די שטילע אנגעצוינקייט ביי די זאלי שחיטה
ווי באקאנט האט סקווירא קהילה געמיזט פארשפארן זייער בית השחיטה צוליב לעגאלע פראבלעמען
זיי זענען גראד אריבער געקומען קיין קרית יואל שחיטה
למשעה צוליב טעכנישע סיבות אין די שעות האט מען זיך נישט גע'קענ'ט פאראיינגען
איז סקווירא געגאנגען שחט'ן ביי G&G / מהדרין.
ווי באקאנט האט איצא גליק מיט ר' הלל וויינבערגער פרובירט איינצירעדן די וועלט אז ביי זיי עקזסטירט נישט קיין צימות וגידין
זייערע טישקענס זענען פריש געזינט מיט נאך פארשידענע ליצנות אין ליגענט.
ווען סקווירא איז געקומען צי G&G שחט'ן האבן זיי מיט גענימען אלע זייערע משגיחים אין אויך זייערע בודקים פאר צימות וגידין
סקווירא פארלאזט זיך גארנישט אויף התאחדות הרבנים אדער אויף יצחק שטיין.
למעשה שוין דורך איבער 2 חדשים אין סקווירא האט נאך פאריגע וואך געטראפן צווישן 8 אין 10 פראצענט צימות וגידין
ביי G&G שחיטה.
זאל מען זיין געווארנט אז התאחדות מיט 82 לי עוו פלייש איז חשש טריפה נבילה דארט ביי זייערע שחיטה איז דא צימות וגידין.
זיי ווייסן דער פין ס'איז יודע את בורא ומתכוון הכעיסו
--------------------------------------------------------------------------------------
אין אנדערע נייעס איבער די זאליס שחיטה
די לעצטע 5 אין א האלב יאר איז די זאלי שחיטה ווי די בלאט ריפט עס אן אן הסאפסוף בוטשער
מען נעמט דארטן פין 5 פלעצער פלייש ניו זשערסי, מאנטראל, פענסילוועניע,שיקאגא, ארגאוויי.
G&G מארוויט מיעל מארט וויילאנד.
ווען איינער קומט אריין אין 82 קויפן פלייש איז עס די איינציגעסטע בוטשער אין די וועלט וואס מען קען נישט אנצייגן פין ווי די
פלייש קומט אין פאר די פרומע דארטן טוט עס זייער וויי
די גרעסטע מכשלות קומען אייביג ארויס פין אזא הסאפסוף בוטשער ווי קיינער ווייסט נישט ווער ס'איז דער משגיח דער שוחט
למעשה זיכן די זאליס זיך קאנצעטרירן אויף איין בוטשער אין נעמען נאר פין דארט פלייש
דא גייט אן א שטיקל געפעך צווישן ר' זלמן לייב אין ר' חיים דוד כ"ץ אויף וועלכע שחיטה מען זאל גיין.
ר' זלמן לייב וויל מען זאל גיין צי G&G פאר 3 טעמים
1) ס'איז נישט צי ווייט אין מען וועט קענען פארקויפן פאר די זאליס אז די דיינים זיצן דארט אין מען געט זיך אפ דערמיט א גאנצען טאג
2) מען וועט קענען כאפן כסדר פרישע בילדער מיט די קאנסטראקשען הוט אין די שיינע שטיוול
3) ביי מארוויט אין מאנטריאל זענען די שוחטים אהרוינים אין זיי לאכן זיך אינטער ווען ר' זלמן לייב קומט אהין
אין זיי כאפן גראד זיינע עמי הארצות, משא"כ ביי G&G קומען די שוחטים צי אים אינדערהיים איז די בישות נישט אזוי גרויס
ווי ס'איז לעצטענס אזוי געווען.
ר' חיים דוד טענה'ט אבער אז די איינציגעסטע פלאץ אויסער קרית יואל ווי די שוחטים וואינען אינעם זעלבען שטאט
אין זיי גייען אין מקוה א יעדן טאג איז מארוויט אין מאנטריאל.
מרדכי קאהן וואס איז א שותף ביי מארוויט האט געלאזט קראכן א טשעק פאר די מסע המלכות פין ר' זלמן לייב אלץ פארן וועלן אוועק גיין פין מארוויט אין ער פרובירט מיט אלע כוחות אז מען זאל יא בלייבן ביי מארוויט.
 |
|
|