|
|
| נשלח ב-9/3/2010 00:42 |
|
| |
זעעט אויס אז ווען עס איז אומבאקוועם צו רעדן וועגן די סידור קידושין U TURN נעמט ער זיך רעדן וועגן די בעלזא U TURN
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2010 03:23 |
|
| |
סקאט כ'האב נישט געטראפן אין הל' ירושה וואס די הלכה ווען מ'איז ארומגענומען מיט גבאים, און איך האב טאקע נישט גערעדט פון דעם פאל, כ'האב גערעדט לגבי די חתימה פונעם מנחת יצחק ז"ל, ועוד חזון למועד אין דע סובזשעקט,
האסט נישט געטראפן איסור אויף בעלז מסכים, מ'וועל מיר עקסטער דיסקאסען די חילוק פון זיך אפטיילן פון מענטשן וואס מיר זעמיר אינאיינעם געזיצן אויף איין באנק ביי די של"ש תורות, ווי זיך אפטיילן פון מענטשן וואס האבן אייביג באררעדט און באררעדן נאך אלס אונזער רבין שוין נאכן איבערבעטן גיי אריין אין זייער קאווע שטיבל..
בני יואל האט טאקע נישט חוזר געווען ווייל ס'איז נישטא פון וואס, דע איסור האט מען געמאכט אויף דע נייע חדר פון 6 קינדער וואס אויבן אויף האט דאס אויסגעזען ווי א סכנה פאר די גאנצע ארבעט וואס רבינו הק' האט אריינגעלייגט אין אינז, למעשה שטעלט זיך ארויס אז אויב איז דא איינער וואס גייט נאך אינעם רבין'ס דרך איז דאס 'בני יואל' במילא איז דער גאנצער חשש מעיקרא נישט רעלאווענט
ביטע עקספלעין וועלעכע חלק דו מיינסט 'גאסן מעשיות' איך פארשטיי נישט מיט רמזים
איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז די פראבלעם מיט בעלז איז ווייל זיי זענען משומדים
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2010 05:17 |
|
| |
איך וועל דיר זאגן גאר קורץ,
דער איסור פון בני יואל איז דער זעלבער קאטעגאריע ווי דער איסור קעגן בעלז, דער בעלזער רבי האט 30 יאר צוריק איינמאל פוער פיו געווען, ביי א געוויסער מוצאי שמח"ת קעגן דעם ערשטן סאטמארער רבי דער דברי יואל, ווידער בני יואל זענען עד היום הזה מחרף ומגדף קעגן דעם צווייטן סאטמארע רבי דער ברך משה, ערב ובוקר וצהרים, אויף א מיליאן מאל אן ערגערע פארנעם ווי דער אנטשטענדיגער בעלזער חסיד אויפן דברי יואל זצ"ל, טראץ וואס מיר ווייסן אלע אז דער דברי יואל איז געווען גרעסער ווי דער ברך משה, אבער לגבי דעם ענין איז דער חטא דער זעלבער,
נו זאג דו מיר וואו פונקטליך איז דער היתר צו מבטל זיין דעם איסור, אזוי לאנג זיי זענען ווייטער מזלזל אין די הנהגה פון דעם סאטמארע רבי זצ"ל נשיא העדה החרית?
אגב, אן אינטערסאנטע מעשה, קעגן אהרן וואסי נישטא קיין איין איינציג איסור, איז אין שלום לרשעים, מיט איהם דארף מען פירן מלחמות עד ביאת הגואל, אבער קעגן בני יואל וואס איז יא גע'אסרט דורך די גרעסטע גדולים בימיו, און זענען עודנו עומד במרדם, פארשטייסטו עפעס נישט פארוואס מ'קריגט זיך נאך.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2010 05:25 |
|
| |
דער ברך משה האט אראפגענומען דעם איסור. והפה שאסר הפה שהתיר.
די
אלע רבנים האבן ארויסגעגעבן דעם איסור איז געווען געבויעט אויפן ברך משה'ס איסור, אבער וויבאלד דער ברך משה אליין האט אראפגענומען דעם איסור איז
אויטאמאטיש בטל אויך אלע אנדערע אוסרים
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2010 05:27 |
|
| |
עיין ב"דער איד" בענין מוסקאווי קאטשקעס, פוסק להדיא שאין לינקוט למעשה פסק דין של אחר התשעים.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2010 16:27 |
|
| |
פארוואס דערמאנען זיי נישט דעם מרא דאתרא פון קרית יואל?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2010 16:46 |
|
| |
"מרידה בסמכות התורה... תחת הדרכתו והנהגתו של גאון ישראל ופארו הגאון הקדוש צדיק יסוד עולם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א"... בשעת ר' אהרן האט אנגעפירט א אייגענע מרידה בסמכות התורה קעגן זיין טאטע דעם גאון ישראל ופארו הגאון הקדוש צדיק יסוד עולם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר בעל ברך משה זצ"ל. האט דער ברך משה געגעבן רשות צו עפענען עקסטערע קהלות און מוסדות. ממילא איז בטל דער דער גאנצער איסור קעגן בני יואל.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2010 18:47 |
|
| |
האלוי? בני יואל יא אסור נישט אסור בעלזא ארויף בעלזא אראפ... קענט איר מיר ענטפערן פארוואס איר האט אויפגעהערט "מפרסם זיין" די משפחות "פסולות"? וואס איז פשט אינם U TURN?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2010 20:05 |
|
| |
נפל, לפי ידיעתי איז היינט דא 'סטיקערס' אין די קרית יואלער גאסן מיט די נעמען פון די משפחות.
