מיט זיי, און קוק אויך נאך צו א הוק-אפ איז נאמן, און צו מען דארף גלייבן אלעס וואס דער גבאי זאגט,

איך וויל נאר סתם מברר זיין דעם איסור אויף בני יואל, כ'האב שוין אנגעהויבן צו רעדן ס'טוט מיר לייט מ'אינגנארט מיר, כ'וועל עס איבערזאגן אביסל ברייטער,

איך האב גיהערט ס'דא א איסור פונעם מנחת יצחק ובית דינו בין איך געגאנגען נאכקוקן אין שו"ת מנחת יצחק כ'האב דורכגעמישט איינמאל און צוויימאל אבער כ'האב נישט זוכה געווען,

כ'האב אריינגעקוקט אין שו"ת חת"ס האב איך געטראפן אויף עטליכע פלעצער ווי ער אסר'ט א קהילה, כ'האב אריינגעקוקט אין שו"ת דברי חיים האב איך געטראפן ווי ער אסר'ט מאשין מצות כ'האב אריינגעקוקט און שו"ת דברי יואל און אין ויואל משה האב איך געזען גאנצעטע בירורים ווי ער אסרט א מדינה, אבער דעס איז זייער מאדנע מ'זאגט נאך אויף א פוסק אז ער האט געאסרט א געוויסע זאך און מ'קוקט אריין אין זיינע תשובה ספרים זעט מען נישט לא מניה ולא מקצתיה,
 
א נייע סברה, איך האב יעצט געזוכט איך האב אויך נישט געפינען די איסור קעגן בעלזא.

ס'מוז זיין אז דע איסור פון וואס מ'רעדט איז די קול קורא, א שטייגער ווי א קול קורא אז מ'זאל אריינקאלן שתדל'ן וועגן גראסמאן אדער א קול קורא מ'זאל גיין צו א פראטעסט וכדו' יעצט ברויך מען פארשטיין פון וואסערע איסור מ'רעדט דא,

ס'איז א שטיקל חילוק נישט קיין גרויסע, א איסור וואס ווערט געברענגט אין א תשובה ספר מיט א גאנצע בירור, אדער א איסור וואס בי"ד גיט ארויס נאכן הערן 2 צדדים, אדער איז דא אזוי ווי דער איסור אויף בני יואל וואס באשטייט פון א קול קורא,

 ס'איז נישט דא קיין שום מקום צו זאגן אז די קול קורא וואס מ'האט בשעתו ארויסגעגעבן איז בתוקפו עד שיבוא אליהו,

פארוואס נישט? בשלמא אויב דו אידן זענען חוזר מדרכם הרעה, פארשטיי איך, אבער סתם אזוי, מה נשתנה?

מ'דארף נישט מער ווי דעם אז ר' משה ארי' ז"ל וואס האט כידוע שטארק מקרב געווען די בני יואלע ציבור, ווי אויך גדולי תורה אין חו"ל ווי כ"ק אדמו"ר מקאשוי ז"ל וואס איז ווי באקאנט געווען א שטארקע חסיד פון סאטמאר רב, ער ברענגט אים אסאך אין זיין ספר ברכות שמים, האט כידוע אויך שטארק מקרב געווען די בני יואל, מאנטאווידעא רב ז"ל וואס פלעגט בכלל פירן אלע שאלות אין די בני יואלע קהילה, ווי אויך החיים איתנו דער קאלעסבורגער רב שליט"א אזוי קען מען אויסרעכענען א לאנגע ליסט, אדמורי''ם רבנים וואס זענען מדקדק בקלה כבחמורה, האבן מקרב געווען און געשטיצט מוסדות בני יואל,

אין משגיחין ב'גאסן מעשיות

ס'איז אמת אז א בי"ד קטן קען נישט מבטל זיין א פסק דין פון א בי"ד גדול, און דעס איז די טעות פון די וואס שרייען אז מ'איז עובר אויפן איסור קיינער קען דאס נישט מבטל זיין, מ'קען דאס נישט מבטל זיין אבער מ'קען מחלק זיין, נישט א יחיד אבער א פוסק יא מ'קען אסאך טרעפן אין תשובה ספרים ווי מ'איז מחלק אסאך הלכות אין שו"ע ווערן מבואר אין די פוסקים מ'קען אסאך מאל איבערדרייען א הלכה מקצה אל קצה און מ'רעדט פון א בפירוש'ן מחבר, כש"כ דא ווען דער גאנצער איסור איז מיוסד אויף א קול קורא און ווען מ'געט א קוק פון וואסערע קהילה מ'רעדט דא א קהילה פון גאטספארכטיגע אידן זיי האבן נאך נישט משנה געווען קיין קיצו של יו"ד פון וואס רבינו הק' מייסד הקהלה האט אונז געלערנט,

די מיינסט עפעס אז די בעלזע אידן זענען עפעס משומדים.

זיי גייען מיטן כלל פון חתם סופר וואס ער האט געזאגט אויף די מתחדשים אין זיין דור, "חדש אסור מן התורה" און מיט דעם וועלן זיי אקעגן גיין קעגן רבינו לעתיד לבוא, מ'וועט אים קענען איבערגעבן צוריק דעם פקדון אזוי ווי ער האט עס אונז איבערגעגעבן מיט די זעלבע מצות, מיט די זעלבע פלייש, מיט די זעלבע חינוך אן קיין סקולערע פראגראמען, אלעס אזוי ווי ער האט אונז גילערנט, און הערשט דעמאלט וועט מען זען וועם דער מנחת יצחק האט געמיינט מיט זיין איסור !

בעת דער מנחת יצחק האט זיי גע'אסרט האבן זיי געהאט די זעלבע ענינים וואס די רעכנסט דא אויס, און כ"ז די בני יואל מצדם טוישן זיך נישט איז דער איסור בתקפו עד שיבא אליהו, איים סארי איי קענט העלפ יו.



 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > U TURN אין סידור קידושין מערכה. גרינגע וועג ארויס.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.