איך ווייס נישט ווי "משוגע מטורף" קומט דא אריין. אז די ברויכסט עס נישט מוזטו עס נישט קויפן. קיינער צווינגט נישט, איש כל הישר בעניו יעשה.
ער איז דא צו מאכן געלט, ער איז למעשה א "סטאַר" אין די היינטיגע אידישע וועלט, צו די פארנעמסט עס יא צו נישט. אלזא אויב וועט ער קענען פארקויפן דערפון אסאך וועט עס אום האבן געלוינט.
מיין חוות דעת איז אז מדארף מרחק זיין און אלע רבנים "אלע מיין איך אלע" זאלן אסרן ליפא'ס שטאף טעיפס ביכער וכל שום וחניכא וצורה דאית ליה אזוי ווי אונזערע אור עלטערן האבן געטון מיט אלע משכיליש'ע ליטעראטור פון מעדלזאן וחביריו
רבותי סאיז סם פאר אונזערע דורות "ער ברענגט אריין אין די יודישע מוחות נעבעך טומאה השכלה פארגרעבטקייט ליצנות גויאישקייט "
פוי פוי!! שקץ תשקצנו ותעב תתעבנו...
זייטס נישט קיין אונטער חכמים און שרייטס יעצט פארקערט דער יעניגער איז א דירעקטער שליח פון ס"ם א שטייגער ווי די ערפינדער פון די משכילים
סקומט עם נישט אזא טיטול ווייל סוכ"ס רעדט מען דא פון א צוריקגעשטאנענעם אפגעריסענעם "מפגר"
אבער זיינע חורבנות ציען פאראלעל מיט זייערע..!
נשלח ב-5/3/2010 03:44
דעקלעראציע איך האב קוקנדיק אויפן קעפל אויך געמיינט אז מרעדט דא פון ליפא קוואדערלעך
איך פארשטיי נישט פארוואס ביכלער מיט רובינשטיין מעגן יעדע וואך ארויסגעבן בילדער מאגאזינען און ליפא נישט. קענט איר מיר ברענגן אפילו נאר א שטיקל מקור פארוואס בילדער פון א רבי'ס טיש איז "הייליגער" ווי בלידער פון ליפא'ס טיש? אין מיינע אויגן איז דאס אלעס איינס!
איך האב געהערט פון טאהשער רבי שליט"א "ווי גרעסער דער צדיק אויפן בליד אלס א גרעסערע טומאה איז דא אופן בליד" לפי זה איז ליפא'ס הגדה אסאך מער אויסגעהאלטן ווי אלע אייערע בילדער מאגאזינען
נשלח ב-9/3/2010 21:42
נפל וואס וויסטו באטאנען אז די בילדע מאגאזינען זענען אויך נישט גוט אוקעי ס'קען זיין אבער עפן דערצו א באזונדערע אשכול
אין דעם אשכול באוויינט מען ליידער די חורבן אין חינוך הבנים והבנות וואס דער אנטענשן-זיכער ליפא ברענגט אריין אין אונזער יונגווארג און ליידער רבים חללים הפילה ער איז א גורם צו געוואלדיגע פראסקייט און צולאזנקייט אין אידישע שטובער
ס'איז געקומען די צייט רבנים און גדולים זאלן איהם אויסשפייען ברבים די אחריות איז זייעהר גרויס