איך וועל פרובירן צו שאפן א בילד.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2010 20:12 |
|
| |
ברוך שכוונתי, כ'האב געשריבן אז די קריאה ואזהרה איז געשריבן געווארן צוליבן חשש אז דע בני יואלערס וועלן מאכן א פירצה והירוס בחומת הקדושה שהקים רבינו הק' לשארית פליטת ישראל סבא גענוי וויאזוי עס שטייט אינעם אויבערדערמאנטן קריאה (איימעסארי 'איסור') היצטערט דארף מען צו זיין בלינד אויף ביידע אויגן צו זאגן היינט דע ווערטער אויף קהל בני יואל, ווי געשמיעסט האבן זיי ווייט נישט משנה געווען קיין זוז כל שהוא בחומת הקדושה שהקים רבינו הק' לשארית פליטת ישראל סבא, ווייטער, בנוגע וואס ער שרייבט תחת הדרכתו של כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אויף דעם איז דא סיי דער בריוו, און סיי אידן וואס זענען גרייט עדות זאגן ביי א בי"ד אז דער רבי האט סוף ימיו מוחל געווען די 'מצורעים' אז די האלסט אז דאס קומט פון די אגענדע ארום דעם רבין, דאס איז א שיינע סברא, אבער איך זאג א אנדערע סברא און דיין סברא קען נישט מחייב זיין, (ביסט דער זעלבער נוגע ווי איך)
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2010 20:35 |
|
| |
זיי מיר מוחל, אבער דו לערנסט א שטיקל מנחת יצחק זייער קרום.
קיינער האט נישט געמיינט אז בני יואל גייט אויסרייסן דעם רבין ז"ל במעשה. זייער שרייבן די ווערטער מיינט אז זיי זעען מיט זייער דעת תורה אז דאס עפענען א אפגעטיילטע קהילה אין קרית יואל "דאס" איז א הירוס אינעם רצון און ציהל פונעם רבי'ן. און דאס איז בתוקפו עד היום הזה.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2010 20:41 |
|
| |
| FiveBoro כתב: |  | נפל, לפי ידיעתי איז היינט דא 'סטיקערס' אין די קרית יואלער גאסן מיט די נעמען פון די משפחות.
איך וועל פרובירן צו שאפן א בילד. |
|
נא ווי איז דער בילד
אז די ווילסט קען איך דיר געבן די נומערן פון עטליכע גראפיקער וואס וועלן דיר פאר א גיטן פרייז צושטעלן בילדער!!!
אזוי אויך ווארט איך אויף אן ענטפער פארוואס מען האט צוגעמאכט די האט ליין פון די נעמען.
עס קען דאך חלילה ארויסקומען שרעקליכע מכשולות, מען וועט זיך נאך חלילה משדך זיין מיט זיי.
שנעל, שנעל, מאך אליין אויף א האט-ליין, געדענק עס איז דא א חיוב ערבות מציל צו זיין אידן
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2010 20:48 |
|
| |
אלעס ארבעט ווי ביז היינט.

|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2010 20:52 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | | ווידער בני יואל זענען עד היום הזה מחרף ומגדף קעגן דעם צווייטן סאטמארע רבי דער ברך משה, ערב ובוקר וצהרים, |
|
קען זיין דו דרייסטוך דארט מער פון מיר וועגן עם ביסטו אזוי באקאנט וואס ס'טוט זיך סא קען איך דיר נישט ענטפערן, אבער לויט מיין ידיעה האט זייט נט' זיך אויסגעדרייט די גאנצע מערכה פונעם ברך משה צו ר' אהרן ביז דאן פלעגט מען שרייען ס'דער ברך משה האט אויפגעשטעלט א פובליק סקול וכו' וכו' פון נט' און ווייטער איז די מלחמה אריבער צו ר' אהרן, ווייל מ'האט אנערקענט ווער ס'איז געווען דער כרם מתולעת, און דאס זעט מען טאקע מער און מער ערב ובוקר וצהרים, קיינער איז שוין נישט מסופק ווער ס'איז געשטאנען אונטער אלע גארביטש, און דער ברך משה האט דאס אויך געשפירט ווען ער האט באמערקט אז שארמאשער רב קומט צוריק, וואס איז געשען מיט די 'שונאים'? מענטשן וואס זייט מה' פלעגן זיי נישט אריינקומען מיט א קוויטל האבן מיטאמאל זיך צוריק אנגעהויבן זיך באווייזן, איך הק' האב מיטגעהאלטן ווי זיין פנים האט געלויכטען ווען אלטע שונאים זענען אריינגעקומען מיט א קוויטל, למשל ביי שארמאשער רב האט מען כמעט געזען טרערן ווען זיי האבן זיך געגעבן שלום, שארמאשער רב איז באמת געווען א ידיד פארן ברך משה, און דער ברך משה האט נישט געדארפט מאכן קיין שווערע קאלקולאציעס וואס ס'האט געברענגט די אוהבים (שונאים בלע"ז) זאלן אוועקלויפן פון אים, און אונז דארף מיר נישט מאכן קיין שווערע קאלקולאציעס וואס ס'האט אים געברענגט צו געבן זעלבסשטענדיגע רעכטן פאר זיינע אלטע פריינט.
איך זאג נישט אז בני יואל איז היינט נקי פון שונאים, אבער דו קענסט אויך נישט זאגן אז בני יואל איז די זעלבע ווי אמאל.
|
|
|
|
|