בית פורומים כל העולם כולו

פאניק ! וויילאנד פארמאכט די שחיטה וועגן מסקאווי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/3/2010 10:48 לינק ישיר 
פאניק ! וויילאנד פארמאכט די שחיטה וועגן מסקאווי

אין א שוידליכען אויף רייס איז מען געוויאר געווארן אס התאחדות הרע-הרבנים האט פאר פורים געשחט'ן
איבער 1000 מוסקאווי קאטשעקס ביי וויילאנד ( ווי הרה"ג ר' יודל גרובער איז מעיד אז מען קען זיך אויף זיי נישט פארלאזן )

למעשה האט איצא גליק מיט דער קל שבקלים ר' הלל וויינבערגער גארנישט געטיען דערוועגן ס'האבן עס געלאזט פארקויפן.
 
די שוחטים האבן פארפירט אז עפעס טויג נישט אין מען האט זיך נאך אלץ נישט וויסענדיג געמאכט
אפאר שוחטים האבן עס אראפ געטראגן צי א לעב ווי מען ווארט אויף די רוזלטאטן

די זאליס שיקן יעצט ארום מעסישעזס אז וויילאנד איז אפגעשפארט ביז מען וועט געוואיר ווערן וואס ס'גייט פאר

מען זאל זיין געווארן נישט צי עסן קיין 82 פלייש וועגן חשש טריפה

דעס איז די מעסשיעזש וואס יאסעלע פריעד שיקט ארום

SatmarHQ

 so they sent a sample to a lab to check it out, meanwhile was stopped the Shchita of ALL ducks until the results come back!!!



תוקן על ידי דעקלעראציע ב- 05/03/2010 10:48:57




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/3/2010 10:57 לינק ישיר 

דאס איז געשען יעצט 4 אזייגער פארטאגס? וויאזוי קען אזא זאך געשען נאכדעם וואס מ'ווייסט שוין פון די פראבלעם?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/3/2010 11:01 לינק ישיר 

איצא גליק האט היינט געזאגט אז מען איז נאך נישט קלאר, ס'קען זיין ס'איז א געמישטע עוף.
 
איך קען דיר נישט ענטפערן קלאר אויפן מציאות, אבער דעס איז די מעשה די שוחטים זאגן אז דער עוף האט יא אביסל אנדערש אויס געקוקט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/3/2010 12:34 לינק ישיר 

וועט רב יחזקל ראטה גאב"ד קארליסבורג ארויס געבען נאך א פרישע איסור.....?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/3/2010 17:46 לינק ישיר 

וואס איז די גראשקע? דער דרכי תשובה, דער נצי''ב, דער דברי מלכיאל, זענען אלע מתיר צו עסן מוסקאווי, נא, מה כל הרעש?

נאר הא לן והא להו!!!! די טארסט נישט! און איך מעג יא!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/3/2010 18:29 לינק ישיר 

אינטערסאנט ביי די זאלי פורם וואס כידוע בליטיגען שטארק אויף מאסקאווי איז טויט שטיל דערוועגן, ניטאמאל איין אשכול איז דא דערוועגן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/3/2010 18:44 לינק ישיר 
ברעיקינג!!!

איך האב יעצט געהערט פון מיין שוואגער אז נפל האט גערעדט מיט דעם באוויסטען שוחט פאלאק און ער האט געזאגט אז דארט ווייסט מען נישט דערפון...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/3/2010 18:51 לינק ישיר 

הייסט עס אז לויט די אהרונים דארף דער איד ארויסקומען נעקסטע וואך מיט א קידוש לבנה העדליין:

בית השחיטה אין וויילענד ראטעוועט אנדערע בתי שחיטה פון טמא'נעם עוף



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/3/2010 19:59 לינק ישיר 

די חוצפה אין די היפאקראזיע פין התאחדות איז א מיליאן נאך מער ווי מען מיינט.

פאר ארום 2 חדשים  צוריק ווען ס'האט זיך אנגעהויבן מיט די מוסקאווי קאטשקעס איז הרב יואל ווייס פין די קרית יואל שחיטה געווען אין די פארום  אין לענקעסטער פענסלוועניע ביי די העטשערי
האט דער פארמער דעמאלס געוויזן פאר הרב יואלי ווייס די העשטרי פין קאטשעקס וואס גייט גיין אין אפאר חדשים ארום צי התאחדות. ( דער פראדוצר גייט אז מען קויפט די קאטשעקס אפאר חדשים איידער ס'איז גרייט צי די שחיטה )

הרב יואלי ווייס האט דעמאלס געקאנטאקט וויילאנד מיט התאחדות זאגן אז די קאטשעקס זענען מוסקאווי אין נישט פעיקעין

התאחדות דעמאלס געזאגט אז זיי זענען מסודר אין ס'איז נישט קיין פראבלעם אין לעמשה האבן זיי עס גע'שחט'ן.

אין יעצט איז ארויס געקומען דער עגל הזהב.

ישר כח פארן מילך קעסטל ר' הלל וויינבערגער ( כי הלל הרשע על תאוות נפשו )



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-5/3/2010 20:07 לינק ישיר 

הנני מוחה נמרצה נגד בזיון ת"ח.

עס איז אמת אז ר' הילל איז א איד וואס נגיעות פירן אים, אבער א "קל שבקלים" איז ער נישט! ער איז א ירא שמים גדול.
די גאנצע מעשה קלאפט פונקט אזוי גוט אן די נארישע צוגעלייגטע טיטלען.
מנהל, נעם קעיר ביטע.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-5/3/2010 20:13 לינק ישיר 

מנחם מענדל


אים אדם נתפס על צערו

אז עס טוט וויי גיסט מען אויס דעם כעס אויף יעדן אבי נישט אויף זיך

דער חילוק צווישן וויילענד און ק"י איז, אז אין וויילענד זוכט מען עס נישט צו באהאלטן, און אין ק"י האט מען אפאר וואכן דאס אויסבאהאלטן פון ציבור און אויך שפעטער האט מען געזוכט היתירים

זעט אויס אז דאטס ווארט המהודרת איז טייטשט היתירים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/3/2010 20:14 לינק ישיר 

ווי קען מען כשר'ן די כלים ?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/3/2010 20:16 לינק ישיר 

אין בית השחיטה אין טעקסעס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/3/2010 20:20 לינק ישיר 

דוד'ל די וועלט פירט זיך צי טרינק א קנאק יאנקל צווישן פיש אין פלייש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/3/2010 20:27 לינק ישיר 

וואס הייסט זיי זיכען נישט צו באהאלטען??

זיי האבען שוין געמאכט א ריקאל??

זיי האבען שוין גע'כשרט די כלים??

אדער האט התאחדות שוין ארויסגעגעבן א כתב אז יאכלו ענוים... נאר זיכער מאכען צוצומאלען פארן קאכן (עיין פרשה בודק סטראבערי)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/3/2010 20:35 לינק ישיר 

ערשט מוז שטיין אין איד א ריזיגע העדליין אז "וויילענד בית השחיטה ראטעוועט אנדערע בית השחיטות פון עופות טמאים" און דערנאך וועלן זיי מאכן דעם ריקאל...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פאניק ! וויילאנד פארמאכט די שחיטה וועגן מסקאווי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext